בלאט 2 פון 3

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 05, 2007 3:43 pm
דורך cano
וואס פאר א סארט וויין ? איך וויל אריבער קימען נאכען סעודה צו אייך

טאמער ביזטי מסכים וועל איך מיך אויפשטעלען היינט נאכט און ביהמ"ד און שטיין אזוי ביי מיין פלאץ פין ואמונה ביז ושמרו און ביי ושמרו וועל איך מיך אראפ זעצען וועסטי מיך גראד דערקענען זאלסטי צו מיר מיקימען און מיך איינלאדענען ביטע

פארעפענטליכט: שבת ינואר 06, 2007 1:38 pm
דורך Jewboy
למעשה:
וואס האסטו געמאכט ספעשל?

מנהסתם האלטן יעצט די געסט אינמיטן שלאפן, אדער קנאקן די פיצוחים.

פארעפענטליכט: שבת ינואר 06, 2007 8:34 pm
דורך איך_הער
נו, דארפסמאן, ווי אזוי איז עס אריבער, קיין פיצוחים קנאקסטו שוין יעצט נישט לכאורה?

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 08, 2007 10:21 am
דורך דארפסמאן
דער עולם האט זיך קוים באראיגט פון די פיינע סעודות און וויין אין ברוינפען איז נישט געבליבען קיין לעק

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 08, 2007 10:22 am
דורך מאשקע
ווער האט געטיילט די וויין און בראנפן? פארוואס האסטו מיך נישט גערופן צו טון די ארבעט?

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 08, 2007 10:26 am
דורך זארעכפעפער
הער זיך איין דארפסמאן:

ביסט אריינגעקומען דא אין די קרעטשמע פאר שבת, האסט אזוי אפעטיטלעך אנגערייצט דעם עולם, זיך נאכגעפרעגט ביי אונז נאך עצות, א.א.וו. טא דו טראכסט אז דו קענסט אונז לאזן אזוי הענגען מיט די צונג אינדרויסן? וואס איז דאס? ס'יז עפעס א הפקר וועלט? זיי מוחל, שארץ דיר ארויף די ארבעל און באשרייב דעם שבת מיט די געסט. פארשטאנען?

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 08, 2007 10:28 am
דורך דארפסמאן
עי די זאגעגט ליגענט . איך האב דיר געריפען אין מען האט געווארט כמעט א שעה אויך דיר , ווי ביסטו געווען , ווי ביסטו געווען , ווי ביסטו געווען , ווי ביסטו געווען , ווי ביסטו געווען ,ווי ביסטו געווען

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 08, 2007 10:29 am
דורך דארפסמאן
באלד וועל איך באשרייבען פינקטלעך

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 08, 2007 3:15 pm
דורך דארפסמאן
איך וועל נישט לאזען דער עולם לאנג ווארטען
די מעשה איז אזוי עס איז נאר אונגעקימען 6 געסט שטאטס 9
די מעניא איז געווען אזוי 3 מינע וויינען , היימישע מאסט (געקויפט), 2 מינע גרעפ דזוס, פיינע ווארעמע גרויסע היימישע חלות , א גרויסע סלייס סעלמאן פיש מיט א סלייס געפילטע , אימיטן טיש איז געווען היימישע חריף , אלוף דיפ, חריין , נאכדעם די פיינע קאכעדיגע זיפ אין אימיטן טיש איז געווען בונדלך ארבעס מיט ליימע בינס , מיט רעטיך נאכדעם די פלייש איז געווען ברוילד טשיקען מיט פאטעטע קיגעל , לאקשאן קיגעל , עפל קיגעל , פערפיל , נאכדעם א פיינע עפל קאמפאט
נאך די זמירות און בענטשן האט מען אריין געברענקט א גרויסע טאץ מיט פראטכט טרויבען , טענטשענינס , עפלעך מיט בארען ,אין א גרויסע טאץ מיט אלע מינע טשאקלעט וועניס קראנטש , דשעלי רינגס , מארשמעלאס , טשאקלעט וועפערס , מיט ראם באלס אין א גרויסע טאץ מיט אלע מינע נילעך ,קעשאס , מאנדלען, געזאלצענע פינאטס , פעסטעטשאס , וואלנאטס
טאמער איך האב עפעס פארגעסן זאלן די געסט פארעכטן
, = "ציפרי וועל איך באלד שרייבען"

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 08, 2007 3:25 pm
דורך 3x0
איך ווער הינגעריג.

