בלאט 1 פון 1
ווען לייגט איר זיך שלאפן געווענליך ביינאכט?(אנקעטע 2 פון 20)
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 22, 2009 12:05 pm
דורך ניק לאז
ווען לייגט איר זיך שלאפן געווענדליך יעדע נאכט?
כ'זעה אז אסאך תגובות ווערן דא געשריבן במשך די נאכט, כ'וואונדער מיך אויף וואס זיי וועלן שטימען

אפשר ארבעטן זיי ביינאכט און שלאפן בייטאג

אקעי וועליך אויך צולייגן נאך צוויי אפשענס..
http://www.yiddishworld.com/forum/index ... =viewtopic
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 22, 2009 12:09 pm
דורך והוא פלאי
חסר הברירה איך האב נישט קיין כלל, כי יש אנשים כאלו, ויש אנשים שיש להם כלל לא מוקדם מזמן ולא יאוחר מזמן, אבל בתוך זה הזמן אין געווענליך, ואני הקטן קען ענטפערן, עני טיים פון זיבען, ביז אינגאצען זיך נישט לייגען און פאלען אויף דער נאז דעם נעקסטען טאג.
ועוד חסר מה פי' געווענליך
ועוד חסר להבנת הנושא, ווען ווילסטו, כי יש אנשים שקורים געווענליך מה שרוצים, אבל למעשה זה קורה רק אחת לששים או לשבעם שנה.
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 22, 2009 12:13 pm
דורך שוועמל
האסט אויסגעלאזט מיין אפציע:
כ'ארבייט ביינאכט און בייטאג
כ'שטום נישט.
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 22, 2009 12:20 pm
דורך קרעמער
געשטומט אויף 1
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 22, 2009 12:36 pm
דורך יוסלמאן
געשטימט אויף 10:30 אבער מ'פורביר מיר פריער. קרעמער איר מיינט עס ערענסט? אויב יא, אשריך וטוב לך, כ'גלייב אז דער שיעור גמרא פארטאגס איז עפעס געוואלדיג, מי יתן!
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 22, 2009 12:38 pm
דורך קרעמער
יוסלמאן;
איך רעד פון 1 אזייגער...
(אלס בחור האב איך גראדע געהאט א תקופה וואס איך האב מיך געלייגט 9:00 און אויפגעשטאנען 6 שעה דערויף. דער מגיד שיעור פון נאכמיטאג האט אבער שוין נישט געשעפט צופיל נחת פון מיר).
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 22, 2009 12:43 pm
דורך סתם_אזוי
קרעמער, גוט....
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 22, 2009 12:45 pm
דורך יוסלמאן
אוי, ס'דאך בושות?
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 22, 2009 2:30 pm
דורך קריאת שמע
געשטומט נאך דרייע קענסט עס נאכטשעקן ביי מיינע תגובות
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 22, 2009 5:03 pm
דורך זיס
פון זיבן ביז צוויי
איך שלאף פינף שעה א מעת לעת, איך פראביר זיך צו לייגן ווי פריער און אויפשטיין ווי פריער
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 22, 2009 11:16 pm
דורך גרוש
איך האב נישט קיין צייט, איך האב נישט קיין צייט צו שלאפן, ווען איך שלאף איין שלאף אמאל בין איך אויף ביז 6 אמאל ביז 2 און אמאל ביז 11
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 22, 2009 11:25 pm
דורך צום זאך
הייסט אז די יעצטיגע תגובה איז געשריבן געווארן אינמיטן שלאף?
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 28, 2009 2:33 pm
דורך אלף בית
איך לייג מיך 10:30 - אבער נאר ווינטער
זוממער געווענליך שפעטער.
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 28, 2009 4:16 pm
דורך צייטליך
געשטימט 12:30
געווענליך איז עס צווישן 12 און 1. אלזא האבן מיר געמאכט א עוורידזש..
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 28, 2009 4:43 pm
דורך אלף בית
צייטליך האט געשריבן:געשטימט 12:30
געווענליך איז עס צווישן 12 און 1. אלזא האבן מיר געמאכט א עוורידזש..
דאס הייסט צייטליך. (מקען עס ליינען בתמי' און בנוחתא, וויאזוי מ'האלט)
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 28, 2009 5:08 pm
דורך ראמני 08
צייטליך האט געשריבן:געשטימט 12:30
געווענליך איז עס צווישן 12 און 1. אלזא האבן מיר געמאכט א עוורידזש..
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 04, 2010 1:14 pm
דורך איך_הער
דאכצעמער אז אזא אנקעטע איז שוין אויך געווען.
דערווייל געשטימט מיטן רוב.
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 05, 2010 9:36 pm
דורך סאכדעס
יא, יאכער האט רעכט, די אלע (רוב זיכער) אנקעטעס וואס דער ניקלאז קומט אויף מיט, זענען שוין אמאל געווען. סאו יאך וואוט נישט דא.
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 27, 2010 4:15 am
דורך טהור-עיניים
איך ווייס נישט ווען, אבער איך ווייס יא אז יעצט בין איך נאך אויף
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 08, 2015 2:29 am
דורך נגיד
טהור-עיניים האט געשריבן:איך ווייס נישט ווען, אבער איך ווייס יא אז יעצט בין איך נאך אויף
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 08, 2015 12:40 pm
דורך לטובה ולברכה
האסט ארויף געברענג א אנקעטע פון פאריגע דור
פאר ביסט געווארן א נגיד