בלאט 1 פון 1
עגמ''נ דורך טשעיס
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 26, 2010 8:13 am
דורך שמן זית
בערך 8:00 אזייגער אינדערפרי האב איך דעסיידעט צו קוקן אביסל מיין טשעיס אקאונט אנליין, זעהן מיינע טשארדזשעס און באצאלן מיין איבערגעבליבענע סטעיטמענט באלאנס, ווי ערשטוינט בין איך געווארן אז איך זעה נאר מיין טשעקינג איך זעה נישט מיין קרעדיט קארד אקאונט, האב איך פארשטייט זיך אויפגעהויבן א טעלאפאן געקאלט טשעיס הלמאי מען זעהט עס נישט, ערווארטענדיג א נייס קאסטעמאר סערוויס וואס וועט מיר העלפן אין 5 מינוט, דערווייל בין איך סאך מער ערשטוינט געווארן ווען זיי הייבן מיר אהן צו משוגע מאכן וועגן א טשארדזש פון 185 דאלערס וואס איך האב פרובירט צו מאכן דזשנעארי 21 און עס איז נישט דורך, איך האב גע'טענה'ט חי וקים איך געדענק נישט אז איך האב עפעס פרובירט צו קויפן פאר 185, אבער קען זיין אז איך האב געטרייט, ווילאנג איך זעה נישט מיין אקאונט אפען פאר מיר קען איך עס נישט ווערייפייען, האבן זיי מיר אנגעהויבן צו משוגע מאכן אז זיי מוזן קלאוזן מיין אקאונט און מיר שיקן א נייע קרעדיט קארד אויב איך געדענק נישט אזא טשארדזשת האב איך מיר אויפגערעגט אויף זיי און געזאגט, אז איך שרייב נישט אפ מיינע טרענזעקשענס ווייל איך ווייס אז איך קען עס עני טיים זעהן אנליין, אבער יעצט אז איך קען עס נישט זעהן אנליין איז עס זייער שולד און איך קען זיי נישט ענטפערן, זעהענדיג אז איך וועל מיט זיי קיינמאל נישט ענדיגן האב איך אפגעמאכט איך על דאס לייגן אין א זייט, איך וועל אנהייבן גיין צו מיין אנדערע אישוס, איך האב געוויסט אז ערגעץ יעצט דארף זיין מיין DUE דעיט צו באצאלן און אז איך קען עס נישט זעהן אנליין האב איך נישט קיין אהנונג וואס ווען ווי, האב איך זיי געפרעגט וויפיל דארף איך באצאלן? (דאס אליינס איז א עקסטרע מסכת פאר זיך אז ווען מען באצאלט א האלבע סטעיטמענט באלאנס און דערנאך וויל מען באצאלן די אנדערע העלפט וועט דיר טשעיס קיינמאל נישט קענען ענטפערן וויפיל דו דארפסט יעצט באצאלן, זיי ווילן נאר וויסן אדער דיין יעצטיגע באלאנס צואמען מיט די היינטיגע טרענזעקשענס, אדער די לעסט סטעיטמענט באלאנס, אדער וועלן זיי דיר זאגן אז דו האסט שוין באצאלט די מינימום פעימענט און דו דארפסט נישט באצאלן כאטש זיי גייען טשאדזשען אינטרעסט פאר דעם) האבן זיי מיר געענטפערט אז עס קאסט 14 דאלער, האב איך אנגעהויבן שרייען איך באצאל אנליין און וואס בין איך שולדיג אז יעצט קען איך נישט? האבן זיי מיר געטרענספערט אהין און צוריק אזוי איינס א האלב שעה ביז איך האב ארויסגעווישט פון זיי אז די טשארדזש איז געקומען פאר א קאורט פיין, אזוי האב איך מיר דערמאנט אז פאר א חודש צוריק האב איך געגעבן פאר א חבר מיין קרעדיט קארט נומער צו באצאלן זיין טיקעט, און די קאורט הויז האט זיך עס יעצט דערמאנט צו טשארדזשען, וועגן דעם האב איך געדארפט פארברענען איינס א האלב שעה פארן דאווענען, און פארפאסן סוזק''ש, וויל איך דא אויסשרייען בשער בת רבים הזאת טשעיס? וועגן די קאורט הויז טשארדזשט 185 דאלערס מיט א חודש שפעט דארף איך ליידן? און פארוואס דארפן זיי בכלל לייגן א האלד אויף מיין אקאונט אויב עס שמעקט זיי נישט א טשארדזש? אז איך וועל האבן א פראבלעם על איך זיי קאלן, נישט אזוי,?
