בלאט 1 פון 3

ווי אלט זענט איר? (אנקעטע 3 פון 20)

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 29, 2009 2:20 pm
דורך ניק לאז
ס'מיך אינטערסאנט צו וויסן ווי אלט/יונג די עולם דא אין קרעטשמע איז..

אשר על כן פרעג איך אייך: ווי אלט זענט איר?

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 29, 2009 2:25 pm
דורך לוסטיג
אין די האלטסט אז דער עולם גייט ענטפערן דעם אמת(אויב מ'גייט בכלל ענטפערן..)

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 29, 2009 2:28 pm
דורך זעליג
פארוואס זאל מען נישט ענטפערן?

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 29, 2009 2:31 pm
דורך וויכטיג מאכער
איך זעה נישט פארוואס מ'זאל נישט ענטפערן, קיינער ווייסט נישט פאר וועלעכע אפשען מ'האט געשטומט.

און אז מ'ווייסט יא?

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 29, 2009 2:38 pm
דורך סתם_אזוי
געשטימט פאר 20

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 29, 2009 3:38 pm
דורך צום זאך
הער מיך אויס:
האסטעך מיר אריינגע'גנב'ט דא אינעם סיסטעם אנע ניק, יעדן צווייטן טאג ווילסטו מיר וויסן עפעס אנדערש, נעכטן איזעס ווען כ'לייג מיך/שטיי אויף, היינט ווילסט שוין וויסן מיין DOB, מארגן גייסטו פרעגן (- אויך נאר פאר אינטערעסאנטקייט -) ווי איך האב מיין באנק אקאונט, און ווען איך פייל מיין טעקס יוטערן.. פארוועמען ארבעטסטו פארוועם? הא?! פאר די איי-ארעסט?

רבותם! געבט נישט ארויס קיין שום פריוואטע אינפארמאציע! (אפילו נישט אין קיין פריוואטע צימערן וד"ל) און זייט נישט קיין צועק על לשעבר, אפילו ס'קוקט אויס ווי א הנאה בשעת מעשה!
---
אה, דו ווילסט וויסן ווי אלט כ'בין? ביסט שוין באלד ווי יענער נודניק(לאז) וואס האלט מיר איניין פרעגן וויפיל דער זייגער איז? קאום אן! ווייסטו דען נישט אז יעדע מינוט ווערט איך עלטער?!...

(נעם עס נישט פערזענליך ביטע, ווייל.. עממ.. ווייל "אזוי האטעס געדארפט צו זיין!")

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 29, 2009 3:39 pm
דורך קרעמער
אפגעגעבן מיין שטימע אויס רחמנות פארן פותח האשכול וואס האט זיך לאנג געמוטשעט צו גרינדן דעם סקר.

געשטימט אויפן אמת, און איך האף אז אנדערע וועלן נאכטוהן מיין ביישפיל.

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 29, 2009 3:40 pm
דורך דארפסמאן
נישט געשטמימט, איך מיין אז די זאלסט מאכען יעדע 5 אדער 10

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 29, 2009 3:41 pm
דורך דארפסמאן
צום זאך נעקסט קומט די DOB און נאכדעם קומט די SS #

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 29, 2009 3:43 pm
דורך צייטליך
מ'האמער אפגעגעבן די ריכטיגע שטומע. (דערווייל בין איך דער איינציגסטער אין מיין יארגאנג)

דארפסמאן. אז די וועסט נישט שטימען וועל איך עס טוען אנשטאט. הער אויף! שוין זאלסטו שטימען!

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 29, 2009 3:50 pm
דורך דארפסמאן
איך שעם מיך עס איז נישטא קיינען און מיין יארגאנג

צייטי די ווייסט נישט ווי אלט איך בין

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 29, 2009 4:02 pm
דורך ניק לאז
דארפסמאן האט געשריבן:איך מיין אז די זאלסט מאכען יעדע 5 אדער 10


לעצט פאראכטן דורך ניק לאז אום דינסטאג דצמבר 29, 2009 5:00 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 29, 2009 4:09 pm
דורך דארפסמאן
או עס האט זיך אויגעמעקט אלע וועלן VOTES

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 29, 2009 4:46 pm
דורך קרעמער
איבערגעשטימט.

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 29, 2009 8:47 pm
דורך גיי_ווייס
אפגעגעבן די ריכטיגע שטומע.

ביי די אשכול פין "ווען גייט איר שלאפן" האסטי געהאט א גוטע תריץ {נישט ווייל די דארפסט א תריץ} צי פרעגן. ווייל די זעסט
אז מען שרייבט תגובת 24/7. סויא וואס ציט דיין נייגער דא?. ס'מיך אינטערסאנט צו וויסן
אויך מיין איך אז ס'איז אויך דא ניק'ם דא וואס וווינען נישט אין
אמעריחע (גיי ווייס ווי יא) איז ווי יא איז די שעות אנדרעש ווי דא

קען מיך איינער זאגן
פארוואס קען איך נישט זען רעזולטאטן נישט נאר דא. ביי קיין איין אנקעטע קען איך נישט זען?????
ווען איך וויל שטימען אדער איך וויל זען די רעזולטאטן ווערט די גאנצע פעיטש עפעס צי גרויס
עפעס אנדערש ווי נארמאל.

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 29, 2009 10:00 pm
דורך גרוש
אין מיין יאטרגאנג איז דא די מערסטע, די איין וואויטער פאר למעלה משבעים האט לכאורה נישט געשטימט פארן אמת

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 29, 2009 10:01 pm
דורך שעפטיל
איך האב געשטימט, נישט אויף למעלה משבעים...

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 29, 2009 10:08 pm
דורך לוסטיג
כאפסט נישט? ס'יא אמת די למעלה משבעים (יא די ניק) וואוט..

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 29, 2009 11:22 pm
דורך שטארק זיך
נעקסט קומט, וויפיל פונט וועגט איר?...

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 30, 2009 12:07 am
דורך ארעסטאנט
שטארק זיך; לאמיר גיין מיטן אמת אלל די וועי.. מ'העמיר דארט אויך אפגעבן די שטימע וויאזוי ער וועט פון אונז פארלאנגן..
עני וועי אויב פלאנסטו צו מאכן א פונט אנקעטע ביטע צוגרייטן גאר הויעכע ציפערן.. כ'קען עס נוצן...

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 30, 2009 8:18 am
דורך סתם_אזוי
איבער אפגעגעבן מיין שטימע אויף די אמת. איך זעה איך בין נישט די איינציגסטע דא וואס איז מיין יארגאנג.

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 30, 2009 11:34 am
דורך יוסלמאן
געשטימט מיטן אמת.

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 30, 2009 11:50 am
דורך שטארק זיך
הלמאי מען קען נאר קלויבן איין אויסוואל, הלא מתאמרא משמי' דהדברי חיים אז מען רעכנט פון נאך די דריי יאר.

כוויל נאכאמאל שטימען!!!

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 30, 2009 8:19 pm
דורך DONE
געשטימט מיטן אמת

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 31, 2009 12:50 pm
דורך ניק לאז
רבותי, אלע עצות ווערן גענומען ערנסט אין באטראכט, ווארטס מיט געדולד...

און א דאנק פאר - צום זאך - דארפסמאן - שטארק זיך - ארעסטאנט - פאר די בייפאלן...