בלאט 1 פון 1

תגובות מיט ציפערן

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 09, 2007 10:47 pm
דורך שוועמל
קלעטערנדיג היינט אוונט איבער די וועלט נעץ, האב איך באגעגענט אייניגע פורומים מיט א גוטע זאך וואס קען אהערגעליפערט ווערן. אט הערט:

אין די זייט פון יעדע תגובה איז דא א נומבער (א ציפער) וואס צייכנט אן די וויפילטע תגובה אינעם אשכול דאס איז, למשל א אשכול פון 10 הודעות וועט זיין ציפערן פון 1-10, די נומער 1 איז דער ערשטער הודעה וואס ליגט אויבן, און נומער צען איז ביים לעצטן הודעה וואס ליגט אונטן, ופשוט.


נאך א זאך וואס איך האב געזען איז געווען אויכעט עפעס מיט נומערן אבער שוין אן אנדער געשעפט, דהיינו ביי יעדע תגובה איז געווען צוגעצייכנט די וויפילטע דאס איז אינעם גאנצן פורום ! אנגעהויבן פון 1 געענדיגט ביי 685431744 !!

אוי הלואי .................

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 10, 2007 9:17 am
דורך 3x0
די ערשטע פארשטיי איך נישט פארוואס עס פעלט אויס.

די צווייטע אויך נישט, אבער דאך אז מען וויל קען מען זעהן.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 10, 2007 10:51 am
דורך יאנאש
יאך האב נישט קיין מושג פון וועלכע אויפטוה דו רעדסט, דא ביי אונז איז דא די זעלבע זאך, יעדע תגובה האט אן עקסטערן ציפער, און מען קען לינקן דירעקטלי אהין.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 10, 2007 11:19 am
דורך א אידעלע
שוועמל, כ'האב פונקט געטראכט א ענליכע המצאה, אז ווען מען דרוקט די "הצג הודעות מאז הביקור האחרון" זאל שטיין ביי די זייט פון יעדע אשכול וויפיל נייע תגובות עס איז צוגעקומען......

טריאו, איך האלט אז דאס קען יא צוניץ קומען.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 10, 2007 2:08 pm
דורך סאכדעס
כ'בין זעהר אנציקט פון די המצאה. נקודה.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 17, 2007 3:27 pm
דורך א אידעלע
נאך איינער איז אפשר אנציקט פון מיין פארשלאג, אויב יא דארף מען דאס מעלדן פאר "ארענדער"....

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 17, 2007 3:33 pm
דורך שטאטס נער
נאך איינער איז אפשר אנציקט פון מיין פארשלאג, אויב יא דארף מען דאס מעלדן פאר "ארענדער"....


זאג, אין בין נאך ניי דא, איך וויל וויסען, ווען ניצטע די ניק א אידעלע, אין ווען ניצטע די ניק שוועמעל

כ'האב בכלל א קשיא וואס די מעלה פין ציפערן וועט זיין, וואס פארדינט מען דערפין, אז די וויסט אז עס די זעקסטע, אדער די צענטע אין די אשכול?

וועם פרעג איך עס????

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 17, 2007 3:44 pm
דורך מאשקע
לכבוד די חשוב'ע שרי העשר: ביטע האבן דרך ארץ פאר די אלט-געזעסענע מעמבערס. קוק גוט איבער דעם גאנצן אשכול וועסטו זעהן פון וועלכע פארשלאג "א אידעלע" רעדט.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 17, 2007 3:46 pm
דורך שטאטס נער
אוי! איך דארף ווען מער טראכטן, שוין וועגן דעם בין איך דאך דער שטאטס נ..
מאשקע, איעם אנדערן אשכול האב איך דיר שוין איבערגעבעטן . רינגעלע ריגעלע ברוגז, ושלום על ישראל

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 17, 2007 3:50 pm
דורך מאשקע
שטאטס נער האט געשריבן:מאשקע, איעם אנדערן אשכול האב איך דיר שוין איבערגעבעטן


דערווייל זעה איך עס נאכנישט, אבער ס'מאכט נישט אויס.