א גאסט אויף א ווייל... ** (צוגעלייגט אן אנקעטע) **

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

זאל מען אינסטאלירן א 'דאנק' קנעפל?

יא. (ס'נעמט נישט אוועק די אפציע צו מגיב זיין)
355
66%
ניין.
36
7%
יא, און אויך קורצע קאמענטס
122
23%
עס איז מיר נישט קיין חילוק
22
4%
 
סך הכל שטימען: 535

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

דאס איז זיכער אז אויב מאכט מען די לייק סיסטעם זאל א פרעמדער נישט קענען זעהן אויף א צווייטן ניק וויפיל ער האט געלייקט אדער געלייקט געווארן.

די אמת איז אבער אז ביידע זענען גערעכט, א לייק סיסטעם האט מעלות, סיי אז מער מענטשן גייען לייקן, ווי אויך וועט מען האבן ווייניגער קליינע תגובות.
מאידך גיסא איז עס נישט נאר לטובה,
קודם גייט מען האלב תגובות זיין ביזי איבער לייקס, אדער מסביר זיין פארוואס מ'לייקט, ס'גייט זיכער שוואך ווערן מיט די צייט, און נאכדעם וועט עס אסאך אוועקנעמען פון די חן.

דארף מען נאר זעהן וואס וועגט איבער.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
אוועטאר
OverSize
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2014 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך OverSize »

איך האב גשטימט אויף נישט קיין חילוק אבער נאכן ליינען דא זע איך אז יא איט איז. איך בין נישט גוט אין שרייבן אידיש סאו איך שרייב נישט אבער אסך מאל איך האב הנאה פין א ארטיקל וויל איך ארויס ברענגן אז איך האב הנאה גהאט אבער ווי געזאגט איך בין נישט גוט אין שרייבן אידש אבער מיט א לייק קנפעל וועט מען קענן ארויסברענגן אז חבר איך האב הנאה גהאט, אבער מזאל נאר קענן לייקן יענע פאסט
לעצט פארראכטן דורך OverSize אום דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 12:42 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

leiby האט געשריבן:דאס איז זיכער אז אויב מאכט מען די לייק סיסטעם זאל א פרעמדער נישט קענען זעהן אויף א צווייטן ניק וויפיל ער האט געלייקט אדער געלייקט געווארן.


RT
אוועטאר
ווארד
שר האלף
תגובות: 1004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 10, 2013 12:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד »

אפשר קען מיר איינער מסביר זיין וואס דאס מיינט "א ניק" ווערט געלייקט, איך האב אלץ פארשטאנען אז מען רעדט פון "לייקן" קאמענט'ס, נישט קיין ניק'ס.

מען רעדט אפשר פון א סורטש אפציע מען זאל קענען זוכן ווער עס האט געלייקט וואס?
עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!

דאן רופט זיך אן דא:
אנקעטע: דאנק קנעפל
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28042
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

ווארד האט געשריבן:איך הער אייער מיינונג, ווילאנג איך וועל דאס נישט אויספרובירן און איינזעהן די גערעכטיגקייט פון אייערע רייד וועל איך האלטן אז עס איז נישט אזוי.

לכאורה האט געשריבן:ווען עס וואלט געווען א לייק קנעפל, וואלט איך געלייקט די תגובה

פיר אויס, און יעצט אז עס איז נישטא קיין לייק קנעפל...
- דארף מען מאכן איינס, אדער
- איז גוט אזוי (פאר א סיבה לייקסטו וואס ער שרייבט, נישט אזוי?)

