בלאט 3 פון 47
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 18, 2006 4:02 pm
דורך 3x0
מעסטערמיינד האט געשריבן:3x0 האט געשריבן:מעסטערמיינד האט געשריבן:3x0 האט געשריבן:מעסטערמיינד האט געשריבן:3x0 האט געשריבן:אפשר איז ער א דאלפענס פען.
טריאוי כ'האב נישט געוואוסט אז דו פארשטייסט צו פוסבאאלל. גוט כ'אטש עט זיין פון וואס צו רעדן ווינטער אינעם אנדערן פארום.
ניין ניין ניין, איך פארשטיי אינגנצען נישט צו פוטבאל, איך האב סתם אזוי געטראכט, איך האב ניטאמאל געוויסט וואס די דאלפאנס שפילען, איך האב סתם געדענקט אז עס איז דא עפעס א טיעם וואס הייסט אזוי.
טריאוי האסט דריי חדשים זיך אויסצולערנען. גאאט איט?
איך וויל עס נישט קענען, גאט איט?
כ'שוין זיי אז דו גלייכסט זיי נישט . אבער פארוואס טאקע נישט
איי גאטטע גאו, העמיר רעדן דערפון א אנדערס מאל.
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 25, 2006 4:56 pm
דורך איך_הער
שוין דא אפאר חברה , איך מיין אז מ'מעג שוין אנצונדען די עירקאנדישאן דא , ניין ?
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 25, 2006 5:05 pm
דורך סאכדעס
איך_הער האט געשריבן:שוין דא אפאר חברה , איך מיין אז מ'מעג שוין אנצונדען די עירקאנדישאן דא , ניין ?
דא ארבעט עירקאנדישן אין גרויסן, אונז האמיר אינסטאלט אזא ספעציעלע מאשין אז מ'זאל נישט הערן דאס קול, זעהסט דען ינישט אז סיז פיין קיל.?
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 25, 2006 5:08 pm
דורך איך_הער
גראדע האב איך נישט באמערקט , איך האב נאר פראבירט אליין אויס צו פיגערן נאכן באמערקן א שיינע פאר מאל ווי עטליכע קומען אריין מ'געט א שפיי און מ'גייט ווייטער האב איך געטראכט אז די איינציגסטע סיבה איז ווייל ס'איז הייס דא , איצטערט אז דו זאגסט אז ס'איז קיל ווייס איך שוין נישט וואס צו טראכטן , אפשר העלפסטו מיר ארויס ?
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 25, 2006 5:12 pm
דורך 3x0
וויאזוי קען מען זעהן אז עס איז קיל?
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 25, 2006 5:14 pm
דורך איך_הער
איך האב גראדע געטראכט דערפון , אבער אז איך האב געזען אז סאכדעס שרייבט עס האב איך געטראכט , וואס צדיקים קענען אלץ , און ער דרייט זיך דאך מיט'ן דיין , פארשטייסטו ?
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 25, 2006 7:47 pm
דורך יאנאש
בעני, וואס איז נייעס?
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 26, 2006 9:45 am
דורך סאכדעס
יאנאש וואס איז פשט פון די תגובה? נאר כדי אנצוקומען צום שר מאה? כ'זעה אז דו שטייסט ביי 100
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 26, 2006 10:22 am
דורך מעסטערמיינד
ס'קיקט מיר אויס סאכדעס, אז ווען יאנאש האט געשריבען די תגובה האט בעני אריין גוואקט אין קרעטשמע ס'האט יאנאש'ן אזוי באנומען אז ער האט מיט עקסטאז אויס געשריבען "בעני וואס איז נייעס" אבער זעט אויס אז בעני האט נישט געזעהן..
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 26, 2006 10:25 am
דורך יאנאש
גראדע איז שוין בעני געשטאנען ביי די טיר ווען יאנאש האט אויסגעשריגן זיין נאמען, אבער זעהט אויס אז די גערוך האט אים זייער געשטערט.
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 26, 2006 10:51 am
דורך סאכדעס
מעסטערמיינד האט געשריבן: אבער זעט אויס אז בעני האט נישט געזעהן..
נישט געזעהן אדער נישט געהערט?
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 26, 2006 10:56 am
דורך קהל'ס נאר
גברא אגברא קא רמית?!
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 26, 2006 10:57 am
דורך סאכדעס
קהל'ס נאר האט געשריבן:גברא אגברא קא רמית?!
