בלאט 1 פון 2
****ניתל/ניטל****
פארעפענטליכט: שבת ינואר 06, 2007 8:43 pm
דורך קרעמער
ווער עס וועט שרייבן אין לערנען, אדער וועט נאר אויפברענגן ענינים וואס קענען אריינברענגן הרהורים פון דברי תורה ביים עולם, וועט מוזן נחסם ווערן...
פארעפענטליכט: שבת ינואר 06, 2007 8:45 pm
דורך קרעמער
אנצוהייבן דעם שמועס: וואס איז דער מקור פון די מעשה פון "טשאדעלע באדעלע" וואס האט געהאט אסאך קינדער? מען קען דאך נישט זאגן אז דאס האבן אונזערע מאמעס אויפגעטראכט, ווייל פאקטיש האבן מיר דאס נאך געהערט אויך פון די באבעס, און זיי האבן דאס זיכער געהערט פון זייערע באבעס נאך אין אונגארן. וואלט טאקע געווען אינטערסאנט איבערצושמועסן די פרטים פון די מעשה, אויפפרישן די קינדערישע ידיעות..
ווען מיר וועלן פארטיג ווערן מיט "טשאדעלע באדעלע", וועלן מיר זיך אי"ה נעמען צו די איבריגע מעשי ילדות (קינדערישע מעשיות), צב"ש מרת גאלדע לאקס און די דריי בערן, דער ריז, סינדערעלע, ועוד.
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 25, 2007 4:05 pm
דורך אלעקסיי
זריזין ומקדימין:
וואסי דאס דער ריז, סינדערלע ? ? ?
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 25, 2007 8:25 pm
דורך בני היכלא
קרעמער, איך האב עכט מורא אריינצוקומען דא, נאך דעם תנאי וואס איז קודם לכתיבה, במילא, אויב וועל איך נכשל ווערן בפי ובלשוני, זאג איך שוין אז איך בין מגלה דעת, אז איינמאל האלט איך מיך נישט צו די תקנות, אגב בין איך אמאל געווען ביי א שבעה, פון עטליכע ברידער, לייבן אין תורה, און איך זאג אייך לייבן, נישט תלמידי חכמים גאונים, נאר לייבן ממש, ניטאמאל פשוט'ע שרי התורה'ס, נאר ... ספר תורה'ס, הקיצור, האבן זיי אפגעמאכט לגודל הצורך, אז איינער זאל אגאנצע צייט זיין א שומר, מ'זאל נישט פארפארן אין לערנען, ווייל ממש יעדע שמועס של ת"ח האט אריינגעבלאנדזשעט אין א חלק התורה, און דער שומר איז טאקע געווען ביזי....כדבעי.
דיין איידיע איז דאך ממש מורא'דיג, וויפיל דאס עגבערט מיר שוין יארן, ווי די אלטע איינגעגעסענע ניגונים שירים פיוטים מעשה'לעך, וואגעלען דור אחר דור, און טויזענטער טויזענטער פאמיליעס, ווער האט דאס מחבר געווען? און אזוי שטארק צושפרייט?
צולייגן צו דיין ליסט, די מעשה מיט די בערן וואס האט אויפגעגעסן אלע קינדער ביז די מאמע האט אויפגעשניטן די בער מיט א מעסער, און אלע קינדער זענען ארויסגעלאפן....
די ניגון מיט גראמען, פון לאה'לע און משה'לע, וואס האבן שפאצירט אין וואלד, און געטראפן דעם לייב און בער, וכו' ביז זיי שלאפן שוין לאנג.
ביזדערווייל איז נאך אלעס וועגן בערן, יא?...
איך האב געטראכט, ס'זיכער אמאל געווען געדרוקט אין איינע פון די באבע מעשיות, פאר עטליכע הונדערט יאר צוריק, וואס איז אנגעקומען צו אסאך הענט, ווי די טויזענט נעכט, די בראנט שפיגל וכו' וכו'..
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 26, 2007 1:16 am
דורך קרעמער
בני-היכלא;
יענע תנאי (שאינו כבני גד ובני היכלא..) איז נאר געווען וואליד בשעת הכתיבה, כמפורש בהדאטום של פונעם זעקסטן אויפן זיבעטן כמנהג סאטמאר תורה.
די מעשה מיט די בער וואס האט אויפגעגעבן אלע קינדער, היינו הך פון די טשאדעלע באדעלע מעשה (לויט איין מפורש עכ"פ, פון וועמען איך האב געהערט די מעשה הונדערט און טויזענט מאל).
