Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

דאנערשטאג דצמבר 07, 2006 1:58 pm

סאכדעס, איך האלט שוין דערנאך, און איך האלט שוין ווייטער. איך האב נאר נישט פארשטאנען וואס דו זאגסט וועגן ירידות און עליות. אז דו וועסט קוקן וועסטו זעהן, איינמאל מאכט בני הקטן יעקב אלי' פופצן טעותים אין א פאראגראף פון פינף ווערטער, און אן אנדערס מאל איז עס לויטער אן קיין איין טעות. האיך יתקיימו שניהם.
מיין צווייטע שורה איז געווען געצילט אויף די צווייטע העלפט פון דיין תגובה, וועגן דיין שמועס מיט מעסטער פארגאנגגענעם פארטאגס.

Advertisement

דאנערשטאג דצמבר 07, 2006 2:05 pm

אההה, זעץ זיך אוועק דא קעגן איבער אויפ'ן ריקליינער, און הארכ'זשע צו אן עלטערן איד.

דער ענין... ס'יז אזוי, וואס האסטו נאר געפרעגט, אה יא איבער עליות און ירידות, מאנכע קלערן אז דאס איז געמאכט געווארן פאר ראנג מענטשן, אבער מיט א טיפערן בליק, מיט א ערענסטע טראכט, קומט אויס אנאנדער בילד, דער ענין פארדרייט זיך מן הקצה אל הקצה, פון איין זייט צו דאס אנדערע זייט, אז אדרבה, עליות און ירידות באלאנגן פאר די העכסט נארמאלע מענטשן, מיט נארמאלע הערצער און מוחות, אזעלכע וואס זענען נישט קיין סטאטועס, די זייגער איז נישט זייער מוח נאר פארקערט, ביי די, און טאקע דוקה'ן ביי אזוינע פארשוינען, טרעפט זיך די סארט באשעפעניש פון עליות און ירידות.

און איבער די נושא האביך פארבראכט מיט מעסטער'ן אין די שפעטע נאכט שעה'ן, אדער איז דא טייל מענטשן וואס רופן עס פריע פארטאגס שעה'ן.

ודוק כי קצרתי.

מיטוואך דצמבר 27, 2006 7:09 pm

פענסטער האט געשריבן:נעכטן געהערט, וואס פשט פון די ווארט "אנטיסעמיט"?

אז דאס איז פון די לשון "שם" אנטי 'שם'יסטען.

קען זיין ס'איז א זאך וואס יעדער ווייסט, אבער פאר מיר איז עס געווען אינטערסאנט.

נאך א מזל אז דו האסט עס נעכטן געזען, ווען נישט, ווער ווייסט ווי לאנג נאך מיר וואלטן געדארפט ווארטן אויף אייערס א תגובה.

מיטוואך דצמבר 27, 2006 11:24 pm

מאשקע האט געשריבן:ערשטנס, האביך נישט קיין רעביצין, נאר א פשוט'ע ווייב.
צווייטנס, ניין, זי ווייסט נישט. זי זעהט מיך אמאל לאכן סתם אזוי, אבער זי ווייסט נישט אז איך שרייב דא.

נו אפשר איז שוין צייט?

מיטוואך דצמבר 27, 2006 11:48 pm

שוין צייט אויף וואס? צו מאכן דאס ווייב פאר א רעביצין, אדער איר צו דערציילן אז איך שרייב דא?
איך שפיל גוט "תמ'עוואטע"?

דאנערשטאג דצמבר 28, 2006 12:34 pm

אהה יא סיז שוין צייט צו שפילן 'בעסער' תמ'עוואטע.

דאנערשטאג דצמבר 28, 2006 6:38 pm

איך קוק אזוי איבער אלע נאכנישט געליינטע תגובות און איך באגעגן מיך מיט די אשכול א ביאור אויף מיין בילד, און איך זע מאשקע'ס תגובה, און איך טראכט צו מיר, איך האב דאך עפעס אים געענטפערט דערויף, ווי איז מיין תגובה אהין געקומען, יעצט בין איך אנגעקומען דא, קלאפ איך מיך אויף די פלייצע אז איך האב מיך אויפגעפירט נארמאל, און נישט פארדרייט דארט דעם אשכול.
( איין מינוט אפשר באלאנגט די תגובה ביים אשכול איך רעד צו מיר אליין? נע ס'גוט דא, איך קען נישט האלטן אין איין שלעפן פון איין פלאץ צום צווייטן. )

פרייטאג דצמבר 29, 2006 12:27 pm

יאכער, דוי איז נישט דאס פלאץ וואו מ'רעדט צו זיך אליינ'ס.

