Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

טעטריס

זונטאג מרץ 21, 2010 3:20 pm

שוין גענוג געווען, כ'האלט אין איין הערן פון די אלע בלעקבערי'שע חברה איבער דעם מעכטיגן "בריקברעיקער געים". אלע טעקסי מעסעדשעס דשאוקס גייען אויפן בריקברעיקישן שפראך. איז וואס'זשע זאל איך טון? כ'האב נישט קיין בלעקבערי... בין איך שוין אוט אויף די קראוד? וואס פאר א שווארץ פרעזידענט איז דאס בריקברעיקער וואס אפילו אבאמא ווערט פארלוירן דערפאר?

און נאך מער ווער איך גערעגט ווען אין קרעטשמע איז דא א ספעשל אשכול פאר בריק-בעיקער. כ'קען ניטעמאל ליינען וואס דארט שטייט...

אבער ואילו לעבדים ולבריקברעיקער נמכרנו החרשתי, נאר דער מכה בדופן... כ'מיין בפטיש איז געווען, אז יעצט האב איך באקומען א פרישן מעסעדש "מיין ווייב האט געזאגט אז היינט גייט מען פייסעכיג מאכן די געימ'ס, איך האב אויסגעוועלט פייסעכיג צו מאכן בריקברעיקער".

בומס! איך האב געבאסט!

כ'האב מיר צאמגעזעצט מיט מיינע משוגעים און מחליט געווען אז מ'רייט אויסרופן א בויקאט, איך האב באשלאסן אפיר צו זוכן א געים וואס כ'האב ביי מיר אויך...

כ'קוק אזוי דורך מיין טעלעפאן, אבער די איינציגסטע פול-ווערזשאן געים וואס איז דא איז טעטריס. גוט, גיי מיר מאכן א טעטריס אשכול און מ'גיי מיר קאמפיטן מיט פריק-פעיקער.

יאללא, לעבודה!

Advertisement

זונטאג מרץ 21, 2010 7:01 pm

אקעי אז די עפענסט וועגן טעטרעס עפען איך וועגן פעטרעס(אן)

די חילוק? אז טעטרעס קען מען זעהן אבער פעטרעסאן קען נישט זעהן.. איי טעטרעס קען אויך נישט זעהן?

נו פרעג עס אין קשיא אשכול..

זונטאג מרץ 21, 2010 7:07 pm

שמערי, איים וויט יא אלל די וועי!!

אקעי, איין מינוט.... לאמעך טשעקן...... יא, איך האלט שוין ביי 1567845 פוינטס, אין די דריטע אין אהאלב מאל די 89'סטע לעוועל (שששש... כ'ווייס סניש דא אזוי סאך, אבער אונז מאכמער א שווייג...)

ב.ד.וו., עולעם כ'זאג ענק... ס'לוינט זיך ניש צו כאפן די גרינע L ס'מאכט נאר ערגער ס'גאנצע מאאסע...

זונטאג מרץ 21, 2010 7:09 pm

תקנת האשכול: מיר רעדן אויך פון די קארעלע געים וואס קומט מיט מיט די 9999 אין 1 טעטריס.

מאנטאג מרץ 22, 2010 11:06 am

וועלעכע שטיקל פונעם גאנצן געים האסטו די בעסטע ליב? איך האב די בעסטע ליב די לאנגע שטיקל, דאס מאכט רוב מאל אוניס זייער אסאך,

מאנטאג מרץ 22, 2010 11:08 am

אה!! הא הא, כ'א'מעך דערמאנט פון א גוטע דשאוק, איך האב געפרעגט מיין חבר וואס ער טוט פאר פרנסה זאגט ער 'איך בין מסדר אינווענטארי, איך שפיל טעטריס...' זייער גוט...

מאנטאג מרץ 22, 2010 11:49 am

חחח, גוט איז גוט...

מאנטאג מרץ 22, 2010 1:16 pm

גוט פרנסה...
ער מאכט כאטש געלט?

מיטוואך מרץ 31, 2010 11:10 pm

ער קעשט איין די פוינטס

זונטאג מאי 09, 2010 10:54 pm

שמערי, וואטיצעך? וועלכע לעוועל האלטסטו? וויפיל פאונטס האסטו?
האסט פארגעסן אז דו אשכול דארף האבן בערך אזוי סאך תגובות ווי די בריקברעקער אשכול?

פרייטאג מאי 21, 2010 12:50 pm

כאנישט קיין סאך צייט שרייבן, באט מיין חבר פון וועם כ'האב געשלעפט אלע בריקברעיקער שאטס, איז א מומחה אין טעטעריס אויך, באט קיין פיקטשער'ס דערפון האטער, וחבלה"ז.

פרייטאג מאי 21, 2010 1:05 pm

אודאי האטער נישט קיין פיקס, זיין פליפ מאטאראלע פאון האט קוים א קעמרע פינדרויסן, זאלעס נאך האבן פון אינעווייניג?

מאנטאג ינואר 23, 2012 3:06 pm

איך האב נאר די דעמאו אין מיין פאון
איך גיי אוועק פון די אשכול אויך

מאנטאג ינואר 23, 2012 4:15 pm

בעסער ווען די וואלסט ארויף געברענגט די "אבות הנזיקין" הנקרא "פעק מען", ער איז געוועהן הראשון במצוה, מיין דענטיסט האט געהאט אזא מערכת ביי איהם/איהר אין ווארטס צומער.

דינסטאג ינואר 24, 2012 4:53 pm

אפשר לייגט מען ארויף א לינק צו די בריקברעיקער אשכול

(איך האף אז איך רעג קיינעם נישט אויף)

דינסטאג ינואר 24, 2012 6:41 pm

www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=6824
שרייב א תגובה

Advertisement