גריסן און שמועסן
זונטאג מרץ 25, 2007 5:15 pm
קרעמער האט געשריבן:דער באקאנטער "דינוב'ע רבי'לע" איז שוין ליידער נישט צווישן אונז.
ס'באלאנגט שוין אינעם ברוך דיין האמת אשכול, אבער אז ס'איז דא דערמאנט געווארן וועל מיר עס דא לאזן.
קרעמער, פון ווי האסטו די אינפארמעישן?
Advertisement
זונטאג מרץ 25, 2007 10:10 pm
מאשקע וואו קען מען עפענען אן אשכול, איבער די נושא איך זיך צו גיין צו א זאא zoo בלע"ז חוה"מ איך וואלט זייער געגליכען ווען איינער קאן ווען מיר אנצייגען וואו עס איז דא א זאא אינעם אומגעגענט וואו איך וואוין, אבער איך וויל נישט אויסזאגען פאר יעדעם אז איך וואוין אין קר"י אלזא ביטע עפען די אויף אזא אשכול און די ווייסט דאך יעדער וואו די וואוינסט
וייש"כ למפרע
זונטאג מרץ 25, 2007 10:51 pm
דארט וואו דו וואוינסט (איך מיין אז איך רעד מיך איין אז איך ווייס), דארפסטו נישט פארן צו ווייט...
מאנטאג מרץ 26, 2007 12:31 pm
יגרסהדותא האט געשריבן:גרויזאמער, געב א טשעק
גרויזאמער, איך מיין אז קעש איז אויך גוט, איא יגר?
מאנטאג מרץ 26, 2007 2:09 pm
cano האט געשריבן:abimlaibt האט געשריבן:כ'דערמאן זיך היינט, איך האב געזעהן די דינוב'ער רעבע פין בני ברק אין ס'גאנצע וועלט,
אויך היי יאר געזען, די הגה"צ די פורים רב זז"ג ביינונז אין די קהלה,
וואס מאכט טאקע דער דינוב'ער רעבעלע אמן סלה? איז ער אפשר אין מאנטריאל ציזאמען מיט הרב מייזליש פין בעיסוואטער אינטערנעט?
קרעמער האט געשריבן:דער באקאנטער "דינוב'ע רבי'לע" איז שוין ליידער נישט צווישן אונז.
סאכדעס האט געשריבן:אינטערסאנט, יאך האב קיינמאל נישט געהערט פון איהמ'ן, האט עמיציר א בילד פונעמען?
קנאי, ניין ער איז נישט אין מאנטריאל מיט יודל מייזעלס לרפו"ש יודל איז דארט אן היז און,
סאכדעס, ער פלעגט זיך בעיקר דרייען אין בארא פארק, אין אויך אפאר מאל אין ווילי, ער פלעגט פאר א דאלער זינגען א לידעל,
זיינע לידעלעך האבן געהאט אן אייגנעארטיגן חן, וויבאלד עס איז נישטא נאך איינער וואס האט אזוי געזונגען, איך אליין האב אין מיין באזיץ צווישן אנדערע 'ענינים' צוויי פולע טעיפס פונעם רעבען ז"ל ווי ער זינגט די ווארימע ניגונים, וואס איך געדענק יעצט אףף הענד איז, די ניגון 'פינעף משיח'ס פאר כלל ישראל טראראלאלא לא לא לא כלל ישראל, חן ענועם השם אלקים חן ענועם השם אלקייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייים,' ווי אויך 'משיח האט גומי א שיינע רויטע גומי א הכשר ראביי לאנדא ביי דע רעבעס טיש העי' צוויי מאל די פאל,
אין קלמאקס איז געווען 'איך בין די דינעבער די דענעבער רעבעלע פין בני ברק אין די גאנצע וועלט אמן סלה, איך האב חסידיםלעך טויזענטער חסידיםלעך אין בני ברק אין די גאנצע וועלט אמן סלה, ועוד ועוד נאך דא אסאך,
אוי מי יתן לנו ירחי קדם ווען ער איז געווען דא צווישן אונז, איך האב אויך געהאט די זכי' איינמאל איבערצוגעבן א דאלער פאר א ניגען אין ביהמ"ד אין ראדני סטריט יצ"וו, עס האט אונז געכאפט ווי א דינער אינמיטן העלען טאג די פלוצים דיגע פטירה, ואיננו כי לקח אותו אלקים, עס איז געווארן ווי א בחינה שבק חיים לכל חי,
זאל די נשמה טאקע האבן אן עלי' ער זאל רוען אין לעכטיגו גן עדן, אין א גוטע מליץ יושר פאר אונז אלע, אמן סלה
מאנטאג מרץ 26, 2007 2:40 pm
אבי, זייער שיין באשריבן, מיר האבן זיך נישט גענומען די מיה צו צאלן די דאלער פארן טעיפ אדער ניגון, מיר האבן אבער געהאט די זכי' צו הערן די ניגונים מפה קדשו, ער איז געווען זיס.
