גריסן און שמועסן
פרייטאג יולי 14, 2006 12:10 pm
אלץ קען זיך מאכן מ'קומט אריין אינעם קרעטשמע , מ'קוקט אהער מ'קוקט אהין , און מ'טרעפט נישט עפעס אינטרעסאנט , ווי מ'קען זיך אריינמישן די נאז , האב איך געטראכט צו רעזערווען א טישל ביים קארנער און ווער ס'קומט אריין אינעם קרעטשמע און האט נישט עפעס ספעשל'ס , נאר סתם א שמועס פון דעם און פון יענץ קען זיך אהער זעצן און שמועסן , איז דא איינער וואס האט עפעס דערקעגן ? איז דא איינער וואס האלט דערפון ?
Advertisement
פרייטאג יולי 14, 2006 12:13 pm
גאנץ א גוטע איידיע.
פרייטאג יולי 14, 2006 12:31 pm
איך האלט דערפון.
פרייטאג יולי 14, 2006 1:08 pm
איך_הער, כ'אלט אז דו זאלסט זיך צופלייסן צו ווערן כאטש א שר העשר. הע? וואס האלטסטע?
פרייטאג יולי 14, 2006 1:11 pm
איך האלט אינמיטן האלטס אז כעל האבן מיט וואס צו גיין צום טיש דעם שבת ?
פרייטאג יולי 14, 2006 1:11 pm
מיט נאך איין אזא אקציע ביסטו ביים טישל אויף מזרח.
פרייטאג יולי 14, 2006 1:13 pm
איך מיין אז איך האב עס געמאכט וואס מיינסטו ?
פרייטאג יולי 14, 2006 1:47 pm
עס קוקט אויס אז יא, אבער אויב שוין יא אזוי גיי ארויף צו שר החמישים, אז דו קענסט יא דעם ענין, איז דאך ממש א שאד
פרייטאג יולי 14, 2006 1:49 pm
מיינסט טאקע אז ביי מיר ווערט נישט היינט שבת אקאראט ביים זמן ?
פרייטאג יולי 14, 2006 1:54 pm
יאך האב דען גאזאגט אז עס מוז זיין היינט? איך זאג אויף די פיוטשער.
פרייטאג יולי 14, 2006 1:54 pm
סאכדעס געב נישט אויף קום אהער איך וועל דיר העלפן עס מאכן , נעם א טאפיק און איך וועל זען אויב ס'איז אינטרעסאנט .
פרייטאג יולי 14, 2006 1:55 pm
אוי איך האב געמאכט א טעות אנשטאט גאזאגט, האב איך געדארפט טייפן געזאגט.
סיז מיר גרינגער צו שרייבן א פרישע הודעה, ווי איידער צו עורך זיין אן אלטע.
פרייטאג יולי 14, 2006 1:57 pm
ס'איז דיר טאקע גרינגער אדער נאר ווייל דו ווילסט אנציען ,? נאר דעם אמת .
פרייטאג יולי 14, 2006 2:00 pm
דו קלערסט איך וועל שרייבן דא דעם ריינעם אמת? קוים וואס איך בין ריין אמת'דיג מיט מיר אליינ'ס
אבער איך טוה ווידערהאלען מיינע רייד, די רגע וואס איך קום אהן צו הונדערט פארלאז איך דעם קרעטשמע, זאל זיין וואס זאל נאר נישט זיין, אבער כ'זאג קלאר כ'מיין נישט קיין אטענשאן, נאר פלעין אזוי איך מיך זיך און שוין.
פרייטאג יולי 14, 2006 2:02 pm
גראדע קוק איך מיר אזוי אום, זעה איך אז נאך דריי מאל און איך בין פארטיג, לאמיר זיך איינהאלטן פאר א מינוט צוויי.
פרייטאג יולי 14, 2006 2:03 pm
פארוואס דריי ? נאר צוויי אפשר איז דאס אויך מיט כוונה ?
פרייטאג יולי 14, 2006 2:05 pm
מיט וועלכע כוונה?
פרייטאג יולי 14, 2006 2:07 pm
איך קען מיך נישט איינהאלטן ביזן מזל טוב אשכול , מזל טוב סאכדעס יעצט וועסטו שוין האבן א פרייליכן שבת איך האף אז דו קענסט עס שערן מיט דיין בני בית
פרייטאג יולי 14, 2006 2:09 pm
אוודאי זי האלט אלעס מיט ברוך השם, אבער סיז איר פונקט ווי מיר נישט קיין נפק"מ וואסערע שר איך בין, דער עיקר אז איך בין מנהל.
בכל אופן יישר כוח פאר די מזל טוב, און פון טיפענישן פון הארץ א יישר כוח פאר'ן מיר דאס צוברענגן.
שא שא פארצייל נישט פאר קיינעם איצט איז מיר שוין גרינג צו עורך זיין די הודעה.
א גוט שבת.
פרייטאג יולי 14, 2006 4:21 pm
אינטערעסאנט וואס אידן טוען אין קרעטשמע דריי שעה פארן זמן
פרייטאג יולי 14, 2006 5:15 pm
איי איי ייי מה נאמר ומה נדבר
סאכדעס אין כ'הער האבן אינטער גענומען א קאמפיין זיך צו העלפען איינעם דעם צווייטען עס לאזט זיך בלויז אויס שרייען מי כעמך ישראל אזוי א שיין פאלק האסטו באשעפער אז אפי' ערב שבת קוים אפאר שעה פארבליבען צום זמן יעדער איז ביזי צו ענדיגען אלע הכנות צום גרויסען גאסט וואס קומט אט אט אריין צו מ'איז רעדי צו נישט ער ווארט אבער נישט ער קומט, זענען נאך דא אידען וואס וועלן אוועק געבן פון אט די טייערע מינוטען און פארבלייבען צוגעשמידט צום טישעל און ארויס העלפען א צווייטען איד..
נעי כ'טראכט יעצט אז עס קען גאר זיין אז די דאזיגע צוויי זענען גאר נאנט. ווער קען דען היינט וויסען?
זונטאג יולי 16, 2006 11:54 am
גראדע איז נאך געווען כמעט 5 שעה צום זמן.
זונטאג יולי 16, 2006 4:01 pm
קודם כל איך האב נישט געשריבן מיין לעצטע הודעה, די מנהלים האבן עס געשריבן אין מיין נאמען, זיי האבן פשוט געוואלט מאכן דאס גענאר פון מיר.
השנית, ווען איך האב באזוכט דא דריי שעה פארן זמן אויפן שטאטישן זייגער איז נאך א איד דא געוועהן.
דינסטאג יולי 18, 2006 3:19 pm
אקעי , איך וועל מיך אוועק זעצן אויף אפאר מינוט , כאפן א טרינק , ווער ס'וויל קען צוקומען .
דינסטאג יולי 18, 2006 3:22 pm
די באהאלטענער ( חבוי בלע"ז ) אז ס'איז דא נאר איין באהאלטענער און די לייגסט א תגובה ווערסטו דאך אויס באהאלטן , אויב אזוי מאי הועילו חכמים בתקנתן ?