גריסן און שמועסן
דאנערשטאג ינואר 04, 2007 5:34 pm
איך באקום געסט אויף שבת וואס קען מען אונגרייטען מער ווי נארמאל
חוץ חלה , פיש , זופ , פלייש , פאטעטע קיגעל , - אייער , טשאלענט
Advertisement
דאנערשטאג ינואר 04, 2007 6:05 pm
WOW ווער פון קרעטשמע האט זיך שוין געיאוועט צו פארן צום דארפסמאן שוין ביין ערשטן שבת?
דאנערשטאג ינואר 04, 2007 6:07 pm
נו, אוודאי אזוי, ער גיבט דאך קידוש לכבוד "חתן דארפסמאן".
דאנערשטאג ינואר 04, 2007 6:10 pm
דארפסמאן;
כ'האב פאר דיר אן איבעראשונג (סורפרייז), איך האב אפגעקויפט די "חזק חזק ונתחזק" עליה אין דארף (אויף 'איבעי'), און איך האב שוין גערעדט מיטן שמש זאל דיר אויסרופן..
--
נישט צו פארדרייען דעם אשכול:
איך קען באשטיין צו האבן שארפע טאמאטא טינק, ארבעס און לימא כתנאי בונדלעך פון די גאלדן-קאסט פירמע, מילכיגע אייזקריעם מיטן הייסן שאל קאווע מוצאי שבת, פארשטייט זיך, עס זאל נישט מאנגלן מיט ווייסע מילכיגע טשאקאלאדע און אויך עטליכע פארווע נאש אויף פרייטאג צונאכטס.
דאנערשטאג ינואר 04, 2007 6:12 pm
עס איז נישט קיין וויץ , וואס זאל איך אונגרייטען ,אין ביי די וועי ווער ס'וויל נאך קימען דארף זיך מעלדן ווי פריער
דאנערשטאג ינואר 04, 2007 6:39 pm
האסט נישט אויסגערעכענט, קאמפאט, געקנעטענע קיגל, לאקשן קיגל, און קען זיין האסט נישט פארשטאנען קרעמער שארפע טאמעטא טינק, דאס איז חריף, כריין, רעטיך פאר די זופ, אויב דו ווילסט נאך, בעט.
דאנערשטאג ינואר 04, 2007 8:24 pm
בהמה פלייש אין די טשולענט.
דאנערשטאג ינואר 04, 2007 11:18 pm
רעטיך פאר די זופ לאז איך נישט עסן
דארפסמאן, פאהר צו צום מארק אין דערנעבנדיגן דארף און קויף איין אלע הצטרכות'ן, וואס איז די שאלה דען ?
פרייטאג ינואר 05, 2007 3:15 am
מאך א אנדערע סארט פלייש ווי דו מאכסט געווענליך.
פרייטאג ינואר 05, 2007 4:06 am
יושקע יא יא דעס וואס די טאטע קנעיט
ולאמתו של דבר
פיקעל סאלאט איז א גיטע אפציע זויער פיקעל סאברא'ס חומס (chumus) די מיט די רויטע פעפערלעך אויפען אויבער פלאך און יא א רייכע טריקענע וויין רויטע
פרייטאג ינואר 05, 2007 10:29 am
וואסערע קאמפאוט ?
פרייטאג ינואר 05, 2007 10:39 am
קרעמער : היימישע טאמעטע דיפ איז אויך גיט ?
פרייטאג ינואר 05, 2007 10:40 am
דארפסמאן כ'מעג ענפערן? מ'שטיינס געזאגט האסט געפרעגט קרעמער'ן, די ענפער איז יא.
פרייטאג ינואר 05, 2007 10:42 am
סאכדעס : וואס דארפסטו עפעס ספעשל ?
פרייטאג ינואר 05, 2007 10:59 am
דארפסמאן האט געשריבן:קרעמער : היימישע טאמעטע דיפ איז אויך גיט ?
דאס איז א +
פרייטאג ינואר 05, 2007 11:02 am
קרעמער האט געשריבן:דארפסמאן האט געשריבן:קרעמער : היימישע טאמעטע דיפ איז אויך גיט ?
דאס איז א +
וואס וועט זיין די =?
פרייטאג ינואר 05, 2007 11:23 am
וואס דען דיין פראבלעם?
נעם אפיר דיינע בהמות פון שטאל...
גיי צו צו ערעב געציל דער דארפ'ס שוחט, דארט אין שוהל הויף, ער שטייט שוין בערייט מיט'ן חלף, און שעכט אפ א צוויי-דריי בהמות לכבוד די געסט. פארגעס צו געבן שוחט געלט.
דערנאך גיי צו פישל דעם קצב ער זאל דיר דאס טרייבערן. פאר אפאר גראשן וועט דאס זיין ווייב, דוואשע, אויסזאלצן, און דו וועסט האבן פריש בשר פאר די געסט. אחוץ אויב דו טוסט דאס אלע וואך סייווי.
גיטשאבעס
פרייטאג ינואר 05, 2007 11:42 am
יא דאס טו איך עני וועי אבער עפעס ספעשל, זרעך וואס האסטו ליב ?
פרייטאג ינואר 05, 2007 12:24 pm
עפל קאמפאט, אז מ'ווייסט ווי אזוי צו מאכן איז עס זייער גוט, און פארשטייט זיך סערווען גוט קאלט.
פרייטאג ינואר 05, 2007 12:29 pm
סאו פאר וויפל מענטשען דארף איך אונגרייטען ? ביטע עטפערן ווי שנעלער עס איז שוין שפעט
פרייטאג ינואר 05, 2007 12:57 pm
בערייט צו פאר פינף מענטשן און צוואנציג ניקס.
פרייטאג ינואר 05, 2007 1:01 pm
ווער זענען די פינף ניקס איך דארף אונגרייטן יעדעם לפי כבודו
פרייטאג ינואר 05, 2007 1:03 pm
אוטש האסטו מיר געזעהן אזאנס, כאב געשריבן/געקלאפט/געטייפט/געזאגט פינף מענטשן, און דער בה... אופסססס ניין דער דארפסמאן פרעגט מיר אויף פינף ניקס.
פרייטאג ינואר 05, 2007 1:05 pm
איך האב איינגעקויפט וויין אין ברוינפען פאר איבער דריי הינדערט דאללער
פרייטאג ינואר 05, 2007 1:36 pm
יעצט מוזטו מיר שוין טאקע געבן דיין אדרעס..