מאנטאג מרץ 26, 2007 2:41 pm
יישר כוח פאר דיר יאכער.
מאנטאג מרץ 26, 2007 2:44 pm
סאכדעס האט געשריבן:יישר כוח פאר דיר יאכער.
אויף?
מאנטאג מרץ 26, 2007 2:47 pm
פאר'ן זיך אנשטרענגן און מיר פארציילן ווער דער דינובער רבי פון בני ברק איז געוועזן.
מאנטאג מרץ 26, 2007 2:58 pm
דאס האט אבי געטוהן.
מאנטאג מרץ 26, 2007 3:07 pm
אוי וויי נישט געמערקט. אבי שערקויעך מעומק הלב.
מאנטאג מרץ 26, 2007 3:10 pm
סאכדעס, לאמיר זען צו דו קענסט, נעם אבי'ס באשרייבונג, און פראביר מיט דיין כח הדמיון, אביסל אראפ צו מאלן דעם מענטש ווי אזוי ער האט אויסגעקוקט, און איינמאל דו ביסט פארטיג, לייג עס אהער, און ווי וויל טעיק איט פראם היר.
מאנטאג מרץ 26, 2007 6:35 pm
איך_הער האט געשריבן:סאכדעס האט געשריבן:יישר כוח פאר דיר יאכער.
אויף?
סאכדעס וועפט (אזוי ווי אני_הקטן אין די גוטע צייטן).
מאנטאג מרץ 26, 2007 11:02 pm
ער האט שוין אויסגעוועפט, ער האט זיך שוין אנטשולדיגט.
מאנטאג מרץ 26, 2007 11:28 pm
אין אמת'ן אריין, איז די פיקטשער נישט קיין גרויסע נייעס, ווייל וואס דען טוהט סאכדעס, אויב נישט שרייבן תגובות, אבער פון דעסט וועגן דאך, צו שרייבן א תגובה אין די צייט אין טאג, דאס איז שוין יא נייעס, און פארדעם האב איך עס פאראייביגט.
- עטעטשמענטס
-

- New Picture (5).jpg (5.03 KiB) געזעהן געווארן 2364 מאל
מאנטאג מרץ 26, 2007 11:33 pm
איך_הער האט געשריבן:אין אמת'ן אריין, איז די פיקטשער נישט קיין גרויסע נייעס, ווייל וואס דען טוהט סאכדעס, אויב נישט שרייבן תגובות, אבער פון דעסט וועגן דאך, צו שרייבן א תגובה אין די צייט אין טאג, דאס איז שוין יא נייעס, און פארדעם האב איך עס פאראייביגט.
עמיציר פארשטייט? איך נישט
איך_הער האט געשריבן:שמערל האט געשריבן:3X0
דערמאנסט מיר א ווערטעל, כ'האב אמאל געהער ווי איינער זאגט
'איין מעלה האבן פרויען וואס מענער האבן נישט, זיין האבן נישט קיין ווייב' ודו"ק
ענליך צו די ווארט, פארוואס אדם הראשון האט געלעבט לאנג, ווייל ער האט נישט געהאט קיין שוויגער.
זעהט עמיציר אן ענליכקייט אין די צוויי ווערטליך? א שטייגער ווי זארעכ מיט בארעכ זענען זיכער קרובים.
דינסטאג מרץ 27, 2007 12:09 am
העמיר ווארטן זארעך זאל עס באשטעטיגן.
דינסטאג מרץ 27, 2007 9:38 am
סאכדעס האט געשריבן:איך_הער האט געשריבן:אין אמת'ן אריין, איז די פיקטשער נישט קיין גרויסע נייעס, ווייל וואס דען טוהט סאכדעס, אויב נישט שרייבן תגובות, אבער פון דעסט וועגן דאך, צו שרייבן א תגובה אין די צייט אין טאג, דאס איז שוין יא נייעס, און פארדעם האב איך עס פאראייביגט.
