Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

וואס זאל איך קויפן פאר פרישטיג

דאנערשטאג ינואר 11, 2007 10:51 am

מעשה שהיה כך היה איך שטיי אין גרינ'ס רעסטאראנט אין קוק אויף אלע זאכען אין טראכט וואס זאל איך קויפן פאר א געזינט יאר ,איך האב שוין איבער געגעבן מיין נעקסט דריי מאל ענדליך האב איך באשלאסן מ'קען מיינען וואס א אייער שפייז סענדוויטש , פרעג איך ענק פאר דעם האב איך געדארפט ווארטן פיפצען מיניט

בעט איך דער עולם אז מ'זאל געבן עצות וואס צי עסן

Advertisement

דאנערשטאג ינואר 11, 2007 11:42 am

דו רעדסט פון גרין'ס רעסטוראנט אין קרית יואל, אדער אין מאנטרעאל?

דאנערשטאג ינואר 11, 2007 12:15 pm

היינט בין איך פינקט געווען אין וויליאמסבורג

דאנערשטאג ינואר 11, 2007 12:30 pm

בס"ד
פת במלח תאכל ומים במשורה תשתה ועל הארץ תישן ובתורה אתה עמל אם אתה עושה כן אשרך וטוב לך

פארשטייסט דארפסמאן עס איז פארהאן עפעס העכער ווי א אייער סענדוויטש די קאפ זאלסטו אריינלייגען אין די גמרא נישט אין עסען איך קען א מגיד שיעור וואס קומט אראפ אין עס זאל ווען זיינע בחורים זענען שוין פארטיג אין קלאפט זיך צאם א פרישטיג פין די טישען פין די טעלער'ס וואס איז געבליבען אין ויאכלו ענוים וישבעו אקעי איך זאג נישט זאלסט אזוי טוהן אבער ניץ דיין קאפ פאר דאס וואס עס איז באשאפען געווארען די פארשטייסט פאר עבודת השם ציפרי זאלסטו זאט ווערען פינ'עם דאווענען אין ביינאכט פינעם לערנען אבער שבת קודש דענסמאל זאלסטו עסען א געשמאקען קיגעל מיט אלדאס גיטען

דאנערשטאג ינואר 11, 2007 1:10 pm

ירא שמים האט געשריבן:בס"ד
פת במלח תאכל ומים במשורה תשתה ועל הארץ תישן ובתורה אתה עמל אם אתה עושה כן אשרך וטוב לך

איך האב נישט אזוי געזען ביי מיין טאטע אין ביי מיינע רבי'ס

דאנערשטאג ינואר 11, 2007 1:12 pm

דארפסמאן, האסט בכלל געהאט רבי'ס? כ'מיין, מ'שטיינס געזאגט, וועלכער רבי האט זיך ארויסגעצויגן פונעם שטאט צו קענען אנהאלטן דאס אידישקייט אין דארף?

דאנערשטאג ינואר 11, 2007 1:13 pm

איך בין נישט געבוירן אין דארף

דאנערשטאג ינואר 11, 2007 1:17 pm

אה, איך דערמאן זיך טאקע, ביזט געבוירן ערגעץ אנדערש, און ערשט נאכדעם זיך אריבערגעצויגן אין דארף...
אבער דו מאכסט נאך שטערקער מיין קשיא. דארט וואו דו ביזט געבוירן זענען דאך זיכער נישט געווען קיין רבי'ס... אדער אפשר יא... וואס קען מען דען וויסן?...

דאנערשטאג ינואר 11, 2007 1:23 pm

איך פארשטיי נישט וואס די מיינסט, דארט איך בין געבוירן איז געווען אסאך רבי'ס אין אסאך חסידים אין וואס די קענסט דיר פארשטעלן

דאנערשטאג ינואר 11, 2007 1:37 pm

ירא שמים טול קורה מבין עיניך מיט וואס שפילסטו דארטן?

אן אייער שפייז פון גרינס, נו, סילוינט נישט צו ווארטן אזוי לאנג, ווען דו גייסט ווען צו בעניס אויף ליע עווניו אה יע ער האט צום טעם.

דאנערשטאג ינואר 11, 2007 1:39 pm

וואס יא צו עסן קוק אין די אשכול 'וואס האב איך היינט געגעסן ביי פרישטאג'.

וואס נישט צו עסן איז אזוי
דאס געזונט זיכער נישט, דאס איז די ערגסטע.
נישט קיין פיצא, פאלאפל, אד"ג, מען האט עס נישט געזען אינדערהיים ביי אונזערע עלטערן.
נישט קיין רעדי סענדוויטש פון גראסערי, ווייל עס איז געווענליך נישט פריש.


