פון היינט וועט ער מער נישט זיין גרויזאם אויף זיין לעבן
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 11, 2007 11:26 pm
עס קוקט אויס ווי דער היינטיגער ראש הקהל האט זיך פארגלוסט אינעם כבוד מלכים וואס דער געוועזענער רה"ק האט היינט באקומען, ווען איך האב ארויפגעשטעלט זיינע רייד איינגעפרעימט אין א ציטאטן שאכטל... יעצט אויפדערנאכט האט דאס פאסירט, דער גרויזאמער ראש הקהל האט מיט מיר געשפראכן אויפן גוגעל-רעדע, דערציילט אן אויסטערלישע עפיזאד וואס איז נארוואס פארלאפן אין זיין לעבן, און - ווי איך האב עס אים געזאגט: רצונו של כבודו זהו אדם - איך לייג עס דא ארויף לויט זיין פארלאנג:
יעצט א ווארט צום חשוב'ן געערטן נאאיוון ראש הקהל, די דאזיגע אפציע קומט ארויף ווען איר דרוקט דעם F8 קנעפל תיכף ומיד, בתוך כדי אכילת פרעס פון ווען אייער מאשינקע צינדט זיך אונטער, כידוע ליודעים.
מעשה שהיה כך היה, א עבירות האט זיך אריינגעכאפט צו מיר אינעם מאשינדל, ער האט זיך גענומען צו פריזן אינמיטן די ארבעט, בין איך געגאנגען און געדרוקט די פיזישע באטן אויפן קאמפיוטער וואס צווינגט עס זיך אויסצולעשן
ווען איך האב עס צוריק אנגעצינדן, קומט ארויף א בלויע ווינדאו בזה"ל
STOP: c000021a {Fatal system error}
The windows Logon Process system process terminated unexpectedly with a status of
0xc0000142 (0x00000000 0x00000000).
The system has been shut down.
עס האט נישט געהאלטן ביים זיך רירען
בין איך אריבער צום צווייטן לעפטאפ, קאנעקטירט דעם אינטערוועש אהין, און זיך נאכגעפרעגט ביי גוגל'ען איבער וואס ער האט צו זאגן איבער דעם פראבלעם
אלע מקורות האבן געצייגט, אז דא גייט זיין הויעך יום טוב, און אין בעסטן פאל וועל איך טאקע צוריק האבן מיין קאמפיוטער, אבער אן קיין שום אלטע אינפארמאציע, אלעס וועט גיין צו סאדאם'ן
מיינע פיס האבן געטרייסל פאר שרעק, עס רעד זיך פון א שאדן פון הויכע טויזנטערס, איך האב שוין געוואלט אנרופן מיין לענדלערד אז די קומענדיגע פאר חדשים זאל ער מיר מוחל זיין די רענט
איך האב פראבירט אלעס אין די וועלט, נאכמאל ריסטארט אבער עס רירט זיך נישט
פאר כעס און פאר יאוש, זעהנדיג כי כלתה אליו הרעה, האב איך זיך גענומען צו דרוקן דעם אויבנדערמאנטן הויפט קאמפיוטער קנעפל, אנגעצינדן און אויסגעלאשן אפאר מאל, דער קנעפל האט געהאט צו שפירן וואס עס מיינט ווען זיין בעה"ב איז אין כעס
פלוצים, מאת ה' היתה זאת, זעה איך א פרישע סקרין ערשיינען, ער געבט מיר דארט אפאר אפציעס, סעיף מאוד, און נאך, איינע פון זיי איז עפעס אזוי, צוריקצוגיין צו דארט ווי עס האט געהאלטן פאר דעם יעצטיגן פראבלעם, איך האב פראבירט אלעס, און דאס טאקע די לעצטע, און וואונדער איבער וואונדער
נתחדש כנשר נעוריו, איך האב צוריק באקומען מיין אלטע אתון, הלא זה אתוני וואס איך רייט שוין אויף'נם אזוי מער ווי א יאר
יעצט א ווארט צום חשוב'ן געערטן נאאיוון ראש הקהל, די דאזיגע אפציע קומט ארויף ווען איר דרוקט דעם F8 קנעפל תיכף ומיד, בתוך כדי אכילת פרעס פון ווען אייער מאשינקע צינדט זיך אונטער, כידוע ליודעים.