האלו הערסט מיר? אפשר שטעלסטו זיך שוין אויף דארט? הא? דו זיצט דארט און דערנאך איינער וויל דורכגיין, איז עס א בחי' פון גברא אגברא קא רמית.
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 26, 2006 11:04 am
דורך קהל'ס נאר
סאכדעס האט געשריבן:קהל'ס נאר האט געשריבן:גברא אגברא קא רמית?!
האלו הערסט מיר? אפשר שטעלסטו זיך שוין אויף דארט? הא? דו זיצט דארט און דערנאך איינער וויל דורכגיין, איז עס א בחי' פון גברא אגברא קא רמית.
עס איז דא גענוג אין נאך פלאץ דורכצוגיין אויף חלק פונעם בילד וואס איך האב געדארפט ארום שניידן אז עס זאל אריינפאסן אין די קרעטשמעס ראם.
עניוועי וואס ווילסטו פינקטליך? איך זאל שטיין? וואו?
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 26, 2006 11:37 am
דורך יגרסהדותא
יאנאש, לכבוד די ניין טעג, בעטן מיר זאלסט אראפנעמען דיין אויסערגעווענדליכע שמייכל וואס דו האסט ביי אונז.
דיין בילד מיטן שמייכלן מאכט איינעם לאכן אפילו מ'וויל נישט.
דיין גלעזל טיי, קענסטו ווייטער האלטן, מיטן שטרוי צוזאמען.
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 26, 2006 11:43 am
דורך יאנאש
יגר'ל;
האסט מיך שוין געזעהן אמאל טרונקען טיי, נאך איין מאל דו פארשעמסט מיך דא אינעם קרעטשמע, וועל איך דיר אויסזאגן פארן גרויזאמער.
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 26, 2006 12:38 pm
דורך סאכדעס
יגרסהדותא האט געשריבן:דיין גלעזל טיי, קענסטו ווייטער האלטן, מיטן שטרוי צוזאמען.
יגר'ל מ'מאך מיר איצט אן ערענסטע מיטינג דיר ארויסצוווארפן פון קרעטשמע, היתכן מ'שטיינס געזאגט וועא"מ, זיצן מיר דא איך מיט יאנאש און מיקען מיר זיך נישט בארואיגן, א טיי טרינקט ער רח"ל? וואו קען מען זיך פארשטעקן פאר בושה? הא? ער טרינקט נאר ביר!!!!!!!!! אדער הייניקן, אדער באוד, אבער טיי מאן דכר שמיה.
על מיר זעהן וואס די רעזולאציעס וועט באשטעטיגן.
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 26, 2006 3:20 pm
דורך מעסטערמיינד
יגר'ל
איך בין אויף דיין זייט
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 26, 2006 4:21 pm
דורך יאנאש
מעסטערמיינד;
הלמאי?
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 26, 2006 4:24 pm
דורך מעסטערמיינד
ווייל אזוי וויל איך
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 26, 2006 6:09 pm
דורך יגרסהדותא
מעסטערמיינד, YOU ARE THE BEST!!!
ווייסט פארוואס? ווייל אזוי וויל איך!!
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 26, 2006 6:17 pm
דורך איך_הער
איך רעד ( שרייב ) צו די וואס זענען יעצט דא , איך וויל וויסן צו עטץ האטס אין פלאן עפעס צו צילייגן דא , ווייל אויב נישט האב איך אין פלאן אוועק צו גיין , איך וויל נאר גארנישט פארפאסן ,
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 26, 2006 6:21 pm
דורך איך_הער
איך רוף אויס אינעם חלל הקרעטשמע , אז איך גיי יעצט אוועק פון דא ,
ווי לאנג איך האב געריבן מיין פריערדיגע תגובה , האבן די אלע וואס זענען דא געווען אפגעפיצט , ממילא האב איך יעצט דאך נישט וואס צו זיכן דא , סא , זייטס מיר אלע גזונט , ביי ,
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 26, 2006 6:23 pm
דורך יגרסהדותא
העי, ביסט נאך דא?, ווייל איך וויל דיר גריסן א גוטע נאכט!!! ה ע ל ו י
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 26, 2006 7:31 pm
דורך יענטאאש
כא! כא! כא! יגר'ל! דו מיינסט אז יאנאש טרינקט טיי?! כא! כא! כא!.... וואס די מיינסט ער איז עפעס אן אלטער איד?! ער טרינקט עפל דזשוס!!!!!.....