בלאט 24 פון 47

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 15, 2007 4:49 pm
דורך סאכדעס
סיז מיר אינטערסאנט צו וויסן, צו ער האט געשיקט פאר קרעטשמער ניק אויך.

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 16, 2007 12:07 am
דורך איך_הער
cano האט געשריבן:ווער גייט אלץ לויפען פאר פרעזידענט און די קימעדיגע וואלען?


זשוליאני, מקעין, קלינטאן, באראק אבאמא, ועוד ועוד.

פארעפענטליכט: שבת מרץ 17, 2007 9:27 pm
דורך קרעמער
איך_הער האט געשריבן:איך ווייס נישט קיין סאך, אבער די ווייפיי (אדער פייווי, בלשון קרעמער.) קען ארויס העלפן אין א פלאץ ווי איינער האט א נישט געבלאקטן אינטערנעט סערוויס.

איך וועל עס איבער לאזן פאר די מבינים דא, איך האב נאר נישט געוואלט אז שטרם נענו זאל ליידן אויף נאך אן אשכול.


קשר וזכב (שקר וכזב) איך רוף דאס וויי-פיי, און נישט פייווי אדער עפעס ענליך.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 18, 2007 10:22 am
דורך לחיים ולברכה
אוי קרעמער, אזוי מיד ביזטו געוועזן, אין אזא פאלשן פלאץ אריינצולייגן אזא פרעמדע תגובה? וואס האט ווייפיי מיט זשוליאני, מקעין, קלינטאן, באראק אבאמא?
ארויס דערמיט, שנעל, שטעל דאס אריין אוואו ס'באלאנגט.

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 20, 2007 11:33 pm
דורך איך_הער
גאליציאנער האט געשריבן:בס"ד

ענפער דאס וועל איך דיר פרעגען נאך איינ'ס


נאפס, לייג אריין אלע קשיות אין א רייע, אזוי ווי די בחינה אין חדר, און מ'וועט פראבירן צו ענטפערן, און דו וועסט געבן די צייכנס מיט וויפיל פראצענט מ'האט געמאכט די טעסט.

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 21, 2007 2:55 pm
דורך איך_הער
abimlaibt האט געשריבן:וואס א חילוק וואס זי האלט? קוק נישט אריין אין יענעמס טעלער...


איך האב נישט געפרעגט וואס זי האלט, איך האב געפרעגט וואס האלט איר.

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 21, 2007 3:03 pm
דורך צייטליך
איך_הער האט געשריבן:
abimlaibt האט געשריבן:וואס א חילוק וואס זי האלט? קוק נישט אריין אין יענעמס טעלער...


איך האב נישט געפרעגט וואס זי האלט, איך האב געפרעגט וואס האלט איר.


ס'ארא קשיא, יעדעס מאל אנדערש, ווענדט זיך ווי זי שטייט, שטייט זי אויפן פלאהר האלט איר די פלאהר, שטייט זי אויף א שטיין האלט איר די שטיין, אא"וו.

נישטא קיין כללים ביי דיזע זאכן.

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 21, 2007 3:04 pm
דורך abimlaibt
שכח צייטליך,

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 21, 2007 3:07 pm
דורך צייטליך
נישטא פארוואס.

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 21, 2007 3:11 pm
דורך סאכדעס
צייטליך, פארוואס ענפערסטו, נישט דא פארוואס? כ'מיין דו האסט איהם דאך גענפערט זיין פראגע.

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 21, 2007 3:11 pm
דורך abimlaibt
יעצט וועט כער שפירען וואס ס'מיינט,
חחחחחחחחח..... אוי אידאס געווען א גוט'ס...

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 21, 2007 3:16 pm
דורך מאשקע
צייטליך האט געשריבן:נישטא פארוואס.

טאקע נישט...

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 21, 2007 3:18 pm
דורך צייטליך
סאכדעס האט געשריבן:צייטליך, פארוואס ענפערסטו, נישט דא פארוואס? כ'מיין דו האסט איהם דאך גענפערט זיין פראגע.


כאבעס קיינמאל נישט פארענטפערט, כ'האב נאר ציגעפרעגט נאך א קשיא, נישט אזוי ?

