בלאט 1 פון 1
"רוקן" ווייטאג - אייער ערפארונג
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 16, 2010 10:20 pm
דורך עס עפעס
כווייס נישט, אפשר געהערט דער אשכול אין געזונטהייט פארום, אבער איך דארף עמורדזשענסי הילף!
זינט מוצאי שבת, ווען מען האט "גערוקט" דעם זייגער, לייד איך אויף די געפערליכע "רוקן" ווייטאג, דער שלאף איז מיר צעפארן, כ'בין נישט מיד און נישט אויסגערוהט, נישט זאט נישט הונגעריג. דער מאגן איז מיר צעפארן, ס'קאפ הערט נישט אויף וויי טון, הקיצור ס'איז צרות א בארג!!!!!!!
גאנצט!!!!!!! כ'מיין, העעעעלפטטט!!!!!!!!!
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 17, 2010 9:47 am
דורך שוועמל
"העלף-און העלף" האסטו שוין געטרונקען, אז דו רעדסט דיך אזוי אפ?
עניוועיס, גיי עס עפעס... דאס איז זיכער.
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 17, 2010 11:23 am
דורך סתם_אזוי
איך ווארט שוין קוים אויף שבת. דעמאלטס וועל איך האפענטליך זיך קענען אויסשלאפן, און נאכדעם אנפאנגן א נארמאלע וואך.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 18, 2010 1:31 pm
דורך האניג
אוודאי, אז מ'עסט עפעס, מ'עסט נאך עפעס, מ'רוקט און מ'רוקט, וודאי האט מען רוקן פראבלעמן!...
וויאזוי פילטסטו זיך היינט, עפעס בעסער געווארן?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 18, 2010 2:47 pm
דורך עס עפעס
שוואכע מעשיות...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 18, 2010 2:48 pm
דורך האניג
איי יי יי! כ'קען אייך פערזענליך נישט העלפן, אבער א ברכת הדיוט קען איך זיכער געבן, זאל אייך דער אויבערשטער שיקן א גאנצע רפואה ווי שנעלער וכל טוב סלה!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 11, 2015 8:52 pm
דורך שויתי'ניק
1. א ווארעמע שאוער ווען די הייסע וואסער האקט מיטן גאנצן שטראם אויפ'ן פארווייטאגטן פלאץ
2. עס איז דא אין העלט סטאר א טשייניז זאלב "טייגער באלם" העלפט איינדרימלען דאס ווייטאג
3. א טשייניז בעק פעד ארויף צו קלעבן אויפ'ן רוקן וואס דרעמלט איין דאס פלאץ
4. זיצן אין א גוטע פאזיציע, גוטע ארטשעס, מאטראץ, בענקל...
5. ד'"ר סארנא'ס מעטאד
עס איז דא א איד הרב איליאוויטש וואס העלפט ארויס מיט לערנען און געבן סופארט אויף זיין גאנג
...