Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

פראפעשענעל ביזנעס מיטונג, עני איידיעס וויאזוי איך זאל עקטן?

דאנערשטאג דצמבר 24, 2009 11:49 am

אקעי, דער טאג איז אנגעקומען.

היות איך גיי האבן א ביזנעס מיטונג מיט זייער א פראפעשענעל גיי, חברה איך זאג ענק, דער מענטש איז א פרעמדער!, יא! ער האט גארנישט מיטן חסידישן עולם, און פירט ריזיגע אקאונטס. איך גיי נישט זאגן די דיטעילס, well, אםםם... סאיז עכט נישט נוגע, סאיז נאך א סוד. איך גלייב סייווי נישט אז איינער גייט פארשטיין דעם עסק דא.

אקעי, וויל איך דא פרעגן וויאזוי איך דארף עקטן, וויאזוי איך דארף מיך באגריסן מיט אים, און וואס מען זאגט פארדעם וואס נאכדעם, וואס ענטפערט מען ווען יענער זאגט "נייס טו ביעט יו"... אדער "האווער יו"...

אזויפיל האט מען מיך געזאגט אז איך זאל צוגרייטן OU פעפסי... איך בעט ענק מאכטס נישט קיין חילול השם, עטץ דארפטס פארשטיין ביי דעי אידן איז OU אזויווי ביי אונז התאחדות.

מעג איך אים פרעגן צו ער ווייסט פון די חסידישע פאליטיקס? איך בין עכט נייגעריג מיט וועם ער האלט. וויאזוי א "פרעמדער" קוקט עס אן.

אויך, היות איך בין אביסל פארקילט, קען מען סתם אזוי היסן? אדער מען מוז עפעס זאגן נאכדעם?

ווען ער קומט אריין מוז איך פארדעם אריינגיין און אים האלטן אפען די טיר? און ווען ער זאגט "טענקיו" דארף איך זאגן שטיל "יו וועלקאם" אדער הויעך? אדער גארנישט?

יוי! פליז העלפטס מיך! איך מוז אויסזען פראפעשענעל! מען רעדט דא פון שווערע געלטער.

(די אשכול איז אין פארברענגען ווייל די פעפסי וועט עס מאכן אויסזען אביסל ווי א פארברענגען, עכט איז עס ריעל ביזנעס!)

Advertisement

דאנערשטאג דצמבר 24, 2009 12:11 pm

חחחחחחחחחחחחח
יוי איז דאס אן אויסשיס געוועזן...

די ערשטע כלל איז טו דיר אן א נעק-טיי, אן דעם איז נישטא קיין ביזנעס.
האלט א רענצל אין האנט פול עס אן מיט אומנויטיגע דאקומענטן, דאס איז א מאסט (נישט כשר לפסח).
אויב זאגסטו אים "נייס טו ביעט יו"... זיי נישט סורפרייזט אז ער דרייט זיך אויס און וואקט ארויס.

אגב, איז דאס די ערשטע מיטינג פון גוגל?

דאנערשטאג דצמבר 24, 2009 12:33 pm

שוועמל האט געשריבן:
האלט א רענצל אין האנט פול עס אן מיט אומנויטיגע דאקומענטן, דאס איז א מאסט (נישט כשר לפסח).
אויב זאגסטו אים "נייס טו ביעט יו"... זיי נישט סורפרייזט אז ער דרייט זיך אויס און וואקט ארויס.

אגב, איז דאס די ערשטע מיטינג פון גוגל?


וואס הייסט אומנויטיג? א דברי יואל מעג איך מיטנעמען? איינער זאגט מיר אז די סברה איז פונקט פארקערט, ווען זיי זעהן אז מען איז שטאלץ מיט די שיטה קוקן זיי דיך ארויף, באט איי דאונט שטינק סאו.

וועגן די מאטיוון פון די מיטינג, עס איז קאנפידענשעל, און דער איז נאו וועי אז איך זאל קאמענטירן דערויף, סארי.

דאנערשטאג דצמבר 24, 2009 12:40 pm

איז דא א ערגעץ נעקטיי גמ"ח? איך גלייב אז אין פלעטבוש איז זיכער דא, עני סוזסזעסטשאן... שאקס... "סוגזעסטשאן"?