וויבאלד עס איז נישט דא קיין לייק קנעפל, האב איך צוגעשריבן

פילייכט מיט די אנוועזנהייט פון א לייק קנעפל, וואלט איך בלויז געלייקט און גארנישט צוגעשריבן.
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4478
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

אונטער יעדע געלונגענע מאן שטייט א געטריי..
אוי סארי.. אונטער יעדע פיינע קאמענט שטייט א געלונגענע ניק, איז קען מען ביי די אנדערע זייטלעך זען ב יעדע ניק ווויפיל לייק'ס זיינע תגובות האבן שוין באקומען און וויפיל ער האט געגעבן פאר אנדערע.
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
אוועטאר
ווארד
שר האלף
תגובות: 1004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 10, 2013 12:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד »

לכאורה האט געשריבן:פילייכט מיט די אנוועזנהייט פון א לייק קנעפל, וואלט איך בלויז געלייקט און גארנישט צוגעשריבן.
און דאן וואלט איך געווען זייער צופרידן, ווייל איך וואלט גלייך געוואוסט וואס איר ווילט און מען וואלט זיך געשפארט (איך און די ליינער דא) עטליכע קאמענט'ס איבער דיינע ווערטער וואס זענען באמת גארנישט מוסיף אויף וואס עס איז שוין געזאגט געווארן.

------
דרך ארץ האקט,
אה פארשטיי איך שוין, איך בין ב"ה נישט געווען אויף די אנדערע זייטלעך האב איך נישט געוואוסט פון וואס מען רעדט, יישר כח פארן קלאר מאכן.

אוי, יעצט מוז איך שוין קאוטן לכאורה, זאל זיין א כפרה
לעצט פארראכטן דורך ווארד אום דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 1:20 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!

דאן רופט זיך אן דא:
אנקעטע: דאנק קנעפל
אוועטאר
ווארד
שר האלף
תגובות: 1004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 10, 2013 12:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד »

עס פאלט מיר יעצט איין, אז די דאנק קנעפלעך וועלן זיין בערך אזוי קראנט ווי די אנקעטעס, אין מיינע אויגן איז א אנקעטע א שטארקע זאך, כאטשיג עס איז דא אסאך וואס שטימען לויט געוויסע זייטיגע אינטערעסען נישט מיטן אמת, והוא הדין מיט א לייק קנעפל.

איך טראכט נאר הויך
עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!

דאן רופט זיך אן דא:
אנקעטע: דאנק קנעפל
אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכטי1 »

געשטימט אויף יא, אז מ'לייקט א גוטע ארטיקל קען מען נישט נאכדעם שרייבען "געוואלדיג" נאך כ'על מוזען שרייבען עפעס צום זאך אויף דעם...
אוועטאר
והנה און נון
שר האלף
תגובות: 1142
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 24, 2012 3:02 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והנה און נון »

מכטי1 האט געשריבן:געשטימט אויף יא, אז מ'לייקט א גוטע ארטיקל קען מען נישט נאכדעם שרייבען "געוואלדיג" נאך כ'על מוזען שרייבען עפעס צום זאך אויף דעם...

;l;p- (זאל יעדער קראכן יעצט. אריינגעקליקט בלויז צו זען מיין גרינע הענטעלע) :P
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

והנה און נון האט געשריבן:און פארוואס זיך נישט רעכענען מיט טירחא דציבורא וואס איז דער ענין פון באלמוטשען די ליינער צו קליקן ווען מ'זעט א נייע תגובה נאר זיך צו דערזען מיט נאך 'א גרינע' אדער א 'בלי מילים' אדער 'גוט געזאגט', מ'קען דאך צופלאצט ווערן רבונו ש"ע.
והנה און נון האט געשריבן: ;l;p- (זאל יעדער קראכן יעצט. אריינגעקליקט בלויז צו זען מיין גרינע הענטעלע) :P


איר האט א טעות.. פאר איינעם וואס איז און די זאך באדערט נישט די גרינע הענטליך, והא ראיה מען טוט עס נאך.. קיינער זיכט נישט דא נערוועז צו מאכען איינער דעם צווייטען...

