Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

פרייטאג ינואר 05, 2007 2:31 am

לאמיר דאס איבערלאזן אויף ניטול דאס איז אן ערעסטע סוגיא.

Advertisement

פרייטאג ינואר 05, 2007 3:09 am

דער עולם בויעט און בויעט, ווען איז די חנוכת הבית?
איך רעד שוין אז מ'האט נישט גערופן צום גרונד-שטיין לייגן

פרייטאג ינואר 05, 2007 10:24 am

ביי א שיעור חומש רש"י ליל שישי ברענגט איינער באדלעך מיט קוקיס מיט סאדע ציביסלעך האט זיך דער עולם צילאסט אין מען ברענגט מער אין מער זאכען האט דער מג"ש געזאגט אז אינזערע קינדער וועלן קימען ליל שישי מאכן א סעודה אזוי ווי זייערע עלטערן ,לערנען איז נאר א טפל

דאנערשטאג ינואר 25, 2007 10:17 pm

נו, רבותי. ווען פאנגט מען אן דעם היינטיגן ליל שישי?

דאנערשטאג ינואר 25, 2007 10:31 pm

נו מאשקע ווילסט קומען לערנען וואס ווילסטו לערנען חומש אדער עיין יעקב

דאנערשטאג ינואר 25, 2007 10:37 pm

לאז געמאך.
(פאר די דורות הבאים: א שאד די מיה...)

דאנערשטאג ינואר 25, 2007 10:43 pm

מאשקע האט געשריבן:לאז געמאך.
(פאר די דורות הבאים: א שאד די מיה...)


פארשטיי נישט .................

דאנערשטאג ינואר 25, 2007 10:46 pm

קוקט אויס אז דו ביזט פון די דורות הבאים...
(אליבא דאמת האב איך געמיינט צו זאגן, אז איך האב שוין געלערנט מיין שיעור היינט. יעצט וויל איך אביסל פארברענגען בדיבוק חברים).

דאנערשטאג ינואר 25, 2007 10:48 pm

און די סיבה פארוואס איך האב דיר מסביר געווען וואס איך האב געמיינט, איז געווען ווייל איך וויל נישט האבן צו הערן דערפון פאר די קומענדיגע 72 שעה...

דאנערשטאג ינואר 25, 2007 10:50 pm

וואס עפעס 72 שעה איך שרייב נישט שבת ח"ו

דאנערשטאג ינואר 25, 2007 10:53 pm

יוי, פליז.

דאנערשטאג ינואר 25, 2007 10:57 pm

מאשקע האט געשריבן:יוי, פליז.


ווווואאאססס א מין אונגעריש גערעדעכץ

דאנערשטאג ינואר 25, 2007 11:13 pm

נו, איינער וויל פראווען ליל שישי?

דאנערשטאג ינואר 25, 2007 11:14 pm

מיט וואס ווילסטו אנפאנגען?

דאנערשטאג ינואר 25, 2007 11:16 pm

מאשקע האט געשריבן:נו, איינער וויל פראווען ליל שישי?


הא הא הא חא חאחאחאחאחאחאחאחאחאחאחאחא חא חא חא

דאנערשטאג ינואר 25, 2007 11:22 pm

איך_הער, קודם ברענג ארויף אפאר אלטע פלעשלעך וויין פון קעלער. לאמיר מאכן א לחיים!

דאנערשטאג ינואר 25, 2007 11:27 pm

מאשקע האט געשריבן:איך_הער, קודם ברענג ארויף אפאר אלטע פלעשלעך וויין פון קעלער. לאמיר מאכן א לחיים!


חאחאחאחאחאחאחאחאחאחאחאחאחאחאחאחאחא

דאנערשטאג ינואר 25, 2007 11:30 pm

גאליציאנער, ווען דו ענדיגסט לאכן, נעם א בענקל, זעץ דיך צו צום טיש, און לאמיר אנפאנגען א שמועס.

דאנערשטאג ינואר 25, 2007 11:43 pm

מאשקע האט געשריבן:איך_הער, קודם ברענג ארויף אפאר אלטע פלעשלעך וויין פון קעלער. לאמיר מאכן א לחיים!


דו דארפסט צוויי געזונטע פון מיר? וואס הייסט ברענג ארויף? וועמענס דזשאב איז דאס? דו מיינסט טאקע אז איך האב נישט גענוג ארבעט דא? ברענג ארויף און איך וועל מיך צוזעצן אז נישט לאז מיך צוריה.

דאנערשטאג ינואר 25, 2007 11:47 pm

אקעי (יעצט רעד איך בלשון נסתר), קוקט אויס אז ער איז נישט אין די גוסטע היינט.

דאנערשטאג ינואר 25, 2007 11:49 pm

איך מיין גראדע אז ער ( אויך בלשון נסתר ) איז יא אין א גוטע גוסטע, נאר ער גלייכט נישט אז מ'טוישט ארום פאזיציעס, יעדער האט זיך זיין דזשאב.

דאנערשטאג ינואר 25, 2007 11:53 pm

באשטייט דען נישט "זיין" דזשאב פון ארויפברענגען אלטע אשכולות און דאס אויפפרישן?

דאנערשטאג ינואר 25, 2007 11:56 pm

אההה, איך זיץ און ליין, און שלינג יעדע פאר מינוט אביסעל הייניקען.

דאנערשטאג ינואר 25, 2007 11:57 pm

דו מיינסט דען אז "ער" האט נישט פארשטאנען פון וואס דו רעדסט? ביסטו "אים" אזוי חושד?

אז דו ווילסט ליל ששי, שטעל צו, ווען מען זיך צוזעצן, פארשטאנתא?

פרייטאג ינואר 26, 2007 12:09 am

מאשקע האט געשריבן:גאליציאנער, ווען דו ענדיגסט לאכן, נעם א בענקל, זעץ דיך צו צום טיש, און לאמיר אנפאנגען א שמועס.


יא מאשקע'לע
וואס פארציילסטו עס איז גאר קיין געלעכטער
שרייב א תגובה

Advertisement