לאה'לע און משה'לע --- האסט מיר אויפגעברענגט נאסטאלגיע. ביטע שרייב אראפ אלע שורות דערפון, וועל איך עס אויסלערנען די קינדערלעך אשר חנן אותי אלקים אי"ה.
אלעקסיי;
סינדערעלא איז גאר א באקאנטע גוי'אישע מעשה איבער א פרינצעסין וואס האט אויף די נאכט פון די חתונה (כ'געדענק נישט דעם המשך).
דער ריז, איז דער דזשייענט בלעז, עפעס א מעשה מיט א בונדל-שטאק און גאלדענע אייער (גיי געדענק).
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 26, 2007 10:48 am
דורך אלעקסיי
בין איך נאך ווייטער נישט געהאלפען, לאמיר אפשר בעטן נאטוררליך זאל מיר עס ביטע אראפלייגען מיט זאפט כמות שהוא, אדער אפשר גאר די אלטע בחור דארף עס נאך געדענקען פון די קינדערישע יארן!!! הילף ביטע, איך וויל משלים זיין וואס כ'האב פארפאסט אין די אינגע יארן
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 26, 2007 12:42 pm
דורך בני היכלא
קרעמער.
איך האב נישט געכאפט אז דאס איז א גאר אלט אשכול, באשאפן ביום הניתל, ס'האט זיך מיר געדאכט אז דו נוצט דעם ניתל אלס א לשון מושאל, אויף הזהרה מלימוד התורה.
ס'דא מפרשים וואס האלטן, אז צו זאגן טשאדעלע באדעלע בעפאר מ'הייבט אן צו דערציילן א מעשה, יהי' מה שיהי', איז אן ענין גדול, ווארן דאס עפנט אויף די שערי השמיעה פון די קינדער, און איז גורם א סיג לשתיקה, וואס דאס ציט אריין אין עולם החלום אריין.
די לאה'לע משה'לע ניגון, אז מ'קען נישט די ניגון דערפון, איז עיקר חסר מן הסיפור, איז וועלכע סימן גיבט מען דא פארן ניגון? [אויב ס'איז דא נאר איין ניגון דערפאר?]
די טעקסט איז כזה:
אמאל איז געווען א מיידעלע, א מיידעלע א שיינס.
די מיידעלע האט געהאט א ברודער'ל, א ברודער א קליינס.
אמאל איז די מאמע אוועקגעגאנגען, און נישט געקומען באלד.
לאה'לע און משה'לע, שפאצירן אין וואלד.
גייען זיי און בלאנדזשען זיי, און פלוצלינג בלייבן שטיין.
קומט ארויס א לייבעלע, און קריצט מיט די ציין.
אוי לייבעלע, אוי לייבעלע, דו זאלסט אונז גארנישט טאן.
די מאמע וועט באלד אהיימקומען, און קאכן א מאן.
גייען זיי און בלאנדזשען זיי, און פלוצלינג בלייבן שטיין.
קומט ארויס א בערעלע, און קריצט מיט די ציין.
אוי בערעלע, אוי בערעלע, דו זאלסט אונז גארנישט טאן.
די מאמע וועט באלד אהיימקומען, און קאכן א מאן.
גייען זיי און בלאנדזשען זיי, און פלוצלינג בלייבן שטיין.
קומט ארויס די מאמע'לע, און טראגט זיי אהיים.
אגוטע נאכט די לייבעלע, אגוטע נאכט די וואלד.
לאה'לע און משה'לע, שלאפן שוין לאנג.
........שששששש [ווינדער איבער ווינדער, זיי שלאפן שוין טאקע].
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 26, 2007 3:13 pm
דורך קרעמער
א העפטיגן יישר כח פאר די צייט און טירחא פון רבינו הגדול, האסט מיר עראינערט אלטע זכרונות (ביי אונז פלעגט מען אבער זאגן "אפבאקן" א מאן, וואס איז מער מסתבר, אזוי אויך "גרידזשעט" מיט די ציין...). כאטש אזויפיל: קיין ברודער זענען מיר נישט...
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 26, 2007 3:16 pm
דורך יאנאש
און ביינונז 'אפבאקן א קיכעלע מיט מאן'.
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 26, 2007 3:21 pm
דורך קרעמער
אה, דערמאנט אותי! אקוראט אזוי פלעגן מיר זינגן.
