גריסן און שמועסן
זונטאג ינואר 24, 2010 3:42 pm
עס האט זיך מיר געשאפן א מורא'דיגע פראבלעם, איך האב א נאנטע חבר וואס האט נישט קיין רשות כתיבה אין דעם פארום. און ער קען זיך נעבעך נישט ספראווען מיט זיין קליינע בארדע, און ער וויל וויסן וויזוי זיך צו באגיין מיט דעם למשל ווען עס קומט א יומא דפגרא, אדער א שמחה אין די משפחה ווען ער וויל זיך אהערשטעלן אלס א מדברנא דאומתיה ס'זאל פאסן פאר ברכה אחריתא אונטער די שטענגן. דאס איז זיין פראבלעם.
מיין פראבלעם איז אבער אז כ'ווייס נישט פונקטליך וויאזוי ארויסצוברענגען דעם אנגעווייטאגטן נושא, ערלויב איך מיר צו ברענגן א בילד פון יענעם. דער עולם ווערט געבעטן אפצושאצן מיט פארכט און עהרע דעם בילד און שרייבן די סאלוציעס און רעזעלוציעס.
און אצינד א פערזענליכע בקשה!
אזוי ווי דאס בילד וואס כ'שטעל ארויף איז פון גאר א פאפולערן פיגור, אלזא אויב טרעפט איר אים זאל מען אים חוה שלום נישט זאגן אז זיין בילד דרייט זיך אין קרעטשמע, נאר זיך שטארק איינהאלטן פון אויסשיסן פאר געלעכטער און ארויסברענגן דא די איינדרוקן.
מיט דאנק פון פראנצויז!
מיין חבר'ס חבר.
- עטעטשמענטס
-

- grozy..jpg (28.17 KiB) געזעהן געווארן 640 מאל
Advertisement
זונטאג ינואר 24, 2010 3:57 pm
טייערע חבר'ס חבר'ס חבר, איך שעץ זייער דיין ווילן צו העלפן א חבר. אבער צו וואס מוזטו באלמוטשען די קרעטשמע חברים מיט שאלות וואס האבן פשוט'ע לעזונגען.
למשל דאס וואס דו פרעגסט האט דאך זייער א פשוט'ע לייזונג, וואס מיין כיתה גימל חבר האט מיר אויסגעלערנט.
איידער עס קומט למשל א שמחה, זאל ער (ווען איך זאג ער מיין איך דעם חברך חברא אית לי' [נישט אייביג, נאר אין דעם אשכול]) זיך איבערלייגן אין בעט פאר א וואך, און לאזן וויסן די גאנצע שטאט אז ער איז פארקילט, נאך א וואך ווען ער קומט צוריק ארויס אויפן גאס מיט די לאנגע בארד, וועט אים יעדערער פרעגן פשט, זאל ער פשוט מסביר זיין אז פון ליגן אזוי לאנג איז אים זיין בארד זיך צואוואקסן, ושהכל נהי'... כ'מיין והכל יודוך... אפס... והכל על מקומו יבוא בשלמה.
זונטאג ינואר 24, 2010 5:05 pm
און ווען ער לייגט זיך אראפ זאל ער נישט פארגעסן אריינצושטעלן דאס בארד אין א קארן פלעיקס באקס.
(קרעדיט: כיתה ד' רבי)
זונטאג ינואר 24, 2010 5:21 pm
מיין חבר'ס עלטער זיידע'ס האום אטענטענט האט מיר אמאל געזאגט אז אראפלאזן די בארד מאכט עס שנעלער שרימפן. (ער רעדט פון קנאה)
וועגן רשות כתיבה, טאקע א מורא'דיגע פראפלעם.
זונטאג ינואר 24, 2010 6:20 pm
כאבאן עצה!
ער זאל זאגן אז מ'האט עהם ג'גנב'ט דעם ראבער בענד אין מקוה...
מאנטאג ינואר 25, 2010 11:00 am
ענדערש זאל ער אפלאזן די בארד...
מאנטאג ינואר 25, 2010 6:40 pm
זאג אים, זאלער אויפהערן שניידן וועט עס אנהייבן וואקסען, בודק וסטראבערי!..
דינסטאג ינואר 26, 2010 12:43 am
אפשר קען מען רעדן מיט מנהלים וועגען רשות כתיבה פאר דיין א נאנטע חבר
אבער ער קוקט אויס ווי א פרעמדער... אין אויך קוקט ער אויס צי זיין אביסעל א ווילדער.
זאלן די מנהלים אפמאכן יא צי ניין...
איין מעניט..... מען רעד דא אנאייצע פאר זיין בארט.....איי עם סארי איך ווייס נישט
מיטוואך ינואר 27, 2010 7:58 pm
מיטוואך פבואר 08, 2012 10:30 am
דער האט זיך נאך אלס נישט אראפ געלאזט זיין בערדל,
אפשר ווארט ער אויף די שורה ביי מר. פאטאשאפ...
מיטוואך פבואר 15, 2012 1:25 pm
איצט שוין ביי ארטי
מיטוואך פבואר 15, 2012 2:06 pm
זאל ער איינמאל געבן א גלח' אפ דעם גאנצן נושא, זיך מאכן ווי ער איז נישט געזונט געווען און ער איז ברוך השם ארויס-געקראכן, מאכן א גרויסער סעודת הודאה.
אוי וועטצעך עס נעמען וואקסן, און וואקסן, און וואקסן... עד שיבלו שפתותיכם מלומר די.
מיטוואך פבואר 15, 2012 2:06 pm
נאדיר אולי יחכם
ופאת זקנם לא יגלחו אשכול
viewtopic.php?f=5&t=11143