ביי די וועי, וואס איז א חילוק מיט וואס מען פאקט זיך אן, די עיקר אז מען איז זאט און מען האט כח צו דינען דעם אויבערשטן.

דאנערשטאג ינואר 11, 2007 2:22 pm

דארפסמאן האט געשריבן:מעשה שהיה כך היה איך שטיי אין גרינ'ס רעסטאראנט ...


מאשקע האט געשריבן:דו רעדסט פון גרין'ס רעסטוראנט אין קרית יואל, אדער אין מאנטרעאל?

מאשקע,

יו האב איך געלאכט.

פרייטאג ינואר 12, 2007 5:51 am

היינט טריי א לאקס פיש סענדוויטש מיט א קאלטע קאפאטשינאו

פרייטאג ינואר 12, 2007 10:52 am

Eating eggs for breakfast can help you lose weight

Find out how

פרייטאג ינואר 12, 2007 11:23 am

ישר כח טריא , האביך טאקע נאך אמאל געקויפט אייער ,יעצט דארף אז שוין עסן אייער ווייל עס איז געזינט

פרייטאג ינואר 12, 2007 12:15 pm

איך האב נישט געליינט וואס עס טייט דארט מפני כמה סיבות וואס איך וועל נישט יעצט אריינגיין דערין, אבער אז מען רעדט שוין פון די געזינטהייט פין אייער, וויל איך שרייבען די געציילטע דאזיגע שירות, פון ווערטער.

די גמרא אין מסכת ברכות קימט צו די מסקנא אז וואו מער די אייער איז געקאכט איז עס געזינטער.

געבראטענע אייער איז זייער געזינט, און רויע אייער שאדט צום געזינט. די צוויי סארטען אינדערצווישען, ד,ה , לויזע אייער, און הארט געקאכטע אייער, געדענק איך נישט, איינס שאדט נישט אבער וואו אויך העלפט עס נישט, און די אנדערע געדענק איך אינגאנצען נישט, צי עס שאדט, אדער איז עס א ביסעל יא געזינט, ובקשתינו שטיחה אז איינע פון די תלמידי חכמים זאלען ארויפברענגען די ריכטיגע מראה מקום, איך וואלט געהאט חשק עס איבערצי'חזר'ען, און די נאנטע געלעגענהייט

וישר כוח למפרע

פרייטאג ינואר 12, 2007 12:19 pm

די שאלה וועט אויסקומען,
ווען איך באשטעל א שפיגל איי, און די רעסטוראנט לייגט דאס אויף די אייוועלע, און ווערט פאנימען מיט אנדערע קונדן, און ווען ער דערמאנט זיך פון מיין אויסגעגארטן (וועא"מ) שפיגל איי, איז עס שוין גוט אדורך געבאקן, איז די שאלה אזוי, הארטע אייער קען מען עס נישט רופן, ווייל ס'איז נישט ממש הארט, ס'הייסט דאך שפיגל איי, נישט אזוי ?, אבער לויזע, צו רויע, אין די קאטעגאריע גייט דאס אויך נישט אריין, אמער, ס'איז נישט לויז און נישט רוי, ס'איז פונקט אינדערמיט,
איז עס געזינט, צו נישט ?

דאכצעכמער, אז תוספות פרעגט שוין די קשיא דארט.

פרייטאג ינואר 12, 2007 1:57 pm

תלמוד בבלי מסכת ברכות דף מ"ד ע"ב

אמר רבי ינאי אמר רבי כל שהוא כביצה ביצה טובה ממנו (יעדע זאך וואס איז די זעלבע מאס ווי אן איי, איז אן איי בעסער דערפון פארן גוף). כי אתא רבין אמר טבא ביעתא מגולגלתא משיתא קייסי סולתא (א לויז-געקאכטע איי איז בעסער ווי זעקס קייסי [א געוויסע מאס] מעל) כי אתא רב דימי אמר טבא ביעתא מגולגלתא משיתא (א לויז-געקאכטע איי איז בעסער פון 6 קייסי מעל) מטויתא מארבע (א געבראטענע איי איז נאר בעסער פון 4 קייסי מעל) מבושלתא כל שהוא כביצה ביצה טובה הימנו (ביי א געהעריג געקאכטע איי איז געזאגט געווארן דער אויבערשטער כלל אז יעדע זאך וואס איז די זעלבע מאס ווי אן איי, אי די איי בעסער דערפון פארן גוף) לבר מבשרא (אויסער פלייש, פלייש איז בעסער פארן גוף ווי אייער).

מאנטאג מאי 12, 2014 7:48 am

איז למעשה רבותי,וואס זאל איך קויפען פאר פרישטאג?

מאנטאג מאי 12, 2014 8:36 am

ס'ווענד זיך אין די קעשענע און די מאגען
שרייב א תגובה

Advertisement