בלאט 83 פון 88

געשריבן: דאנארשטאג יוני 20, 2019 11:58 pm
דורך טשאדעלע באדעלע
צוריק צום ערשטן, אפנעמען דעם איבערגעלאזטן שירעם.

געשריבן: פרייטאג יוני 21, 2019 2:12 am
דורך לכאורה
שוין, ב"ה צוריק פון די חתונה
געהאט א פיינע וועג טיר צו טיר פאר א ביליגע פרייז
געהאט א פיינע צייט בשעת די מצוה טענץ
זאל מען גיין נאר אויף שמחות

געשריבן: דאנארשטאג יוני 27, 2019 11:43 pm
דורך לכאורה
א גוטן ערב שבת

געשריבן: פרייטאג יוני 28, 2019 12:02 am
דורך שירעם
אה הרב לכאורה איז שוין דא, ווער נאך האט געדארפט צו קומען....שיק מיר אהער די פאפקארן... כ׳מיין מ׳קען שוין אנהייבן צו זינגען... האללאו האסט געברענגט ביר?... זאג מיר נישט האסט פאגעסן אזוי ווי פאריגע מאל... אה גוט, מאך זיכער עס איז אייייזזזזז קאלט יא??.... נאך איינער קומט??... דו האסט אנגעגרייט צו עסן וואו פאר א מיליטער.... איך האב נישט קיין פראבלעם דערמיט איך בין דא פאר די נאכט...

אה די בעל קלינגט גיי קוק ווער ס׳איז....

געשריבן: פרייטאג יוני 28, 2019 1:59 am
דורך shimon7323
א גוטן ערב שבת. גיי מיר זיך לייגן.

געשריבן: פרייטאג יוני 28, 2019 3:06 am
דורך שמארטיקל
Me too

געשריבן: פרייטאג יולי 05, 2019 12:31 am
דורך לכאורה
צוליב די יום אידיהם של העצמאות איז די וואך געקענסעלט די פארברענג

געשריבן: פרייטאג יולי 05, 2019 2:00 am
דורך שפיגליצקי
טשולדיג, איינמאל איך בין שוין יא דא ליל שישי אזוי שפעט קענסלסטו מיר סתם אזוי אפ דעם פארברענג???

וואס העט זיין מיט די קאלטע ביר וואס קילט זיך שוין אין פרידזש פון נעכטן און שמייכלט צו מיר אזוי שיין?

געשריבן: זונטאג יולי 07, 2019 5:24 pm
דורך אוראייניקל
לכאורה האט געשריבן:צוליב די יום אידיהם של העצמאות איז די וואך געקענסעלט די פארברענג

א שרעקליכע פערצע! צענדליגע טויזענטער היימישע יודן האבן גאזאגט הלל אינע'ם יום העצמאות, זאגאר אפילו אין סאטמאר! להיכן הגענו1

געשריבן: דאנארשטאג יולי 11, 2019 11:55 pm
דורך שפיגליצקי
ווער ס'וויל קען קומען צו מיר, ס'וועט סערווירט ווערן די קאלטע ביר פון פארגאנגענע וואך, אמעריקאנער ניסלעך, בטנים, שקדים, וגלידות וקרחונים ססגונא, ששש ומתפאר בגוונים שלה(ם).

ווער ס'קומט נאך איינסע איז נישט גאראנטירט מיט א גלידה, בטנים ענדערש.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 11, 2019 11:56 pm
דורך Kollel
לכאורה האט געשריבן:צוליב די יום אידיהם של העצמאות איז די וואך געקענסעלט די פארברענג

?What about this week

געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2019 12:02 am
דורך לכאורה
די וואך איז געהעריג ליל שישי...

געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2019 12:16 am
דורך טשאדעלע באדעלע
נישטא עפעס א ו׳ חקת אשכול? ווי קען מען ליינען מער איבער דעם טאג?

געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2019 12:17 am
דורך לכאורה
זיכער איז דא, עס איז אפילו די וואך ארויפגעברענגט געווארן צום אויבערפלאך

געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2019 12:17 am
דורך קלאָצקאָפּ

געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2019 12:19 am
דורך טשאדעלע באדעלע
ישר כח.

און אז די שטייסט שוין יא, ברענג מיר א גלעזל. כ׳האב אייגענטליך דאס מכוון געווען ביים דיר אויפשטעלן.

געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2019 12:20 am
דורך לכאורה
רעדסט צו מיר, אדער צו קלאצקאפ?

געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2019 12:20 am
דורך קלאָצקאָפּ
א ליידיגע?

---
האקט..

געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2019 12:23 am
דורך טשאדעלע באדעלע
לכאורה האט געשריבן:רעדסט צו מיר, אדער צו קלאצקאפ?


דו ברענג דעם פלאש.

——

א ליידיגע

געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2019 12:55 am
דורך shimon7323
טוט זיך ט געברענגעריי דא, אפשר א שיינע תורה?

געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2019 12:58 am
דורך לכאורה
דעם שבת רעכט מען זיך צו אפרעכטן אי"ה אין געוועזענעם היימשטאט
די אנדערע וואך ליל שישי אי"ה אין די קאנטרי (מעגליך נישט האבן די מעגליכקייט זיך צו פארבינדן)

געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2019 1:00 am
דורך שפיגליצקי
מ'קען נאך אריין קומען? כ'האב געברענגט ביר.

געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2019 1:01 am
דורך שפיגליצקי
לכאורה האט געשריבן:דעם שבת רעכט מען זיך צו אפרעכטן אי"ה אין געוועזענעם היימשטאט
די אנדערע וואך ליל שישי אי"ה אין די קאנטרי (מעגליך נישט האבן די מעגליכקייט זיך צו פארבינדן)

אזוי? אז דו בלייבסט הונגעריג קום אריבער צו מיר.

געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2019 1:04 am
דורך פאראינטערסירט
לכאורה האט געשריבן:דעם שבת רעכט מען זיך צו אפרעכטן אי"ה אין געוועזענעם היימשטאט
די אנדערע וואך ליל שישי אי"ה אין די קאנטרי (מעגליך נישט האבן די מעגליכקייט זיך צו פארבינדן)

אז די ביזט שוין עניוועיס אין וויליאמסבורג ווילעך דיר בעטן א טובה אויב ס'דיר נישט שווער ארויפגיין צו מיר אינדערהיים און אויסלעשן ס'לעקטער, אייביג פארגעס איך עס אויסצולעשן...

געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2019 1:05 am
דורך shimon7323
מ'זאגט נאך פונעם וויזשניצער רבי'ן פון מאנסי זי"ע אז גלייך נאך די פטירה פונעם אמרי חיים ווען ער איז נאך געווען און א"י האט מען איהם גערופן רעדען ביי א ליל שישי זיץ. טו מעיק א לאנג סטארי שארט, ווען ער האט געדארפט רעדן, האט ער זיך אנגערופן אז ער זעהט אויף די טישן אנגעגרייט אלע מיני ממתקים, און אזוי ווי עס שטייט דאך "עד שיבקש אדם רחמים שיכנסו דברי תורה לתוך מעיו יבקש רחמים שלא יכנס אכילה ושתי' יתירה לתוך מעיו" ממילא זעהט ער אז דער עולם וויל נישט הערן קיין תורה, איז נישט. און ער האט זיך אויפגעהויבן און ארויס.

וועלן מיר מקיים זיין יעצט והלכת בדרכיו, א גוטע נאכט