יישר כח ברודער.
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 26, 2007 10:25 pm
דורך בני היכלא
יא ריכטיג, אפבאקן א קיכעלע מיט מאן
אין איינוועגס האב איך מיך דערמאנט אז ביים "בערעלע", לאזט מען אויס אנדערש, "אפקאכן א גרויסע פעטע האן"
אבער וויאזוי מוישעלע איז אריין אינעם פלעשעלע פארשטיי איך נאך עד היום הזה נישט.
ביי אונז פלעגט מען אויך דערציילן/זינגען, די מעשה מיט פערעלע און מוישעלע, אבער דאס איז געווען ביים פיטערען נישט ביים איינשלעפן.
דער פזמון פלעגט גיין.
פערעלע, פערעלע, שפרינג אראפ פון בוים.
ווען דער גלעקעלע וועט קלינגען.
דו וועסט זינגען.
דעמאלטס וועל איך אראפשפרינגען.
קרעמער, קאנסט עס??
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 27, 2007 10:34 am
דורך מיללער
אז מ'רעדט פון ניגונים, הרב אידיש האט איבערגעלאזט א ניגונד'ל ביינונז נעכטן פאר'ן פארלאזן טאון
http://www.cs.engr.uky.edu/~raphael/yid ... rg.lid.gif
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 27, 2007 3:10 pm
דורך קרעמער
ניין בני-היכלא, איך קען נישט די פערעלע ניגון.
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 28, 2007 12:02 pm
דורך בני היכלא
קרעמער;
איך האב דיר פארגעסן צו זאגן, אז ביסט גערעכט וועגן "גרידזשעט".
דאס איז בעצם נישט קיין ניגון נאר א מעשה, דאס איז נאר דער פזמון געווען, אבער דא רעדט מען פון ניגונים, מעשיות מאכט דאך יעדע מאמע טעגליך, און אפילו קצת טאטעס, כמו אני וחבריי....
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 24, 2007 3:55 pm
דורך אנדי פעטיט
פאר די אלע וואס סעלעברעיטין עס היינט וויל איך וואונטשען......
העפי ניטל!
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 24, 2007 4:48 pm
דורך איך_הער
טאר מען?
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 24, 2007 6:55 pm
דורך גוטזאגער
איין מינוט! זינגען מעג מען יא?
ווייל כ'האב אויפן צינג דעם 'קראצמעך באטשי' סאנג.
עני וועיס, אויב מ'רעדט פון אלטע סיפורים פון אונטערן דאכענע און שירצל, איז דאך פארגעסן געווארן די סיפור פון 'פעטער שלמה האט געהאט א פארעם.. אוי דידי אוידי אוי..' און וואס טוהט זיך מיט 'באבי טילדי' און די האלץ פויגעל.. און אוודאי גירסא דינקותא.. 'די פעט מען פאל דאוין..'
אונטערשטע שורה, מ'קען זיך פיל לערנען פון די אנשי מעשה ונאבעל'ס..
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 24, 2007 9:48 pm
דורך אלעקסיי
גוט געזאגט!
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 24, 2007 10:58 pm
דורך קרעמער
איך האלט דעם יעצטיגן ניטל (פון צווישן אנדערע סיבות וואס איך לערן נישט יעצט)
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 24, 2007 11:50 pm
דורך ניין
גיי פרוביר דערגיין ווער עס האט געמאכט די אלע מעשה'לעך, איך גלויב שווער אז מ'קען דאס נאכגיין. אויב עפעס, בלויזע לעגענדעס אדער שיינע טעאריס.