פרייטאג דצמבר 29, 2006 12:37 pm

זעסטו דאך אז איך האב נישט גערעדט צו מיר אליין.

פרייטאג דצמבר 29, 2006 1:21 pm

כאב עס טאקען נאר צוליב דעם געשריבן.

מאנטאג ינואר 01, 2007 1:08 pm

רבותי, כ'ווייס נישט אין וועכען אשכול דאס באלאנגט האביך זיך בארעכנט צו שרייבן דא.

פרייטאג האט דער דאיען געברויכט דרינגענד רעדן מיט'ן ראשהקאלל, נאט אייך א שמועס צווישן מיר און דעם גרויזאמער.

1:31 PM
me: נומער ביטע

1:32 PM
גרויסע: סאיז?

me: פליז כ'בעט אזוי שיין

גרויסע: וועגן וועלכע ענין?

me: אוי כ'בעט דיר
געב מיר דיין נומער
כ'על גארנישט טשעפען

גרויסע: סגייט נישט אזוי
מען רייסט זיך מיר צו קאלן
און דא וויל מיר איינער געבן אזא קאל כאילו לא היה

me: חחחחחחחחחחחחחחח
כאב ממש געלאכט אויפן קול
נו געבזשע שעהן אהער

גרויסע: וואסזשערע ענין וואלט איר געוואלט דורכשמועסן? דאס איז דער ראש הקהל'ס סעקרעטאר, איך קען נישט לאזן יעדע מאן דהוא צוקומען צום ראש הקהל

me: דאס איז וואס איז?
געב אהער אבער שנעל
כ'זאג דיר אז דו וועסט נישט חרטה האבן

גרויסע: נאו וועי, די גאנצע זאך קוקט מיר אויס זייער פארדעכטיגט
שוין ער סטראשעט שוין
די גאנצע זאך שטימט נישט

me: אוי וויי פליזזזזזזזזזז

גרויסע: לאמיך איבערגעבן פארן ראש הקהל
מינוט

me: אהה
שערקויעך

גרויסע: ער שרייט קולות, "וויפיל מאל דארף איך דיר זאגן? נעם נישט אן קיינעם'ס קאל, מען דארף זאגן אויף גוגל טאלק פון וועלכע ענין מען וויל רעדן, און איך וועל עס דורכקלערן? סאכדעס שמאכדעס, זאל ער זאגן וואס ער וויל דער טעראריסט" אזוי שרייט ער

me: זאג איהם אז דער דאיען וויל נויטיג זיך דורכרעדן מיט עמען איבער גאר א וויכטיגער ענין וואס דו טארסט נישט זיין אינוואלווד

גרויסע: ער שטעלט זיך אויף פון רעקליינער, אוי איין מינוט, דא גייט פליען פעטש

me: זאג איהם אז עס איז גאר וויכטיג
שנעל באלד גייט די צייט פארביי

גרויסע: ער איז זייער גרויזאם, ער קומט אהער צום דעסק

me: שוין אז דו ווילסט דוקא האט ער געזאגט כ'זאל דיר זאגן אז ס'רעדט זיך איבער רבקה די עגונה

גרויסע: העי העי!!! סאכדעס, זאג מיר שוין איבער וועלכע ענין דו ווילסט רעדן, דאס בין איך דער ראש הקהל

me: איבער רבקה די עגונה

גרויסע: וואס טרייבסטו ליצנות פון מיר?????????
ווילסט איך זאל דיר לערנען בלק?

me: דער דאיען וויל רעדן מיט אייך איבער איר
אוי כ'בעט אייך הויכבאשפריצטער ראוישעקאל, כ'בין א קליין זינדיג מענטשעלע
דער דאיען דארף נויטיג רעדן צו אייך כ'בין באמת גארנישט שולדיג

גרויסע: ער ווערט מיר פלוצלינג באשפריצט מיט שפרענג וואסער, אין קרעטשמע דרייט ער איבער א וועלט, נאו וועי סגייט נישט אזוי

me: שפרענג אדער שפרונג?