דאנערשטאג דצמבר 24, 2009 12:46 pm

איך האב א נעקטיי אינדערהיים וואס איך נוץ פורים, כ'קען דיר עס בארגן.

די זאך איז דו עקסט גוט נאר דו ווילסט עס מאכן פראפעשענאל, איך מיין אבער זאלסט עס לאזן אזוי. קיינער גלייכט נישט די געמאכט מעשיות.

דאנערשטאג דצמבר 24, 2009 12:51 pm

1) קודם באגריס אים מיט זיין מאמע לשון.

למשל אויב איז ער א אונגערישער זאג "באלאנד".

אויב איז ער א ספאנישער זאג "לאקא".

א.ד.ג., דאס וועט אים מאכן זיך שפירן "ווי אינדערהיים".


2) נאכן זיך באגריסן פרעג אים שטילערהייט "וואס איז דיין ניק?", אויב קוקט ער דיך אן מיט קעלבערנע אויגן און פרעגט "וואס??" זאג אים "נעה, גארנישט גארנישט", און פארדריי שנעל דעם שמועס.

ווידעראום אויב ווערט ער רויט לאז אים נישט ארויס איידער ער זאגט דיר זיין ניק. (כ'האב א חשד אז מען רעדט דא פון וויכי אדער צום זאך, סאו מאך זיכער געוואויר צו ווערן).


3) אז דו ביסט פארקילט איז דאך גוט, נעם מיט א טאשטיכל (אויב דו ווייסט נישט וואס דאס איז, אזא שמאטע וואס די זיידעס פלעגן האלטן יום כיפור אין שוהל), מאך זיכער אז עס זאל זיין אנגעבלאזן אויף אלע זייטן, און ווען דו מאכסט א "האפטשו" לייג ארויף די רעכטע האנט אויפן נאז, און מיט די לינקע האנט נעם עס ארויס פון בוזעם טאש און הייב אן צו זוכן א ליידיגע פלאץ וואו זיך אריינצואווישן.

ווען דו ענדיגסט זאג אים מיט א העפליכן שמייכל " אנטשולדיגט, ס'איז געווען נאטורליך..".


4) אינמיטן די מיטינג מאך זיכער אז דיין סעלפאון זאל קלינגען כאטשיג איינמאל אין דריי מינוט, וכל המותר מוסיפין. דאס וועט דיר מאכן א איינדרוק פון א וויכטיגע ביזי מענטש. (אויך איז נוגע דא דעם נעקסטן סעיף).


5) נוץ הויכע ווערטער וואס דו אליינס פארשטייט אויך נישט, רעד פון מיליאנען ווי א שפיי, ווען מ'רעדט פון באצאלן זאג נישט "באצאל מיר 15 טויזענט דאללער", נאר אנשטאט זאג "אקעי סיר, ווייער מיר אריין א פופצן אלפים אין מיין טשעיס אקאונט".


6) טאמער באמערקט ער נישט די פעפסי אויפן טיש, מאך זיכער אז ס'גיסט זיך אויס.

דאנערשטאג דצמבר 24, 2009 2:06 pm

שכויח שמערי ;l;p-

דאנערשטאג דצמבר 24, 2009 2:18 pm

פירסט אוו אלל קום אן אהין מיט א "בייק" עס מאכט זייער א פראפעסינאלע לאק..

נאכדעם דארפסטו האבן אפאר ווערטער וואס דו דארפסט האלטן אין איין אריינוואפן כסדר אין יעדע סענטנס - אפגעזעהן צו ס'קומט אריין דארט צו נישט - ווצב"ש:

איך פלאן צו עפענען א נייע באנק דא אין קנארסי יו נאו .. (- you know למספ') איך האב שוין גערעדט מיט בען בערנאנקי און הי וואז לייק (נאכאמאל-) יו נאו.. ער האט עס פארגעשטעלט פאר אבאמא און (אויך-)הי וואז לייק יו נאו..
בקיצור, איך האב נישט יעצט קיין צייט, בוט יו נאו.. כאפסט ס'עך מיין צו זאגן.. הא? שמערי, זיי עמ'ס בעסער מסביר..

דאנערשטאג דצמבר 24, 2009 3:17 pm

ששממעעערררייי!!!!

ענד אלל אוו יו!

