בלאט 1 פון 3

וואס קען מען אונגרייטען לכבוד שבת

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 04, 2007 5:34 pm
דורך דארפסמאן
איך באקום געסט אויף שבת וואס קען מען אונגרייטען מער ווי נארמאל
חוץ חלה , פיש , זופ , פלייש , פאטעטע קיגעל , - אייער , טשאלענט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 04, 2007 6:05 pm
דורך סאכדעס
WOW ווער פון קרעטשמע האט זיך שוין געיאוועט צו פארן צום דארפסמאן שוין ביין ערשטן שבת?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 04, 2007 6:07 pm
דורך מאשקע
נו, אוודאי אזוי, ער גיבט דאך קידוש לכבוד "חתן דארפסמאן".

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 04, 2007 6:10 pm
דורך קרעמער
דארפסמאן;

כ'האב פאר דיר אן איבעראשונג (סורפרייז), איך האב אפגעקויפט די "חזק חזק ונתחזק" עליה אין דארף (אויף 'איבעי'), און איך האב שוין גערעדט מיטן שמש זאל דיר אויסרופן..

--
נישט צו פארדרייען דעם אשכול:

איך קען באשטיין צו האבן שארפע טאמאטא טינק, ארבעס און לימא כתנאי בונדלעך פון די גאלדן-קאסט פירמע, מילכיגע אייזקריעם מיטן הייסן שאל קאווע מוצאי שבת, פארשטייט זיך, עס זאל נישט מאנגלן מיט ווייסע מילכיגע טשאקאלאדע און אויך עטליכע פארווע נאש אויף פרייטאג צונאכטס.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 04, 2007 6:12 pm
דורך דארפסמאן
עס איז נישט קיין וויץ , וואס זאל איך אונגרייטען ,אין ביי די וועי ווער ס'וויל נאך קימען דארף זיך מעלדן ווי פריער

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 04, 2007 6:39 pm
דורך איך_הער
האסט נישט אויסגערעכענט, קאמפאט, געקנעטענע קיגל, לאקשן קיגל, און קען זיין האסט נישט פארשטאנען קרעמער שארפע טאמעטא טינק, דאס איז חריף, כריין, רעטיך פאר די זופ, אויב דו ווילסט נאך, בעט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 04, 2007 8:24 pm
דורך 3x0
בהמה פלייש אין די טשולענט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 04, 2007 11:18 pm
דורך שוועמל
רעטיך פאר די זופ לאז איך נישט עסן


דארפסמאן, פאהר צו צום מארק אין דערנעבנדיגן דארף און קויף איין אלע הצטרכות'ן, וואס איז די שאלה דען ?

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 05, 2007 3:15 am
דורך Jewboy
מאך א אנדערע סארט פלייש ווי דו מאכסט געווענליך.

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 05, 2007 4:06 am
דורך cano
יושקע יא יא דעס וואס די טאטע קנעיט

ולאמתו של דבר

פיקעל סאלאט איז א גיטע אפציע זויער פיקעל סאברא'ס חומס (chumus) די מיט די רויטע פעפערלעך אויפען אויבער פלאך און יא א רייכע טריקענע וויין רויטע

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 05, 2007 10:29 am
דורך דארפסמאן
וואסערע קאמפאוט ?

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 05, 2007 10:39 am
דורך דארפסמאן
קרעמער : היימישע טאמעטע דיפ איז אויך גיט ?

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 05, 2007 10:40 am
דורך סאכדעס
דארפסמאן כ'מעג ענפערן? מ'שטיינס געזאגט האסט געפרעגט קרעמער'ן, די ענפער איז יא.

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 05, 2007 10:42 am
דורך דארפסמאן
סאכדעס : וואס דארפסטו עפעס ספעשל ?

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 05, 2007 10:59 am
דורך קרעמער
דארפסמאן האט געשריבן:קרעמער : היימישע טאמעטע דיפ איז אויך גיט ?


דאס איז א +

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 05, 2007 11:02 am
דורך 3x0
קרעמער האט געשריבן:
דארפסמאן האט געשריבן:קרעמער : היימישע טאמעטע דיפ איז אויך גיט ?


דאס איז א +

וואס וועט זיין די =?

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 05, 2007 11:23 am
דורך זארעכפעפער
וואס דען דיין פראבלעם?
נעם אפיר דיינע בהמות פון שטאל...
גיי צו צו ערעב געציל דער דארפ'ס שוחט, דארט אין שוהל הויף, ער שטייט שוין בערייט מיט'ן חלף, און שעכט אפ א צוויי-דריי בהמות לכבוד די געסט. פארגעס צו געבן שוחט געלט.
דערנאך גיי צו פישל דעם קצב ער זאל דיר דאס טרייבערן. פאר אפאר גראשן וועט דאס זיין ווייב, דוואשע, אויסזאלצן, און דו וועסט האבן פריש בשר פאר די געסט. אחוץ אויב דו טוסט דאס אלע וואך סייווי.

גיטשאבעס

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 05, 2007 11:42 am
דורך דארפסמאן
יא דאס טו איך עני וועי אבער עפעס ספעשל, זרעך וואס האסטו ליב ?

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 05, 2007 12:24 pm
דורך איך_הער
עפל קאמפאט, אז מ'ווייסט ווי אזוי צו מאכן איז עס זייער גוט, און פארשטייט זיך סערווען גוט קאלט.

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 05, 2007 12:29 pm
דורך דארפסמאן
סאו פאר וויפל מענטשען דארף איך אונגרייטען ? ביטע עטפערן ווי שנעלער עס איז שוין שפעט

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 05, 2007 12:57 pm
דורך סאכדעס
בערייט צו פאר פינף מענטשן און צוואנציג ניקס.

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 05, 2007 1:01 pm
דורך דארפסמאן
ווער זענען די פינף ניקס איך דארף אונגרייטן יעדעם לפי כבודו

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 05, 2007 1:03 pm
דורך סאכדעס
אוטש האסטו מיר געזעהן אזאנס, כאב געשריבן/געקלאפט/געטייפט/געזאגט פינף מענטשן, און דער בה... אופסססס ניין דער דארפסמאן פרעגט מיר אויף פינף ניקס.

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 05, 2007 1:05 pm
דורך דארפסמאן
איך האב איינגעקויפט וויין אין ברוינפען פאר איבער דריי הינדערט דאללער

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 05, 2007 1:36 pm
דורך קרעמער
יעצט מוזטו מיר שוין טאקע געבן דיין אדרעס..