איר קענט אייך אליין פארשטעלן וויפיל אזעלכע סארט מעשה'לעך און ניגונים'לעך זענען געמאכט געווארן פון אינדיווידועלע מאמעס אין פארשטופטע דערפער, מיט א גאנצן טאג צו דער האנט, אין א ליידיגן טאג, ווען די מילך איז שוין געקוועטשט געווארן און דאס פעלד באמיסטיגט. מ'האט געזונגען מיט די קינדערלעך און פארציילט מעשה'לעך אויף מעשה'לעך. די פראגע איז נאר אויף די וואס זענען פארבליבן וויאזוי זיי זענען פארשפרייט געווארן. מעגליך ווייל זי האט זיי גאר פארשריבן און אפשר זיי אפילו פארקויפט אין אויסטויש פאר אפאר טרויבעלעך. אזוי איז כאטש געבליבן א זכר פאר אונז צו קענען זען דאס אנדערשקייט פונעם אמאליגן סארט מענטש. וואספארא תמימות, וואספארא אריגינעלקייט. וואספארא חן. ער האט נישט געהאט אויף דער וועלט נאר זיינע ד' אמות, א רואיגע און פרידליכע דארף. אויסער דאס "לעבן" בעצם, איז קיין סאך נישט פאראן. ליגט מען מיט די קינדערלעך אויף דער ערד און מ'פראוועט. מ'לעבט. נישט קיין ווידיא געימס האבן זיי, נישט קיין מאנאפאלי און אפילו נישט קיין קליינע קארעלעך. נאר דאס קול'כל, דאס פארמאגן זיי און דאס ניצן זיי אויס צום מאקימום. מ'הויבט די שטומע, מ'שפינט א געשיכטעלע, עס רעדט זיך פון א בא'חנ'טן ברודערל, א שיינעם שוועסטערל, העכסטנס אויך פון א טיגער, א לייב אדער גאר א וויזל-טיר. די בויך איז ליידיג, די גומען טרוקן, אבער די נשמה באנעצט. דער העכערער גייסט קוועלט. זיי האבן איינער דעם אנדערן טיף ליב, ניטאמאל דא אויף וואס זיך צו קריגן...
אקעי, פארפארן.
עס זענען אגב דא ניגונים וואס קען מעגליך שטאמען פון רעליגיעזע מקורות. למשל, דער ליד פון "ע רינג אראונד א ראזי, ע פאקעט פול אוו פאזיס, עישעס, עישעס, ווי אלל פאל דאון", . קודם די בלומען (רויזן און פאזיס, א מין בלום), נאכדעם דאס ווארט "עישעס" (אש) און נאכדעם אז "מ'פאלט אראפ" , קען מעגליך האבן עפעס מיט רעליגיעזע מעשיות.
אדער דער באקאנטער טאן, "בעיבי, בעיבי, א נאקעדיגע לעידי". וויאזוי האבן די עלטערן קיין פראבלעם דערמיט.
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 25, 2007 8:01 am
דורך גוטזאגער
מי יעמוד בסוד קדושים.. מ'וועט נאך באלד זאגען אז די אלטע פויערקעס זענען געווען פון די עשרת השבטים..
מ'פלעגט זאגען ביי אונז אינדערהיים אין דארף, יעדע מענטש וואס מ'האט אים נישט געקענט, איז געווען א לו' צדיק, יעדער גאסט וואס איז אנגעקומען און ער האט מיר נישט געברענגט קיין יחוס בריוו, האב איך געהאט גילו אלי'הו..
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 25, 2007 8:41 am
דורך קרעמער
ניין;
דיין פעדער איז רייך, דיין שפראך באגילדעט, דערקוויק אונז אפטער מיט דיינע זיסע געדאנקן.
די 'סאנג' (ניטאמאל ראוי צו ווערן גערופן א ניגון) פון עישעס עישעס, איז לויט די לעגענדע פארפאסט געווארן אינעם פערצענטן יאר-הונדערט למספרם, זעה דא ווי זיי פרובירן דאס אפצואווענדן, און ברענגן אויף אז עס האט צו טאן מיט עפעס רעליגיעזע טענץ.
http://www.snopes.com/language/literary/rosie.asp
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 25, 2007 4:01 pm
דורך גוטזאגער
כ'בין טאקע נייגעריג, ביי די קריסטן איז אויך דא די ענין אז אונטערן בר מצוה איז מען פטור מן המצוות? כ'ווייס נאכנישט וועלכע 'שווערע' מצוות זיי האבען..
אבער אז דערוואקסענע זאלן זיך פארנעמען מיטן אלטן סענד-באקס סאנג, קומט מיר פאר ווי א שטייגער אין אלד עיטש האם, אדער סתם אזעלכע 'מיסטער בין'ס וואס קענען זיך נישט שיידן פון די 'טייערע קינדער יארן..'
נישט לאנג צוריק בין איך געווען אין נערסינג האוים, און כ'הער ווי א זיידע האט זיך מיאוס צעהוסט! שרייעט זיין מחברת הקודש פונעם אנדערן שטיל, 'קאצי קאצי'..שעפעלע
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 06, 2008 11:25 am
דורך אנדי פעטיט
פאר די אלע וואס האלטען ניטל אנגעהויבען פון 12 אזייגער וויל איך וואונטשען א ............. ניטל!
