בלאט 47 פון 47

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 19, 2012 10:35 pm
דורך טייבעלע
א גוטע נאכט זיסע חלומות.

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 19, 2012 10:39 pm
דורך געלעגער
מזל טוב. נורא נוראות

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 19, 2012 10:39 pm
דורך געלעגער
אמן גם אתם

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 19, 2012 10:44 pm
דורך טייבעלע
אמן ואמן.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 4:44 am
דורך msp
טייבעלע האט געשריבן:אז דו בעטסט וועל איך פארציילען נאך א קליינע עובדה'לע פון איהם.

געוועהן אין ישיבה א בחור וואס איז געקומען פון א געוויסע חסידות וואס דארט איז געוועהן ממש א שאנדע אויב איינער איז נישט א חתן געווארן ביי די אכצען יאר,
יענער בחור האט געהאט א ברודער וואס האט שוין געהאלטן אט אט ביים ווערן ניינצען און דערווייל ריקט זיך גארנישט ביי איהם, איז דער בחור צוגעגאנגען צום
וואוילער בחור און מזכיר געוועהן, עס איז געוועהן פאר פורים, זאגט ער איהם, הער אויס אז דו וועסט זיין לעבען מיר פורים און וועסט מזכיר זיין וועט אי"ה זיין א
ישועה, געדענק פאר נישט אוועק זיי דא מיט מיר כאטש ביים בעטען, אבער יענער האט געוואלט פארן ווייל ער האט געדארפט פארן, האט ער איהם גערופען אין
מיטען טאג, בעצם היום הקדוש פון פורים, האט ער איהם גענטפערט כ'האב דיר געבעטען פאר נישט.

אבער די צוויי זענען געוועהן גאר גוטע פריינד, נאך פורים קומט יענער בחור צוריק אין ישיבה און בעט איהם ער אנטשולדיגט זיך, זאגט ער איהם נישט פאר מיינעט
וועגען האב איך געדארפט זאלסט זיין דא, עס איז א שווערע בקשה האב איך געוואלט דו זאלסט ארויס ווייזען געטריישאפט קען מען דאס איינהאנדלען (גיי ווייס וואס
דאס מיינט), בעט ער זיך אבער דאך נאך שבועות ווערט ער שוין ניינצען איז וואס וועט זיין, האט ער געזאגט מען וועט זעהן דעם קומענדיגער שב"ק, און וואס מיינט
עטס וואס דער בחור געטוהן? ער איז אויפגעוועהן גאנץ ליל שב"ק געשטאנען אויף די פיס אויסגעזאגט דריי מאל אין א ציה דע גאנצען ספר תהילים, דערנאך האט ער
געזאגט די שירה, האט ער מסביר געוועהן וייל קשה זיווגו של אדם כקריעת ים סוף, און דערנאך געגאנגען אין מקוה זיך טובל זיין לזכות אותו בחור, עס איז שוין געוועהן
אין די פארטאג שעות איז ער שוין נישט געגאנגען שלאפן נאר ממשיך געוועהן לערנען, ובעזהשי"ת שמו ויתעלה אין די אכט און דרייסיגסטער טאג פון יענעם מעשה איז
דער א חתון געווארן בשעה טובה ומוצלחת.


דאס איז מבהיל על הרעיון
פלאי פלאים

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 06, 2012 2:06 pm
דורך ווינקל
גאר אונטערסאנט!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 06, 2012 2:30 pm
דורך שנאפס
וואו קעמען ליינען די ערשטע מעשה פון דעם בחור?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 06, 2012 2:53 pm
דורך ווינקל
סאכדעס האט געשריבן:אוודאי זי האלט אלעס מיט ברוך השם, אבער סיז איר פונקט ווי מיר נישט קיין נפק"מ וואסערע שר איך בין, דער עיקר אז איך בין מנהל.

בכל אופן יישר כוח פאר די מזל טוב, און פון טיפענישן פון הארץ א יישר כוח פאר'ן מיר דאס צוברענגן.
שא שא פארצייל נישט פאר קיינעם איצט איז מיר שוין גרינג צו עורך זיין די הודעה.
א גוט שבת.

זי גלייכט נאך אלץ אז דו ביסט מנהל?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 06, 2012 8:17 pm
דורך סאכדעס
ווינקל האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:אוודאי זי האלט אלעס מיט ברוך השם, אבער סיז איר פונקט ווי מיר נישט קיין נפק"מ וואסערע שר איך בין, דער עיקר אז איך בין מנהל.

בכל אופן יישר כוח פאר די מזל טוב, און פון טיפענישן פון הארץ א יישר כוח פאר'ן מיר דאס צוברענגן.
שא שא פארצייל נישט פאר קיינעם איצט איז מיר שוין גרינג צו עורך זיין די הודעה.
א גוט שבת.

זי גלייכט נאך אלץ אז דו ביסט מנהל?

וואס מאכט דיך טראכטן אז נישט, האסט גערעדט צונער.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 06, 2012 8:25 pm
דורך ווינקל
ניין משום אל תרבה שיחה. מיר קלערט אז היינט צוטאגס פארנעמט עס פיל מער צייט ווי דאן, אולי לא תאבה הקרעטשמי ללכת אחרי....

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 06, 2012 8:28 pm
דורך טייבעלע
שנאפס האט געשריבן:וואו קעמען ליינען די ערשטע מעשה פון דעם בחור?

דא האסטו די ערשטע מעשה.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 18, 2015 12:37 am
דורך גערעכטער
אזא אשכול דארף חודש אדר זיין אקטיוו...