דאנערשטאג דצמבר 24, 2009 3:36 pm

יישר כח שמערי, צום זאך א גוטע איידיע, איך גיי כסדר אריינווארפן אזאלכע ווערטער ווי "בעיסקלי באשטייט מיין פאליסי..." אדער: "עקטשעלי נישט ער נאר א צווייטער"...

אויך: ס'מאכט סענס אנצוהייבן מיט א דבר תורה פונעם בריסקער רב? גיין געקנעפלט פון לינקס אויף רעכטס? ער וועט כאפן אז איך בין חסידיש? (מיין פלאטשיגע הוט וועל איך סייווי נישט אנטון, און עס איז דא אסאך ליטווישע וואס גייען מיט לאנגע פיאות)

דאנערשטאג דצמבר 24, 2009 3:55 pm

נע. וויפיל איך האב פראבירט צו אנשטעלן א ערנטער פנים דא האט מיר עסנישט געארבייט און איך האב ווידער אויסגעשאסן אין א געלעכטער. איר זענט מאסיוו.

יעצט צום ענין:

גרויזאמער. עס איז זייער וויכטיג ווען יענער קומט אריין אז ער זאל אנטרעפן דעם סעקראטערי דייקא און נישט דיר פערזענליך, דאס וועט מאכן אן איינדרוק ווי אלעס פארט אויף א סיסטעם און עס גייט מיט א סעקראטערי, נישט אז די ביסט אליין אין ביזנעס דא. כאפסט? די מיסט אום לאזן ווארטן 5 מינוט אינדרויסן און דערנאך זאל דיין סעראטערי ארויסקומען און אום זאגן אז די ביסט שוין גרייט אום אויפצונעמען. (זינט די האסט נישט קיין סעקראטערי קענסטו מעגליך ניצן 'סמארט-טעק' און ניצן א סעקראטערי פון זיי..)

שינית. פרעג אום אויב ער דארף א קאווע. געווענליך דארפן זיי נישט אלזא איז דאס נישט קיין פראבלעם. אויב דארף ער יא, דאן שיק שנעל דיין סעקראטערי קויפן איינס. (די סעקראטערי טוט דאך סייווי גארנישט, זי איז בלויז דא אום אויפצונעמען)

דריטענס. א דבר תורה איז אייביג גוט. יענער פארשטייט סייווי נישט גארנישט (ער איז א דראופ אוט פון לעקוואד אויב געדענק איך גוט) אבער ער וועט שאקלן מיטן קאפ עניוועי מאכענדיג אן אנשטעל אז ער פארשטייט. אלזא קענסט אום נאכזאגן א שטיקל 'על הגאולה' אויך.

באלד וועט קומען נאך. איך בין נאר יעצט אנגעקומען צו א מיטונג ביי איינעם אין אפיס. קוקט אויס צו זיין גאר א פראפעסינאלער מאן. העמער ממשיך זיין שפעטער.

דאנערשטאג דצמבר 24, 2009 4:20 pm

גרויזאמער??? כ'מיין גרויזאמערס סעקרעטערי (וואס זיין ניק?..) וואס די מצב ביי די מיטונג? ס'קוקט אויס ווי א סוקסעס?
אויב איז ער נאכנישט אנגעקומען האב איך אפאר הערות מוסיף צו זיין..
לאמיך וויסן עס סאן עס פאסיג..

דאנערשטאג דצמבר 24, 2009 4:34 pm

דאס איז זיכער אז דיין עכטע נאמען גרויזאמער זאלסטו ניש ניצן......

דאנערשטאג דצמבר 24, 2009 4:38 pm

רעדסט וועגן ווייזן פראפעשענל? הו, איך בין וואו א מחותן דא,

איז אזוי, פאנג אן מיט WHO ARE U
דאס מיינט וויזוי פילסטו?
דעס געט אזא אימפרעשען וואו די אינטערעסירסטוך אויף זיין געזונט צושטאנד, ס'געט זייער א גוטע פילינג,

פיאות וואלט איך געראטן זאלסט ארויף לייגן אויף די אויער, גלעזער איז גוט דאס וואס די טראגסט, זיי האבן ליב טראדישען,

עסן קנאבל פאר די מיטינג איז אויך זייער פראפעשענל, ס'געט א היימליכע שמעק אונעם שטוב,

סיינען די קאנטרעקט מיט א מארקער,
און וואו מער געפאטשקאט, אזוי וועלן זיי טראכטן אז די ביסט א דאקטער און וועגן דעם איז דיין שריפט פארקאטשקעט,

וואס נאך.... אמ... יא, קראצען די פיס איז נא נא,

אקעי איך מיין אז בעסיקלי זענען מיר דורך אלעס,

לאז וויסן די רעזולטאטן.