גרויסע: הארך אויס, לויט מיין גאר הויכע קלארע דעת זעה איך נישט קיין סיבה אז דו זאלסט מיך קאלן אויף מיין רעגולער ליין, איך וועל דיר אריינקאלן אין גוגל טאלק, אבער איך וועל נישט קענען רעדן, נאר דו, יעמאלט וועט מען זען, חא חא חא

me: דער דאיען קען נישט רעדן אזוי

גרויסע: חצוף איינער!

me: ער ווייסט נישט וויאזוי
ער זאגט אז רעדן דורכ'ן קאמפיוטער איז ארגער ווי דער אינטערנעט

גרויסע: אוקיי, נו געב א שנעלע קאל
***
***
****

מאנטאג ינואר 01, 2007 3:05 pm

צווישן די פילצאליגע אויפטוענגען וואס דער דאיען טוהט אויף בין אדם לחבירו ובין איש לאשתו, איז מערקוועדיג ארויסצוברענגן די נייע חבורתא וואס דער דאעין האט צוזאמענגעשטעלט פאר צוויי אידן פון די קרעטשמע.

היינט נאכט הויבט מען לערנען.

מאנטאג ינואר 01, 2007 3:33 pm

לחיים לחיים!

פרייטאג ינואר 05, 2007 12:46 pm

סתם לשם שרייבן, איך רעד דא נישט צו מיר אליין.
נעכטן האב איך געשריבן תגובה נאמבער 17300, און אקארשט האב איך געשריבן תגובה נאמבער 17400.

פרייטאג ינואר 05, 2007 12:53 pm

ווי אויך דיין 2100 הונדערסטע.

שבת ינואר 06, 2007 8:41 pm

איך גלייב אז מ'דארף נישט עפענען קיין עקסטערן אשכול צו שמועסן אין ניטל, וואס מיינט עטץ?

שבת ינואר 06, 2007 8:42 pm

איך האלט גראדע אז יא.

שבת ינואר 06, 2007 8:46 pm

איך קאפיטוליר.

מאנטאג ינואר 08, 2007 11:13 pm

איך ווייס נישט ווי עס צו שרייבן, שרייב איך עס דא.
אויב איך מאך נישט קיין טעות, באלאנגט די חתימה פון טריאו, ביי די אשכול פאר די אייניקלעך.

שבת ינואר 13, 2007 8:37 pm

דארפסמאן האט געשריבן:גרויזאמער : ראש הקהל : דיין חתימה איז זייער שיין אבער עס איז נישט פון א. פריד , עס איז פון מרדכי ב. ד. MBD אפשר לתקן

נו, טאקע ווייל ס'איז אפשר לתקן, האט ער שוין מתקן געווען זיין חתימה.

דאנערשטאג ינואר 18, 2007 5:31 pm

מאשקע האט געשריבן:סאכדעס: תיקון טעות. ווען מ'האט 2401 תגובות, מיינט עס אז מ'איז אריינגעטרעטן אינעם 25'סטן הונדערט, ודו"ק.
און מזל טוב איכער. כמותך ירבו בהקרעטשמע!


דאס איז פון דעם אשכול מזט פאר די מערסטע שרייבער, אבער היות דו האסט מיר דערמאנט א וויכוח מיט מיין לערנען חבר, וועליך דאס דא שרייבן, כ'זאג מיין חבר גיימער לערנען פערטל ניין, רופט ער זיך אן נו אזוי ווי אלע טאג, זאג איך: ניין, א שעה פריער, פערטל ניין, פרעגט ער מיר וואס הייסט א קוואדער נאך ניין? זאג איך איהם ווידער, נישט א קוואדער נאך ניין, נאר פערטל ניין, אקיצער ביז כאב רילייסט אז ער קען נישט קיין אידיש.

דער אלטער דור פלעגט רופן א פערטל נאך אכט, פערטל ניין, ווייל עס איז א פערטל שעה אריין אינעם ניינער, איצט וועליך מאכן א שטיקל ליסט.

8:15 פערטל ניין
8:30 האלב ניין, אהה דאס איז שוין גוט
8:45 דרייפערטל ניין.

האמער און זיימער.

דאנערשטאג ינואר 18, 2007 5:46 pm

סאכדעס, אין וועלכן אלף זעמיר יעצט? נישט אין אלף השישי? נו, אמער, ס'איז דאך נאר ה' אלפים וכו'?

דאנערשטאג ינואר 18, 2007 5:48 pm

דו פרעגסט זאגסט טענה'סט?

דאנערשטאג ינואר 18, 2007 5:57 pm

לכתחילה האב איך גע'טענה'ט, ווייל כא געמיינט אז דו האלטסט אנדערש ווי מיר. אבער אצינד ציה איך צוריק.

זונטאג ינואר 28, 2007 6:45 pm

גאליציאנער, אויב דו ווילסט ווייטער ציען די שמועס, קום דא אריבער, ס'איז פשוט אשאד, אז דו הרג'עסט אפ דיין שיינעם ארטיקל.
שרייב א תגובה

Advertisement