גריסן און שמועסן
פרייטאג יולי 10, 2015 1:59 pm
אלע יארן פלעגט ער שרייבן טאגביכער פון די באזוכער
Advertisement
מיטוואך יולי 15, 2015 4:55 pm
ס'איז נישט אידישלעך צו glorify עשירות אין היימישע אויסגאבעס, קודם האט עס די עמי געטוהן מיט זייער לאנטש ברעיק, אונטערן שלייער פון 'ברענגן נוצבארע עצות', למעשה איז עס אויסגעשטעלט אויף א אופן ווי מ'גיבט א פלאטפארמע פאר א עושר אויסצופראקן זיין עשירות ברבים און דער עולם זאל זאגן wow,
איצט זעה איך אז דיר מאמענט טוט דאס זעלביגע, מיט דעם 'נגיד' בראך,
מיטוואך יולי 15, 2015 7:15 pm
אז לכבוד שבת דארף מען היינט שערן די נעגל, פרייטאג איז ראש חודש.
דאנערשטאג יולי 16, 2015 12:50 am
גערעכטער האט געשריבן:אז לכבוד שבת דארף מען היינט שערן די נעגל, פרייטאג איז ראש חודש.
ע"פ הלכה מיין איך איז מער אויסגעהאלטן צו שערן מארגן דאנערשטיג ווייל ס'נענטער צו שבת
#הלכה אשכול
דאנערשטאג יולי 16, 2015 7:28 am
דאנערשטאג יולי 16, 2015 7:39 am
כמדומה לי אז אז איך האב אמאל געליינט אז די רביים לבית סאטמער דער ברך משה זצ״ל ולמעלה האבן געשניטען די נעגל אום פרייטאג אפילו ווען עס איז געווען ר״ח, און יענער האט צוגעברענגט א טעם פון פריערדיגע..
מעגליך עס האט זיך גערעדט פון פרייטאג חוה״מ און נישט פרייטאג ר״ח??
דאנערשטאג יולי 16, 2015 7:41 am
מה ענין חוה"מ לר"ח?
כפי ידיעתי האט דער רבי נישט געשניטן חוה"מ קיין נעגל.
דאנערשטאג יולי 16, 2015 8:09 am
שמעתי אז מרן מהר''י ט''ב זי''ע פלעגט ''פארגעסן'' פרייטאג ראש חודש, און פלעגט זיך שערן די נעגל.
דאנערשטאג יולי 16, 2015 11:32 am
בוידעם האט געשריבן:שמעתי אז מרן מהר''י ט''ב זי''ע פלעגט ''פארגעסן'' פרייטאג ראש חודש, און פלעגט זיך שערן די נעגל.
כך שמעתי גם על הברך משה ז"ל - מי יבא בסוד קדושים
פרייטאג יולי 17, 2015 1:49 pm
איך האב איינגעזען אז דארט איז די בעסטע גרעפיקער היינט צוטאגס
פרייטאג יולי 17, 2015 1:51 pm
אקעי
פרייטאג יולי 17, 2015 2:30 pm
טאנע בייגל האט געשריבן:איך האב איינגעזען אז דארט איז די בעסטע גרעפיקער היינט צוטאגס
וואו דארט?
פרייטאג יולי 17, 2015 2:32 pm
זעסט נישט?
זונטאג יולי 19, 2015 1:50 am
׳זעסט׳ איז אויך גוט אבער דארט איז שענער
זונטאג יולי 19, 2015 4:21 pm
ערשט אין אכט גענומען דעם "מזל מידיע" געהענגל (מיללער האט רעכט צ"ל מידיא ואכמ"ל).
א שיין הערליך געהענגל מיט א זאפטיג פראפעשאנאלן טעם, פליסיג ציענד הומאר צו דער מאס, וואס נאך?...
אן העכט געלונגען ערזאץ אויף די מיט טריאומפף באגריסנדע געשרייב פון די טעאטער שרייבער וואס מחמת חוסר ידיעה וואו און בעיקר וואס נאך ווערן געשריבן (אדער טראץ? עה... ניין!) האלזן דאס מאנכע ארום.
והמבין יבין...
זונטאג יולי 19, 2015 5:02 pm
אז
די אשכול האלט שוין ביי כמעט 100 זייטען, און מ'האלט נאך פארן אנהויב.
זונטאג יולי 19, 2015 8:02 pm
איינס פון אייוועלט'ס מעלות איז אז מ'קען נישט לאזן קיין וואויס נאוטס!
זונטאג יולי 19, 2015 8:03 pm
ווען יא?...
דינסטאג יולי 21, 2015 11:47 am
כ'האב הנאה פונעם ניק 'חניוק', ער האט גענומען אויף זיך א הייליגע מיסיע פון שמיטה און ער גיט נישט אויף.
כה לחי !
מיטוואך יולי 22, 2015 6:55 am
בוידעם האט געשריבן:שמעתי אז מרן מהר''י ט''ב זי''ע פלעגט ''פארגעסן'' פרייטאג ראש חודש, און פלעגט זיך שערן די נעגל.
שקר וכזב (אולי אמת ששמעת).
קברנה סובניון האט געשריבן:כך שמעתי גם על הברך משה ז"ל - מי יבא בסוד קדושים
ג"כ שקר (ג"כ אולי אמת ששמעת).
הרה"ק משיניווע סיפר כך על הרה"ק הרבי ר' צבי הירש מרימנאוו זי"ע.
מיטוואך יולי 22, 2015 7:58 am
פון וואנעט זענט איר אזוי זיכער אז עס איז שקר??
מיטוואך יולי 22, 2015 11:41 am
בוידעם האט געשריבן:פון וואנעט זענט איר אזוי זיכער אז עס איז שקר??
פרייטאג יולי 24, 2015 1:58 pm
קברנה סובניון האט געשריבן:בוידעם האט געשריבן:פון וואנעט זענט איר אזוי זיכער אז עס איז שקר??
ער גייט אונם רעבינס דרך אז א מעשה וואס איז קעגן דעם שו"ע דארף מען אפלייקענען אפילו מען ווייסט זיכער אז עס איז אמת,שמא ילמדו אחרים ממנו, וברט ביי די רבי ז"ל ווי אסאך וועלן זיכער נאכטוען
קענסט נישט די מעשה פון יענער [ א פרישע יונגערמאן וואס איז שוין געבוירן אין די סוף מ'] וואס האט זיך געבייזערט אויף זיין רעביצען אין א ליבערמאנס קאר סערוויס זאגט אים די דרייווער האסט שלום בית פראבלעמען אבער כאטש נישט אין מיין געגענווארט האט ער אים געזאגט שלום בית פראבלעמען ח"ו, דו ווייסט נישט אז דו רבי ז"ל פלעגט זיך בייזערן ביים פארען [זעט אויס אז אייינער האט אים אזוי איינגערעדט, און ער ווי א שוטה האט עס געגלייבט,] [שמעתי מפי הדרייווער]
פרייטאג יולי 24, 2015 3:43 pm
אמת טאקע אז מ'טאר נישט פארציילן א מעשה וואס איז קעגן די הלכה
(למעשה אבער זעט יעדער אז די רבי האט נאר 'פארגעסן' נישט לכתחילה געגאנגען שניידן, לכן ווייסט מען אז ס'נישט פאר אונז צו טון למעשה)