בלאט 81 פון 91

געשריבן: דאנארשטאג מאי 16, 2019 10:58 pm
דורך shimon7323
יעצט געהערט זייער שיינע שיעור , פלעכט אריין להזהיר גדולים על הקטנים מיט די גאנצע איבריגע פרשה הערליך שיין.

viewtopic.php?p=1924822#p1924822

געשריבן: דאנארשטאג מאי 16, 2019 11:27 pm
דורך נישט פשוט
אהה, אקעי איך בין פאלי גרייט פאר א לענגערע זאך, געב אהער די קעשאס מיט א גלעזעל.

געשריבן: דאנארשטאג מאי 16, 2019 11:28 pm
דורך נישט פשוט
איינער האט א ווארט אויף די סדרה, קעפלעך? עניטינג!

געשריבן: דאנארשטאג מאי 16, 2019 11:46 pm
דורך Haklal
להזהיר גדולים על הקטנים......... ואידך פירושא זיל גמור

געשריבן: דאנארשטאג מאי 16, 2019 11:52 pm
דורך כא כא כא
איך בין אין די מאוד פון א ווארעמע ווייכע שטיקל קאקאש, -פארשטייט זיך די אונגארישע- וואס די קאקא רינט אזוי ארויס פון די זייטן,
צוויי שטיקלעך איז גענוג.

געשריבן: דאנארשטאג מאי 16, 2019 11:57 pm
דורך לכאורה
האניג קארטאפל רעפטלעך ווערט סארווירט

געשריבן: דאנארשטאג מאי 16, 2019 11:59 pm
דורך נישט פשוט
Haklal האט געשריבן:להזהיר גדולים על הקטנים......... ואידך פירושא זיל גמור


זייער שיין. דערמאן איך זיך גאר א שיין ווארט, דענק נישט אויפן מינוט פון וועם, כמיין ער ברענגט עס צו פון חק אויף די סדרה. זאגט ער, אז שטייט אין ירשלמי אין קציעות אז די גמלים ביי די מלחמה פון אבגיעל מיט קורנס, אז די כהנים פון יענע צייט האבן נישט געוואלט מקריב זיין די קרבנות, א מנויט נאר איך גיי נעמען א ציגערטל.

געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2019 12:00 am
דורך נישט פשוט
נישט באקאנט וואס האניג קארטאפל איז... ס'איז אזוי גוט ווי די האניג פון די בענענע ?

געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2019 12:04 am
דורך נישט פשוט
קומט זיך א מזל טוב פארן אשכולע פארן ווערן א שר כאלאפייעם
2019-05-17_00-04-11.png
2019-05-17_00-04-11.png (9.11 KiB) געזעהן 1919 מאל

געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2019 12:06 am
דורך לכאורה
נישט פשוט האט געשריבן:נישט באקאנט וואס האניג קארטאפל איז... ס'איז אזוי גוט ווי די האניג פון די בענענע ?

חח, דערמאנסט מיך קינדערישע זכרונות

האניג קארטאפל רעפטלעך = honey potato chips

אגב, מיר קומט אויך א מזל טוב, דערגרייכט 11,000 נארישקייטן

געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2019 12:14 am
דורך נישט פשוט
לכאורה האט געשריבן:
נישט פשוט האט געשריבן:נישט באקאנט וואס האניג קארטאפל איז... ס'איז אזוי גוט ווי די האניג פון די בענענע ?

חח, דערמאנסט מיך קינדערישע זכרונות

האניג קארטאפל רעפטלעך = honey potato chips

אגב, מיר קומט אויך א מזל טוב, דערגרייכט 11,000 נארישקייטן

סארא פלאפ דאס !!! :!: :!: :!: :!: :evil: :evil: :evil: :evil: :twisted: :twisted: :twisted:
איך האב דיר געשריבן א מזל טוב איידער איך האב געליינט דיין תגובה, (איך האב עס שוין באמערקט פאר די האסט געשריבן,) נאכן דריקן שיק, האב איך געזהן דיין תגובה !

געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2019 12:17 am
דורך קלאָצקאָפּ
מזל טוב!

אסאך נחת פון דעם ניק, און פון אלע אנדערע...

געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2019 12:55 am
דורך Haklal
לכאורה האט געשריבן:
נישט פשוט האט געשריבן:נישט באקאנט וואס האניג קארטאפל איז... ס'איז אזוי גוט ווי די האניג פון די בענענע ?

חח, דערמאנסט מיך קינדערישע זכרונות

האניג קארטאפל רעפטלעך = honey potato chips

אגב, מיר קומט אויך א מזל טוב, דערגרייכט 11,000 נארישקייטן

מזל טוב אסאך אסאך נחת

געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2019 12:58 am
דורך פרעזידענט
לכאורה קומט זיך דיר א מזל טוב

געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2019 1:12 am
דורך shimon7323
מזל טוב, לכאורה.

לאטס ענד לאודס אוו נאכאס

געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2019 1:33 am
דורך לכאורה
אמן, טענקס.
(שטעלט זיך ארויס אז די האניג קארטאפל האבן אנגעדרייט א סעמאטוכע אין די קושקעס... נעקסטע וואך וועט מען מוזן ערפינדן אן אנדערע מעניו)

געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2019 2:20 pm
דורך א גוטע ניק
פרעזידענט האט געשריבן:לכאורה קומט זיך דיר א מזל טוב

גא''ם

--
מ'זעט שוין נישט אן ביי די נאמבערס, ווען ווערט מען א העכערע שר נאך 10000?

געשריבן: זונטאג מאי 19, 2019 1:33 pm
דורך קלאָצקאָפּ
ביי צוואנציג טויזנט ווערט מען א גרייזיגער שר (סאכדעס דארף עס נאך פארריכטן), סאו ס'איז נישט ווערד.

געשריבן: דאנארשטאג מאי 23, 2019 10:45 pm
דורך לכאורה
ווער געדענקט נאך ווען "רבי מנחם מענדל בן יוסף" (דער היינטיגער בעל הילולא, הרה"ק ר' מענדעלע רימנובער זי"ע) איז געווען 'די' נאמען וואס מען האט געצינדן ליכט דערפאר וכו' וכו'?
אין די היינטיגע עפאכע איז דאס שוין דוכט זיך אביסל פארגעסן געווארן, א דאנק די אויפוואכונג פון קערעסטיר און ריבניץ וכל השאר.
לאמיר זיך דערמאנען, צינדן א ליכט און טוהן פעולות טובות לע"נ דעם צדיק. זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל.

לחיים לחיים

געשריבן: דאנארשטאג מאי 23, 2019 11:50 pm
דורך א גוטע ניק
וואס פרייטאג איז זיין יארצייט? שכח

געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2019 12:04 am
דורך בענקעל
כ'האב געהערט ווי די טשולענט הייבט אן צו באָבלן, האב'ך אוועקגערוקט דאס דעקל און דערזעהן אז ס'יז דא פינעף באָבלעך. איינס האט באלד געבאָסט, איינס האט געשמייכלט און ארויסגעשטעקט די צונג, איינס האט געשווימען, ס'אנדערע האט שיין געשפוגעלט אז איכאבזעך דערזעהן דערינען, אן אנדערע האט געהאט לופט אין זיך, דערנאך איז געווען א קליינטשיגס און איינס האט געהאט אויף זיך א שאלה, סאו איך מיין אז מ'קענישט עסן היינט די טשולענט.
אייעמסארי.

געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2019 12:17 am
דורך לכאורה
הער איך אז דער "מזונות מאן" פון מאנסי, האט ביי זיך אין שטוב א גרויסע טאפ טשולענט יעדן ליל שישי און ווארט פאר געסט

געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2019 3:27 pm
דורך אדער יא
קומט אויס למעשה 6 באבלס.

געשריבן: דאנארשטאג מאי 30, 2019 9:27 pm
דורך לכאורה
להתוודע ולהגלות אז עס קומט יעצט ליל שישי!
דער עולם זאל דאווענען מעריב, ציילן ספירה, רעדן פון ר' שלמ'קע זווילער, און אהערקומען פראווענען

געשריבן: דאנארשטאג מאי 30, 2019 11:22 pm
דורך טשאדעלע באדעלע
איז פארהאן עימיצער מבני החבורה דא וועלכע לערענט אדורך אלע מ״ב פשטים אויף אים בחיקותי תלכו פונעם או״ח הק׳?