עמיציר פארשטייט? איך נישט
איך_הער האט געשריבן:שמערל האט געשריבן:3X0
דערמאנסט מיר א ווערטעל, כ'האב אמאל געהער ווי איינער זאגט
'איין מעלה האבן פרויען וואס מענער האבן נישט, זיין האבן נישט קיין ווייב' ודו"ק
ענליך צו די ווארט, פארוואס אדם הראשון האט געלעבט לאנג, ווייל ער האט נישט געהאט קיין שוויגער.
זעהט עמיציר אן ענליכקייט אין די צוויי ווערטליך? א שטייגער ווי זארעכ מיט בארעכ זענען זיכער קרובים.
סאכדעס, איך האב גערעדט צו עמיציר, און ער האט מיר געזאגט אז ער פארשטייט.
איך האב מיך באצויגן צו די סטאטיסטיק אז פרויען לעבן לענגער ווי מענער, איז לכאורה די סיבה די אויבנדערמאנטע מעלה, און אויף דעם ארויף האב איך צוגעלייגט מיינס, אנטשולדיגט פארן מקצר זיין.
און אז דו ווילסט זיך אפרעכענען מיט זארעכ, לאמיך ארויס פונעם פיקטשער.
דינסטאג מרץ 27, 2007 9:51 am
עס איז דא לעצטענס באשריבן א מורא'דיגע מעשה מיט א טלית וואס פלעגט זיך אראפגליטשען פין די אקסלען, אין עס פלעגט שטערן די מתפללים, האט איינער אפשר די דיטאלען פין ס'מעשה? איך זעה אלע צייטונגין כמעט רעדן דערפון, וואס איז געווען דארט?
דינסטאג מרץ 27, 2007 10:16 am
יענטאאש האט געשריבן:;l;p-
הערליך. א יגר המציאות. ('יגר' מיט 'יקר' זענען זיך מתחלף לויט טייל פוסקים)...
אין תימניש, איז מען מבטא א קוף א_ווי א גימל
דינסטאג מרץ 27, 2007 11:13 am
סאכדעס האט געשריבן:
אין תימניש,
אין ווי? אה, אין תימניש, אהה, איך ווייס שוין.
דינסטאג מרץ 27, 2007 12:01 pm
איך_הער האט געשריבן:סאכדעס האט געשריבן:
אין תימניש,
אין ווי? אה, אין תימניש, אהה, איך ווייס שוין.
"אין ווי?" וואס איז דאס? כאב נאך אין אידיש נישט געהערט אזא אויסדרוק.
דינסטאג מרץ 27, 2007 1:16 pm
האסט מיך געפאקט, איך בלייב שטיל. איך צוה עס נישט ווייטער, איך ווייס נישט און וועלכען פרישן פלאנטער איך וועל מיך אריין דרייען.
דינסטאג מרץ 27, 2007 2:05 pm
איכער, פלאנטער אהער פלאנטער אהין, זאג, ווען דו וועסט שוין פונעם פלאנטער ארויסקריכן וועלן מיר דען יא וויסן ווי אין דער וועלט מיר געפינען זיך, ס'טוט זיך אזא בהלה אזא צומישעניש
א דוגמא, יוי בין איך צומישט אבער לאמיר טרייען, ווי האלטסטו דעם לולב וואס דו ווילסט פארברענען מיטן חמץ? ווי איך לייג עס נאר ריקט מען עס אוועק, איר זעהט גוט, מ'האב עס איינמאל געטראפן אום פסח, געסט ווי, איך שעם מיך, ווען א קינד האט געפענט דעם שענקל אין מיין שטוב דארט ווי איך האלט מיין כתונת פסים כדאי דארט צו באהאלטן דעם אפיקומן.
דינסטאג מרץ 27, 2007 2:25 pm
יגר'ל, קודם בין איך סורפרייזד אז דער געערטער ראש הקהל האט זיך געוואנדן צו מיר זעלבסט, נישט קיין מפקא נינה וואס ער האט געזאגט.
און צווייטנס, איך האלט עס אין די בעק פונעם טשיינע קלאזעט, אין א גארביטש בעג, און איך געדענק נישט אויף די רגע, אז איך זאל עס האבן איין יאר פארגעסן צו פארברענען.
די נעגל האב איך איינמאל שיער פארגעסן, אבער צום סוף האב איך זיך יא דערמאנט דערפון.
די נעגל פארברען איך צוויי מאל א יאר, זאת חנוכה, אדער גראד נאכדעם, מיט די קנויטן. און ביי שריפת חמץ.