איך הער, געב מיר א היטש צו א גראסרי.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 08, 2007 4:00 pm
דורך דארפסמאן
נישט צו א גראסרי נאר צו מיר אינדערהיים

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 08, 2007 4:02 pm
דורך 3x0
איך האב נישט געוויסט אז עס איז איבער געבליבן. ווי איז דיין היים?

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 08, 2007 4:07 pm
דורך איך_הער
טריאו, מיין קאר איז רעדי סאן די האסט אן אדרעס קענסטו זיך אריין זעצן.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 08, 2007 4:31 pm
דורך מאשקע
נא נא נא, ס'גייט נישט אזוי שנעל. טריאו, קודם זאג צי דו ווילסט זיצן אין די פראנט סיט אדער אין די בעק סיט, און לויט דעם וועט מען זעהן ווער ס'וועט דיר געבן די היטש...

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 08, 2007 4:33 pm
דורך איך_הער
טריאו האט שוין עקספיריענס מיט מיין קאר, סא איז שוין נישט אזא גרויסע חילוק.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 08, 2007 4:40 pm
דורך סאכדעס
עהה, דאס מיינט אז טריאו באקומט יא די פראנט סיעט ביי דיר?

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 08, 2007 4:46 pm
דורך איך_הער
יו גארעט.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 08, 2007 4:47 pm
דורך איך_הער
דערווייל האט ער עניוועי נאר פראבירט ביינאכט, ווען די פעקלעך ליגט שוין נישט אין די פראנט.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 08, 2007 4:47 pm
דורך 3x0
איך האלט אינאיין שליקעטצן, איך האב נישט געוויסט פארוואס, היצטערט ווייס איך שוין.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 08, 2007 4:49 pm
דורך קרעמער
דארפסמאן, איך בין איבערראשט פון דיין הכנסת אורחים. א שאד איך וואוין אינעם זעלבן געגענט ווי דיר, איך וואלט זיך ווען אריינגעצויגן צו דיין געגענט אויף א שבת.. (אויב בין איך טאקע נישט גערעכט, און דו וואוינסט אביסל ארויסציהר פון מיין געגענט, מעלד מיר אין אישית וועלכע שבת איז גוט פאר דיר).

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 08, 2007 4:52 pm
דורך דארפסמאן
נאו פראבלעם קעסט קימען ווען די ווילסט מען דארף זיך מעלדן ביז מיטוואך ביינאכט

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 08, 2007 4:54 pm
דורך איך_הער
קרעמער, איך נעם דיך אריין אפילו דו ביסט נישט אין מיין געגענט, און איך געב דיר א בעסערע אפער, קענסט מיך מעלדן ביז דאנערשטיג אינדערפרי.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 08, 2007 4:56 pm
דורך סאכדעס
כ'פארשטיי נישט, פארוואס נאר ביז מיטוואך, ווען האסטו געפענט דעם אשכול? כ'מיין אז נאך מיטוואך, און דאך איז געווען געגרייט פון בעסטן און שענסטן.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 08, 2007 4:58 pm
דורך דארפסמאן
דעס איז שוין געווען נאכן זיך מעלדן

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 08, 2007 6:23 pm
דורך דארפסמאן
ווייטער שבת ציפרי מעניא
(קודם איך האב פארגעסן 7 מינע ברוינפען'ס ביידע סעדות)

ביז נאך קידוש די זעלבע ,נאכדעם ווייל נישט יעדער איז געקימען די זעלבע צייט אפאר מינע קעיקס , הערענג מיט פאטעטע קיגל פינעם טשאלעט - סעודה פיש אזוי ווי ביינאכט מיט די זעלבע דיפס , אייער מיט פיינע היימישע געדינסטע לעבער מיט צוויבעל מיט וועטשטעבלס , גאלע , פעצעי , אין א ..... טשאלענט עס איז געגאנגען א רויך מיט פאטעטע קיגעל , לאקשאן קיגעל , געקנעטענע קיגעל .פיפיגלעך , מיט קאלטע גערוילטע טערקי מיט סאלאמי , איך ווער זאט ווען איך דערמאן זיך נאר דערפון , או הייליגער שבת ,

אין נאכדעם א קאלטע ביר