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 26, 2010 8:35 am
דורך סתם_אזוי
דו בארגסט דיין קרעדיט קארד פאר דיין חבר, און דו האסט נאך טענות?
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 26, 2010 8:43 am
דורך שמן זית
וואס האט איינס מיטן צווייטןת וואס איז א חילוקצו איך באצאל מיין טיקעט צו יענעמס? צד השוה אז איך האב געוויסט פון דעם טשארדזש? איך האב עס נאר נישט געהאט אין מיין קאפ ווייל עס איז געווען פון א חודש צוריק
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 26, 2010 9:54 am
דורך למעלה משבעים
אהא, אנשטאט זיי צו זאגן יישר פארן אפהאלטן דיין אקונט פון ווערן בא'גנב'ט שרייסטו אויף זיי?
חוץ דעם אויב דענק איך גוט, פאר די האסט באקומען דעם קארטל האסטו געחתמ'ט אז די גייסט נישט ניצן דיין קארד אויף אזא אופן, ניט אזוי?! (חוץ אויב דיין חבר איז א עדישענעל אויף דיין אקונט).
למעשה האבן זיי אראפ גענומען די האלד?? אדער זיי האבן דיר אוועק גענומען דעם קארטל

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 26, 2010 10:43 am
דורך איך_הער
איך האב געהאט א ענליכע זאך מיט בענק אוו אמעריקא, נישט אז זיי האבן עס מיר אראפ גענומען פון אנליין, באט זיי האבן געסטאפט די קארטל אז כ'האב נישט געקענט טשארזשן, אלעס ווייל זיי האבן געזען א הונדערט פופציג דאלער'דיגע טשארזש ביי יו עס פי עס, איך האבעס אבער יא ערלעדיגט מיט גאנץ א שנעלע פאון קאל.
באט למעשה ביסטו גערעכט, הזאת טשעיס? פונקט מיט דיר הייבן זיי אן?
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 26, 2010 8:02 pm
דורך מאנאגרעמס
איך האב געהאט לעצטנס א מעשה אז איינער האט דערווישט מיינע אינפארמאציע און האט אויסגעליידיגט מיין טשעקינג אקאונט ויותר, און וויבאלד ער האט גענוצט מער ווי עס איז געווען אין אקאונט איז אריבער א חלק צום קרעדיט קארד, אזוי האב איך אנגעזעצט אלע מיינע קאנטעס און איך האב היבש מעלה גרה געווען ביז איך האב מיך דערזען צוריק אויף די רעלסן.
רעדנדיג צו דער פאליציי דעוועגן זאגן זיי מיר אז זיי FILE'ן יעדן טאג אזוינע פאליס ריפארטס. הערסט ווערטער? יעדן טאג.
יעצט פארשטייסטו שוין פארוואס טשעיס ווערט אזוי ווילד יעדעס מאל זיי זענען חושד פראוד? זיי זענען די וואס האבן למעשה שאדן!!!
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 26, 2010 11:22 pm
דורך יוםטובערליך
בס"ד,
טשעיס איז לדעתי די נארמאלסטע באנק פאר א געווענליכן מיטל-קלאס בעל משפחה. איך האנדל שוין מיט זיי אסאך יארן, און טאקע געהאט א פאנטשער דא און דארטן, און אחרי ככלות הכל זענען זיי די בעסטע פון אלע.
יא, זיי קענען מאכן מעידזשער טעותים, אבער ווער דען נישט?
הערט א מעשה. איינמאל האב איך געהאט אין באנק אן ערנסטן סכום, לאמיר זאגן זעכציג אלפים (פארוואס נישט...). איך האב דעפאזיט א טשעק פון דרייסיג אלפים, און לויט די אומשטענדן פון די טשעק און די אקאונט האבן זיי געלייגט א "האלד" אויף דרייסיג אלפים ביז די טשעק גייט אדורך, זיך צו פארזיכערן אז ס'איז נישטא קיין שווינדל אדער פלאוטינג אן דעקונג.
אבער מאיזה סיבה האבן זיי געמאכט א ביטערן מיסטעיק, און געלייגט א האלד צוויי מאל, ד"ה, זיי האבן איינגעפרירט זעכציג אלפים אנשטאט דרייסיג. ד"ה, די גאנצע אקאונט איז געווארן פארפרוירן עד פ"א.
איך האב נישט געוואוסט דערפון, און עולם כמנהגו נוהג, טשעקס זענען אריין און ארויס.
אויפאמאל, צוויי טאג שפעטער דוכט זיך, באקום איך א טעלעפאן קאל פון איינעם וואס האט באקומען מיינס א טשעק פון א נאנטן קרוב און עס האט געקראכט!