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 21, 2007 3:21 pm
דורך סאכדעס
ניין נישט אזוי.

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 21, 2007 3:23 pm
דורך abimlaibt
איך זאג אויך ניין נישט אזוי,

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 21, 2007 3:24 pm
דורך צייטליך
סאכדעם און אבי, שכויעך פארן ענטפערן...

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 21, 2007 11:56 pm
דורך איך_הער
abimlaibt האט געשריבן:יעצט וועט כער שפירען וואס ס'מיינט,
חחחחחחחחח..... אוי אידאס געווען א גוט'ס...


וואס וועל איך שפירן, אה, וואס ס'מיינט, אקעי איך ווייס שוין וואס איך גיי שפירן.

איך וויל נאר דו זאלסט וויסן נאך אזאך וואס איך שפיר, איך שפיר גוט, ווען איך האב אהער געברענגט א ציטוט, און דערויף איז שוין דא מיט די דאזיגע תגובה עלעוו שטיק, אלעס האט זיך אויסגעצאלט. (חוץ די פסח ארדער.)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 22, 2007 12:09 pm
דורך איך_הער
פירשט האט געשריבן:האט עטץ און קרעטשמע בית החיים?


נעבאדע דא האסטו.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 22, 2007 12:31 pm
דורך איך_הער
פירשט האט געשריבן:אבי כתב
------------
א יא כער האסט רעכט, כאב עס אזוי לאנג אמת'דיג געמיינט ביז איך האב שוין ..... בלא בלא בלא , אין דא האלט איך, (כאב כמעט גארנישט דערפון.
-------------------------

וואס האסטע יא דערפון ?


פירשט, זאג מיר נארנישט, אז דו ווייסט באמת נישט ווי אזוי צו מצטט זיין.

זאג מיר ענדערש, אז דו גלייכסט פלעין אויף דעם וועג, כאטש די אנדערע איז פיל גרינגער.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 22, 2007 12:35 pm
דורך פירשט
איך הער :

ווען איך קום אריין אין קרעטשמע זעה איך דאס דאזיגע אשכול .
"מחבר איך הער" ווי אויך "הודעה אחרונה איך הער"

כקום כמעט קיינמאל אריין אהער.

איז מיר אינטערעסאנט צו וויסען . צו דו האסט טאקע אליינס אנגעפילט די אלע 30 פעידזעס?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 22, 2007 12:40 pm
דורך מאשקע
יאנאש האט געשריבן:יו מאשקע דו האסט נישט קיין השגה ווי גוט דו זאגסט.

ווען איך וואלט נישט געוואוסט, וואלט איך עס דען געזאגט? זיכער ווייס איך!

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 23, 2007 8:37 am
דורך cano
abimlaibt האט געשריבן:כ'דערמאן זיך היינט, איך האב געזעהן די דינוב'ער רעבע פין בני ברק אין ס'גאנצע וועלט,
אויך היי יאר געזען, די הגה"צ די פורים רב זז"ג ביינונז אין די קהלה,
וואס מאכט טאקע דער דינוב'ער רעבעלע אמן סלה? איז ער אפשר אין מאנטריאל ציזאמען מיט הרב מייזליש פין בעיסוואטער אינטערנעט?

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 23, 2007 11:40 am
דורך איך_הער
פירשט האט געשריבן:איך הער :

ווען איך קום אריין אין קרעטשמע זעה איך דאס דאזיגע אשכול .
"מחבר איך הער" ווי אויך "הודעה אחרונה איך הער"

כקום כמעט קיינמאל אריין אהער.

איז מיר אינטערעסאנט צו וויסען . צו דו האסט טאקע אליינס אנגעפילט די אלע 30 פעידזעס?


און אויב יא, און אויב נישט, למאי מפקא נינה?

פארעפענטליכט: שבת מרץ 24, 2007 9:51 pm
דורך קרעמער
דער באקאנטער "דינוב'ע רבי'לע" איז שוין ליידער נישט צווישן אונז.

פארעפענטליכט: שבת מרץ 24, 2007 10:58 pm
דורך סאכדעס
אינטערסאנט, יאך האב קיינמאל נישט געהערט פון איהמ'ן, האט עמיציר א בילד פונעמען?