Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מאנטאג יולי 31, 2006 8:54 am

ניין, עס האט גארנישט מיט אברעיא.

Advertisement

מאנטאג יולי 31, 2006 8:54 am

גוט מארגן גוט יאר, יאנאש.

האסט עפעס געוואלט?

מאנטאג יולי 31, 2006 8:55 am

יגר'ל;

ניין, סתם הערן וואס טוט זיך.

3X0;

דאן מיט וואס יא?

מאנטאג יולי 31, 2006 8:57 am

איך נישט אויספאקען מיינע צרות דא אין קרעטשמע, איך וועל דיר ענטפערן אויף גוגעל טאלק, אדער אויב די האסט שוין די נייע מסנ מסנגר קען איך דיר ענטפערן דורך מיין יאהו מסנגר.

מאנטאג יולי 31, 2006 8:59 am

איך האב אלע מעסענג'ערס, אבער פארוואס זאל דער עולם דא נישט מיטהאלטן, וואס קען שוין זיין? דיין קאר האט זיך צובראכן אינמיטן דעם זיבעצן, און דו האסט געדארפט שפאצירן א שטונדע? אדער האסט זיך איבערגעדרייט? זאל דער עולם לאכן.

מאנטאג יולי 31, 2006 9:01 am

זאל זיין אז איך האב מיך אויסגעגליטשט אויף די שניי וואס איז געפאלן פארגאנגענעם פרייטיג פארנט פון יגר'ס הויז.

מאנטאג יולי 31, 2006 9:02 am

aol מסנגר האסטו אויך?

מאנטאג יולי 31, 2006 9:05 am

זאקן וואש מען אויך? וואס נאך ברויך איך האבן?

מאנטאג יולי 31, 2006 9:07 am

איך האב געמיינט אז אלע?

מאנטאג יולי 31, 2006 9:23 am

אה.

מאנטאג יולי 31, 2006 9:24 am

א גוט מארגן סאכדעס'ל, וואס מאכסטו עפעס היינט. וויאזוי איז געווען די עגגפלענט נעכטן?

מאנטאג יולי 31, 2006 9:58 am

אזוי אלעס איז אין דער ערד, וואס זאגסטו? עפעס זעה איך גייט פאר מיט די מעסענדזשערס, יאך האב אלע פיר יאהו, מסנ, גוגל, אאמ.

מאנטאג יולי 31, 2006 10:38 am

קהל'ס נאר וואסינייעס.?

מאנטאג יולי 31, 2006 10:42 am

לאז אים ליינען אביסעל.

מאנטאג יולי 31, 2006 10:43 am

סאכדעס, א שאלה. (ס'איז נישט אזוי וויכטיג פאר די פראגע אליינ'ס אריינצוגיין אין "בית הוראה שטיבל". מ'קען עס מסתמא דא ביים טישל אויך פרעגן).

איז דא אזא מיחוש, אדער קפידה, נישט צו הערן קיין טעיפ'ס פון א לוי'?

(איך רעד נישט פון קיין רבנים, דארט ווייס איך אויך נישט, איך רעד משפחה, קרובים וכו'.

כ'העל דיר פארציילן פארוואס, היינט האב איך גענומען געז, און איך זעה ס'טוט זיך דארט א קופקעלע פון צוויי דריי אידן, און זיי דיסקאסן (וועא"מ) די שאלה.

איך וואלט געוואלט הערן דיין חוות דעת. ייש"כ

מאנטאג יולי 31, 2006 10:49 am

עפעס פאנגט מיר אן צו קלאפען יגר, אויב ביסטו טאקע דער וואס האט גענומען דארט געז, האב איך שטארק מורא אז דיין אייגענע קאר איז נישט קיין גוטע עדווערטייזמענט פאר דיין קאר וואש ס'איז -איים סארי- זייער שמוציג

מאנטאג יולי 31, 2006 10:49 am

סאכדעס האט געשריבן:קהל'ס נאר וואסינייעס.?


לאז מיר זיך אפגיסן נעגל וואסער, נעמען א קאווע און איך קום שוין ארויס בארוועס אויפן טאראסע כאפן א ציגארעטל מיט די עולם

מאנטאג יולי 31, 2006 10:50 am

פוי פעך נאר איינער טוה דיר אן די שיך.