וואאאאאאאס?
איך קאל אן דעם טשעיס'ן מיט איין בהלה, און זייער שנעל כאפט מען דעם בראך. א האלד אויף דאפלט די סכום פון יענעם גרויסן טשעק, און דעריבער האט יענע משפחה טשעק געקראכט און נאך צוויי אויך.
רעדנדיג מיט די חברה האבן זיי אנערקענט אז ס'איז געווען זייער מעידזשער טעות, זיי האבן באלד אראפגענומען די האלד אויף האלב, זיי האבן געזאגט מ'וועט דעקן אלע טשעקס, און מ'וועט מיר אויך געבן קרעדיט אויף אלע טשארדזשעס וועגן די געקראכטע טשעקס.
נו? איז דאס א "געלט מעשה" אדער וואס??
*
אה, איך דערמאן זיך יעצט, אז איין טשעק פון מיין טשעיס אקאונט דעמאלט איז געווען א קרעדיט קארד פעימענט פאר עמביענעי (MBNA), ווער עס געדענקט נאך. יענע טשעק האט געקראכט, און MBNA האט אנגעמאכט א גאנצע שטורעם, אבער צום סוף האבן זיי אנגענומען די מעשה צו זעהן מיין אומשולד און יענצמאלל האבן זיי נישט געמאכט קיין פראבלעמען והכל על מקומו הובא בשלו'.
אגב - דער האט אן אבסעסיע מיט אגב'ס - ווער געדענקט וועלכע באנק האט אפגעקויפט MBNA, און ווער געדענקט וויאזוי א טאג פארדעם, אויפ'ן וועג צו שליסן דעם מקח אין מאנהעטן, זענען די הויפט פירער פון MBNA געפלויגן אין א העליקאפטער, און עס האט געקראכט אין איסט ריווער בעיצומו של יום. אלע זענען ארויס אומבאשעדיגט.
'שטייסיש?
*
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 27, 2010 6:15 am
דורך שמן זית
איך פארשטיי אבער פארוואס קען נישט זיין אז איך האב באצאלט א רעד לייט טיקעט? אז זיי דארפן פרירן מיין אקאונט,
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 27, 2010 8:08 am
דורך פריילאך
שמן זית,
ביטע צוטייל דיין מאמר אויף עטליכע פאראגראפן, עס איז זייער שווער צו ליינען אזא גרויסע מישמאש.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 04, 2010 11:15 pm
דורך לאז געמאכט
איך האב געהאנדעלט מיט אפאר בענק, און געקומען צום אויספיר אז טשעיס איז די בעסטע! עכ"פ פאר פרעזענדליכע באנוץ.
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 05, 2010 1:12 am
דורך גיי_ווייס
איך האב אויך אמאל געהאט א פראפלעם מיט טשעיס. האב איך זיי געקאלט. אבער איך האב געזען אז די שמיס וועט זיך נישט אזוי שנעל ענדיגען. בין איך אריבער געגאנגען צי א טשעיס ברענטש איך ביז אפאר מעניט איז עס געווען געסעטאלט. כ'מיין אז ווען די רעדסט צי א מענטש פנים אל פנים איז מער קלאר די גאנצע פיקטשער.
ס'איז מיך אויך ציניץ געקומען ווייל איינע פין די זאכן וואס כ'האב אינאכט גענימען ווען איך האב אויף געמאכט א באנק אקאנט איז אז ווי איך שטיי און גיי זאל איך האבן מיין באנק לעבן מיר.
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 05, 2010 3:18 am
דורך שוועמל
יום טוב
אויב מיין זכרון דינט מיר איז MBNA אפגעקויפט געווארן דורך בענק אף אמעריקע.
אויף מיין קרעדיט קארטל איז געשטאנען אמאל MBNA און דערנאך האב איך געקריגן א נייע מיט די לאגא פון BOA.
די העליקאפטער מעשה דענק איך נישט.
טשעיס באנק אויף וואלעבאוט
פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 02, 2015 12:56 pm
דורך signout
שוין לאנג געהערט אז דער מענעזשער פין די נייע טשעיס באנק אויף וואלעבאוט איז א שלעכער מענטש, כ'האב עס היינט געהאט אויף די אייגענע האנט, איז דא עפעס וואס מ'קען טוהן אדער בעסער אז מ'ציהט אים נישט אן
פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 02, 2015 1:03 pm
דורך signout
איינער זאגט מיר יעצט אז ער זיין אין אקצענט קוקט אויס ווי פין מיטל מזרח,