Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

דינסטאג ינואר 29, 2008 8:25 pm

נישט אלעמאל ווען מיר ריקן אשכולות שרייבט זיך אויף "הוזז", נאר ווען מען לאזט איבער א שאטען אשכול אינעם אלטן פארום וואו עס איז געגרינדעט געווארן, דאן בלייבט עס דארט מיט אזא צונאמען "הוזז". מען קען אבער אויך אינגאנצן אריבערריקן אשכולות אן איבערלאזן קיין שפיר אינעם אלטן אשכול, בבחינת משה זוך מיך.

Advertisement

דינסטאג ינואר 29, 2008 11:07 pm

נעם אוועק דעם שטן. און זאלזעך הוזז גיין צו אלדע גוטע יאר.

מיטוואך פבואר 06, 2008 2:32 am

ווייסט איינער פארוואס מ'האט אוועקגערוקט דעם טישל פון מערב זייט, איך פארשטיי נישט איך האב גהאט א מקום קבוע, ווי איך פלעג יעדן טאג דמיונ'ן שמועס'ן פרברענגען, מיט מיינע באקאנטע, יעדער האט שוין געוואוסט אז בני היכלא טרעפט מען ביי דעם טישל, און עכשיו אהה, אוי שודדנו, מ'האט עס געגעבן אזא ריק ארונטער פון וויילעכטץ, אז ס'איז פשוט פארפארן אלע יוצרות, פון דעם דריטן טאג שבועות מיט הושענא עצרת'ס פיוטים.

מיטוואך פבואר 06, 2008 7:41 pm

בני, דו ביסט זייער מיד (געווען), דאס טישל ליגט אויפן געהעריגן פלאץ, נאר פון צייט צו צייט ברענגט צו טישן אויף טישן, סאו ווערטעס אביסל פארריקט, אבער נאך אלץ אויף מעריב זייט.

מיטוואך פבואר 06, 2008 8:58 pm

קרעמער, קוק נאר וואס דיין פלעכטן אשכול טוהט אויף, אז אפילו זארעכ, אין זיינע פארנומענע צייטן, קוים וואס מ'זעט אים דא, אבער אריין צו ווארפן א ווארט דארט, האטער געפילט פאר וויכטיג, איך דארף דיר נישט זאגן וואס ס'מיינט, אז זארעכ האט זיך אראפ געלאזט און אריין געווארפן א ווארט דארט.

און דו האסטעס נאך געוואלט לאזן צוגעמאכט, נאך איין מזל אז דו ביסט נישט געבליבן ביים וועלן.

מיטוואך פבואר 06, 2008 9:17 pm

בעני אפשר הייבסטו אויף דעי סידור דארט
אלץ מיר אויס קענסטו ריקן דעם טיש אגאנצע וואך אבער וואטש אז די סעדירעם זאלן נישט אראפפאלן
וויל אויב איך וועלמעך דארפן בייגן ...............

פרייטאג פבואר 08, 2008 4:10 pm

אנדי פעטיט האט געשריבן:כרמבו

(ווער ווייסט וואס דאס איז?)


איך ווייס.

זונטאג פבואר 10, 2008 10:36 am

איך_הער האט געשריבן:
אנדי פעטיט האט געשריבן:כרמבו

(ווער ווייסט וואס דאס איז?)


איך ווייס.
זעט אויס אז דו האסט אמאל געלערענט אדער געוואוינט אין א"י.

זונטאג פבואר 10, 2008 10:43 am

איך ווייס אויך (נישט געוואוינט אדער געלערנט אין איזרעאל)

זונטאג פבואר 10, 2008 3:14 pm

און איך ווייס נישט, און אויך נישט געוואוינט אדער געלערנט אין איזרעיל. לא ראי זה כראי זה, הצד השוה שבהן....

זונטאג פבואר 10, 2008 4:39 pm

אנדי, טאקע.

זונטאג פבואר 10, 2008 4:39 pm

איך_הער האט געשריבן:אנדי, טאקע.
ביידע?

זונטאג פבואר 10, 2008 4:40 pm

יא.

זונטאג פבואר 10, 2008 4:41 pm

וויפול קרעמבו'ס האסטו געגעסען?