מאנטאג יולי 31, 2006 10:57 am

יגרסהדותא האט געשריבן:סאכדעס, א שאלה. (ס'איז נישט אזוי וויכטיג פאר די פראגע אליינ'ס אריינצוגיין אין "בית הוראה שטיבל". מ'קען עס מסתמא דא ביים טישל אויך פרעגן).

איז דא אזא מיחוש, אדער קפידה, נישט צו הערן קיין טעיפ'ס פון א לוי'?

(איך רעד נישט פון קיין רבנים, דארט ווייס איך אויך נישט, איך רעד משפחה, קרובים וכו'.

כ'העל דיר פארציילן פארוואס, היינט האב איך גענומען געז, און איך זעה ס'טוט זיך דארט א קופקעלע פון צוויי דריי אידן, און זיי דיסקאסן (וועא"מ) די שאלה.

איך וואלט געוואלט הערן דיין חוות דעת. ייש"כ


אז דו פרעגסט דא מיין קינד על יעך דיר זאגן, נו הערזשע ביטע איין, זעה אהער, מ'מעג הערן טייפ'ס פון לויות, כ'זעה קיין שום איסור דערביי, נאר וואזשע דען, סיז נישט גלייך צו טוהן זאכן אנע תועלת, איז דארף מען וויסן צו וואס מ'וויל דאס הערן.

מאנטאג יולי 31, 2006 10:58 am

יאנאש האט געשריבן:פוי פעך נאר איינער טוה דיר אן די שיך.


קודם גיי וואש אויף די ביה"כ, ס'איז עקל אריינצוגיין דארט, ווען דו ביסט פארטיג וואש דיר הענט און ברענג ארויף נאך ביר. דערנאך קענסטו צוריקקומען איבער זאגן דיין קללה.


ביי דע וועי איך האב געהערט אז אין קהילה שטיבל שמועסט מען אז א ספאנישע איז ביליגער, סאו יא בעטער וואטש אוט.

מאנטאג יולי 31, 2006 11:10 am

ישר כח, נישט אז איך פארשטיי דיין תירוץ, באט וואס איך האב געוואלט אויפטוהן איז געלונגן. דיין ווייב בעט זיך צו מיר שוין 2 שעה איך זאל דיך ארויסשלעפן פון בעט. נו ווי געשריבן, ס'איז געלונגן.

נחזור לענינינו. וואס הייסט "צו וואס מ'וויל עס הערן". מ'קען נישט הערן קיין מיוזיק, הערט מען עפעס אנדערש. יענער האט עפעס גע'טענה'ט אז דאס איז זיך סותר מיט "גזירה על המת שישתכח וכו' וכו'.

מאנטאג יולי 31, 2006 11:40 am

איז דאס ריכטיג אז "היימישע קרעטשמע" הייבט אן צו ארבעטען שטאט? רח"ל...

ס'קריכט און קריכט, באלד ווי , איך וויל נישט זאגן "הייד-פארק", אבער "סאמטינג לייק דאט"...

מאנטאג יולי 31, 2006 12:08 pm

יגרסהדותא האט געשריבן:איז דאס ריכטיג אז "היימישע קרעטשמע" הייבט אן צו ארבעטען שטאט? רח"ל...

ס'קריכט און קריכט, באלד ווי , איך וויל נישט זאגן "הייד-פארק", אבער "סאמטינג לייק דאט"...

איך רעד יעצט מיט ארענדער, און ער האלט שוין אינמיטן קעיר נעמען דערפון.

מאנטאג יולי 31, 2006 1:04 pm

יגרסהדותא האט געשריבן:נחזור לענינינו. וואס הייסט "צו וואס מ'וויל עס הערן". מ'קען נישט הערן קיין מיוזיק, הערט מען עפעס אנדערש. יענער האט עפעס גע'טענה'ט אז דאס איז זיך סותר מיט "גזירה על המת שישתכח וכו' וכו'.


כעל זאגן דעם דאיען אז סיטוט זיך דא ער עט באלד דא זיין.

מאנטאג יולי 31, 2006 1:07 pm

וואס? ער איז יעצט ביים געז סטעישאן?
שרייב א תגובה

Advertisement