דאנערשטאג דצמבר 24, 2009 4:52 pm

הייב למשל אן אזוי ווי יואלי שטויבער.

"מיין נאמען איז יואלי גרויזאמער פון איי-וועלט דאט קאם...".

וועגן די סעקרעטערי פרעג אן אינעם עזרת נשים פארום. מעגליך אז קרעמער (נישט דער ניק, די עכטע מרת קרעמער) וועט וויסן פון א סעקרעטערי וואס זוכט א וואן-טיים דשאב.

וועגן א דבר טויער קען איך דיר נישט ענטפערן, זינט מיין פלאפ מיט מיין מחותן ווען איך האב געמיינט אז ער פארשטייט נישט קיין מילי אחת אין גמרא, און כ'האב אים געזאגט א פשט'ל מיט געשאסענע ווערטער ווי "זאגט אבער דער רשב"א אז חצי שיעור איז נישט מצוה הבאה בעבירה, ווייל דער רא"ש האלט דאך אז זה נהנה וזה נהנה לא מיקרי בר נש" וכו' וכו'... אבער ווי פארפריטשמעליעט בין איך געווארן ווען איך בין געוואויר געווארן אז ער פארשטייט שוין איינמאל...

דעריבער וואלט איך דיר נישט געבראטן צו זאגן א דבר טוירה, ווייל דו קענסט קיינמאל נישט וויסן צו ער פארשטייט (מיין שווער איז אויך געווען א לעיקוואד דראפ אוט...)

דאנערשטאג דצמבר 24, 2009 5:24 pm

my gosh was i surprised to meet big-hammer, i acted so naturally that you couldn't tell he prepared himself via ivelt

דאנערשטאג דצמבר 24, 2009 6:46 pm

איך טרעף מיר א סאך מיט די אזוי געריפענע פראפעיסיניעלע חברה איינע פון די זאכען וואס זיי האבען זייער ליב איז ווען מען האט א שיינעם נאמען אזוי וויי גרויזי נישט גרוזאמער פארשטייסט וואס איך מיין.

נאך איין זאך איז אז די חברה פייגערען פאר בערי קליין'ס עסען

דאנערשטאג דצמבר 24, 2009 6:50 pm

דשאבע, איך האב אנגענומען פאר א פשטות אז אזא מיטינג וועט נישט פארקומען ערגעץ אנדערש ווי ביי בערעלע קליין...

דאנערשטאג דצמבר 24, 2009 7:32 pm

שערקויעך קרעמער פאר די פיינע נייעס,

גרויזי האסט געפאלגט די אנוייזונגען?

דאנערשטאג דצמבר 24, 2009 8:19 pm

וועלכע קרעמער האט דא געשריבן די ניק קרעמער אדער 'די עכטע מרת קרעמער' פון עזרת נשים פארום...

דאס איז טאקע א פראפעשאנעל מיטינג געווען.

מאנטאג ינואר 04, 2010 3:59 pm

גוט צוזאם געלאכט דא, יישר כחכם.

זונטאג ינואר 10, 2010 10:55 pm

נאכ'ן זיך ראגלען פאר געלעכטער דא, האלט איך, אז דו זאלסט זיין פלעין ארגינעל.

דינסטאג פבואר 08, 2011 5:24 pm

אריינגעבלאנזשעט דא, איי געלאכט, און נאכאמאל געלאכט!

גרויזי; האסט קיינמאל געלאזט וויסן ווי אזוי די מיטינג איז געווען...

דינסטאג פבואר 08, 2011 6:24 pm

און איך האב געמיינט אז מ'האלט שוין ביי אדר ב', יוששש דו ביסט מאסיוו גוט. איך ווייער דיר אריין א גרינע מענטשעלע..

דינסטאג מאי 31, 2011 5:35 pm

כאכאכאכאכא און איך לאך נאך איצט. :lol:
שרייב א תגובה

Advertisement