זונטאג פבואר 10, 2008 4:42 pm

[quote="איך_הער"][/quote]

כאבעס נאכאמאל געטוהן דארט, אויפן באפעל פון סאכדעס.

וויאזוי? זייער פשוט, מ'מאכט צוויי ספעיסעס, און מ'שלח'ט עס אריין. (כ'האב גראדע נישט געטראכט אז ס'וועט געלונגען, אבער אז ס'איז געלונגען, און ס'האט זיך אויסגעארבעט האט זיך עס אויסגעצאלט.)

זונטאג פבואר 10, 2008 4:42 pm

אנדי פעטיט האט געשריבן:וויפול קרעמבו'ס האסטו געגעסען?


אסאך.

זונטאג פבואר 10, 2008 4:43 pm

ביידאוועי, אז דו רעדסט שוין יא דערפון, ברויך מען מאכן אן עקסטערע ברכה אויף די קוקי?

זונטאג פבואר 10, 2008 9:06 pm

לכאורה דארף מען נאר מאכען א מזונות, אבער בעסער נישט מאכען דא א לאנגע שמועס דערפון ווייל מ'וועט נאך באלד אריין פירען דעם טישעל אין בעסמעדריש אריין.

מאנטאג פבואר 11, 2008 1:31 am

לכאורה? עיין שם בבית המדרש באשכול ברכות, בענין אייזקרים, שאלה כעין זה.

דאנערשטאג פבואר 14, 2008 9:21 pm

קרעמער האט געשריבן:מיין בעל תפילה האט היינט נישט געזאגט קיין תחנון, פילייכט צוליב ז' אדר א' (הגם אין די אלטע צייטן איז דאס געווען א יום תענית, און נישט קיין יום טוב)


היינט פארציילט מיר איינער אז זיין בעל תפילה האט נישט געזאגט קיין תחנון, פרעגטער אים'ען, איגעווען א ברית היינט?

ניין, כאמעך פלעין פאר'חלום'ט, און אריין געפארן אין קדיש אריין, צו די צופרידענהייט פון די מתפללים, ווען נאכן ליינען, האט ער געזאגט יהי רצון'ס, האט אים נאר איינער געפרעגט די פשט, און דאס זעלבע ביי תפילה לדוד, רופט ער זיך אן, איך זעה דעם עולם אינטערעסירט סייווי נישט וואס איך טוה, איך גיי באלד זאגן הלל אויך, און יעדער עט מיטזאגן.

דאנערשטאג פבואר 14, 2008 10:51 pm

דערמאנסט מיר א מעשה: א געוויסע טאג האט דער בעל תפילה, אן אומשולדיג בחור'ל, געענדיגט המברך את עמו ישראל בשלום, געווארט א האלבע סעקונדע, און גלייך אנגעהויבן יתגדל ויתקדש.

אויף מיין אנפראגע נאכן דאווענען, האט ער מיר געזאגט אז ער האט נישט געהערט דעם עולם אנהייבן תחנון, איז ער ווייטער געגאנגען צו קדיש...

דער קלוגער בחור האט זיך דערנאך אנגערופן א לימוד זכות אויפן עולם: פילייכט זינדיגן זיי נישט, און געברויכן נישט קיין תחנון געזאגעכץ...

פרייטאג פבואר 15, 2008 12:37 am

פערצופאל איז עס פין די איינציגסטע עבירות וואס די גאנצע עולם איז מוחה אויב מען מאכט חלילה א מיסטעק

פרייטאג פבואר 15, 2008 10:03 am

אפשר אין דיין בעסמעדרעש נישט אין מיין.

פרייטאג פבואר 15, 2008 12:08 pm

שא קדיש,
נו ספאסט נישט,
שטיל דארט,


(דאס איז דעך דער דשזאב פון די זיידעס)

פרייטאג פבואר 15, 2008 1:17 pm

זיידע, מען מעג שוין רעדען דער בעל תפילה זאגט שוין ובא לציון..

אנדי פעטיט האט געשריבן:אפשר אין דיין בעסמעדרעש נישט אין מיין.


עס ווענד זיך.
גיי אריין און א ישיביש'ע מנין (נישט חסידיש) איז נישט זאגען תחנון איינע פון די שלש עבירות חמורות, ווידער אין א חסידיש בעסמדרעש איז אן עבירה פארקערט
שרייב א תגובה

Advertisement