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 06, 2008 7:53 pm
דורך גוטזאגער
ניטל! אוי כ'בין דאך אזוי הונגעריג..
קוים ווי דער ניטל איז מיר אריינגעטרעטן אינעם טאג אריין, א שטייגער ווען דער זייגער ווייזערל האט מיט נצחון געקלאפט צוועלעף! בין איך עפעס שרעקליך הונגעריג געווארן..
עפעס א שטייגער, ווי ס'וואלט געווען א תענית.. יא! אז מ'ענדיגט צוועלף אזייגער א סדר היום, איז אדער קומט טועמי'ה אויפן אגענדע, אדער איז א פאסט-טאג..
אבער היינט איז א תענית דיבור בתורה, און כ'האב געשפירט אז ס'פעלט מיר עפעס.. [כ'ווייס טאקע נישט פארוואס..] כאילו כ'וואלט שוין דעמאלטס געהאט אין א פארווע טאג אדורכגעלערנט א סוגיא צוויי.. דריי! אבער ס'איז דאך נישט אזוי..
בין איך געבליבען הונגעריג און דארשטיג ולא מלחם ויין..
וואס טוהט מען דאך אין אזא 'געלעגנהייט', ווען דאס רוב מנין ובנין פונעם יושבים קרעמל איז זיך א שטייגער פונאנדער צעלאפן פראווענען ניטל, און איך בין געבליבען הענגען..? ממילא אז מ'מוז לערנען, שמעקט מיר א פארברענגעכטס.. אבער אז מ'טארנישט, פאלט מיר להכעיס איין פשטים איבער פשטים.. און לאמיר שוין זאגען כ'וועל עובר זיין בחדרי לבבי און לערנען, איז דאך נישטא פארוועם אויסצושפייען מיינע בויך סברות און פשעטלעך..
נאר נישט קיין ערגערע דאגות.. וואס אנדערע וואונטשען זיך טעגליך, און קריגען עס נישט.
אבער פארט איז דער טאג געבליבן לאגנווייליג, פוסט און קריסט.. די יאשקעס וועלקען שוין, און די סענטער קלעצער זענען שוין לאנג אויסגעדארט און אפגעפאטשט! אלע קראצמעך ביימעלעך זענען איינגעזויערט און פארביטערט.. נאר איך גלאץ אין די ווייטע מרחקים, וואס טוהט מען אזוי מיט א טאג וואס מ'טארנישט לערנען..
שלאפן איז דאך אפגערעדט, ווי פארשלאפט מען א אייניעריגע געלעגנהייט.. און עסן, עסט זיך שוין זיבען כזיתים.. און נאכאלץ 'פייניגט' דאס הונגער – וואס שרייעט פונעם אונטער באוואוסטזיין ס'איז א תענית! אבער ס'איז דאך נישט..
שוין! מקודם קען מען דאך שרייבן א מאמר.. נישט שלעכט, אבער וואס טוהט מען מיטן איבריגע טאג, וואס ציהט זיך 'צו לאנג'..'
כ'בין עצות לאז..
מלחמה בוכער איז יעצט נישט די סעזאן, און הקדמות פון ספרים לייענען, שאך שפילעריי און דאס גלייכן, לאז איך פאר די 'פרומערע' צדיקים.. בלייב איך אויסגעשטאנען צום ליידיגער טאג, מי יתן ערב..
שוין ארומגעצירקעלט צו אלע שכנים און קרובים, ביי יעדן געכאפט א ביס.. און זיך אנגעהערט יעדנס דאגות, אבער נאך אלץ איז נישט מנחה גדולה..
קוים ביי מעריב, ווען כ'שלעפ מיך אהיים, נאך א לאנגע לאנגע טאג נישט ארבעט.. פאל איך ארויף אויפן נאכטמאל, ווי כאילו התענה תשיעי ועשירי..
קוים פאסט מען אויס.. און כ'בין נאכאלץ הונגעריג..
נו, איר האט עפעס וואס קען מיך זעטיגען?..
כ'האב קוים אויסגעווארט ביזן אויסגעווארטעטן 'צוועלעווע...' און ווי נאר כ'עפען אויף א ספר, בין איך אריינגעפאלן אין א וויסטן שלאף, ביז צוועלעווע השני..
יא, כ'קען זאגען כ'בין אויפגעשטאנען 'זאט' און אויסגערוהט.. ווי אין פסוק שטייט, מתוקה שנת העובד..