פאר אייך - לויט איר האט געשריבען אין א אנדערע אשכול - אז איר שרייבט ערגעץ אנדערש אויך און דארט איז אייער פריימערי רעזידענטס, באדערט אייך די סארט תגוגבות ווייל איר זענט דא נאר אויף א טובל און ארויס צו כאפען אפאר גיטע תגובות און גיין, משא״כ פאר אנדערע וואס זענענן אינעם שמיעס און זענען אין די זאך באדערט נישט די סארט תגובות, ודו״ק והבן.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30493
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

איך ביו מוחה אז מ'טשעפעט א ניק [אפילו ס'איז ברמז!].
כ'מיין אז ער האט געשריבן אז ער האט געמאכט א דזשאוק און עכט שרייבט ער שוין נישט דארט.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

קנאפער ידען האט געשריבן:איך ביו מוחה אז מ'טשעפעט א ניק [אפילו ס'איז ברמז!].
כ'מיין אז ער האט געשריבן אז ער האט געמאכט א דזשאוק און עכט שרייבט ער שוין נישט דארט.


ח״ו.. מען האט נישט געזיכט צו טשעפן, דשאסט איבערגעשמיעסט זאכען וואס דער ניק האט געשריבען און מסביר געווען אז לפי זה איז פארשטענדליך פארוואס ער האט א נישט ריכטיגע בליק אויף די נושא..

און זיי נישט מוחה אויף א ספק טשעק יענע אשכול בעפאר ביסט מוחה.
אוועטאר
והנה און נון
שר האלף
תגובות: 1142
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 24, 2012 3:02 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והנה און נון »

מחותן האט געשריבן:
והנה און נון האט געשריבן:און פארוואס זיך נישט רעכענען מיט טירחא דציבורא וואס איז דער ענין פון באלמוטשען די ליינער צו קליקן ווען מ'זעט א נייע תגובה נאר זיך צו דערזען מיט נאך 'א גרינע' אדער א 'בלי מילים' אדער 'גוט געזאגט', מ'קען דאך צופלאצט ווערן רבונו ש"ע.
והנה און נון האט געשריבן: ;l;p- (זאל יעדער קראכן יעצט. אריינגעקליקט בלויז צו זען מיין גרינע הענטעלע) :P


איר האט א טעות.. פאר איינעם וואס איז און די זאך באדערט נישט די גרינע הענטליך, והא ראיה מען טוט עס נאך.. קיינער זיכט נישט דא נערוועז צו מאכען איינער דעם צווייטען...

פאר אייך - לויט איר האט געשריבען אין א אנדערע אשכול - אז איר שרייבט ערגעץ אנדערש אויך און דארט איז אייער פריימערי רעזידענטס, באדערט אייך די סארט תגוגבות ווייל איר זענט דא נאר אויף א טובל און ארויס צו כאפען אפאר גיטע תגובות און גיין, משא״כ פאר אנדערע וואס זענענן אינעם שמיעס און זענען אין די זאך באדערט נישט די סארט תגובות, ודו״ק והבן.

נאך אמאל? איך האב דאס ערגעץ געשריבן אדער אפשר חלומ'ט איר?
מיר באדערט נישט א גרינעם הענטל ווען ס'קומט מיט געשריבען עפעס צום זאך. איך בין געווענליך יא אינעם שמועס אפילו איך קאמענטיר נישט צופיל.
אוועטאר
ווארד
שר האלף
תגובות: 1004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 10, 2013 12:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד »

איך פארשטיי נישט גענוי וואס דו מיינסט מיטן זאגן אז עס איז נישט קיין גאנגבארע זאך, דו מיינסט צוזאגן אז עס קען נישט גיין? פארוואס איז דאס אזוי קלאר? אדער מיינסטו אפשר אז עס ווערט נישט באנוצט אין אנדערע פלעצער? דאן וואס האט דאס צו אונז? דא קען דאס יא זיין גאנגבאר.

בכל אופן, דיין אנדערע געדאנק פון געבן אן אויסוואל פון עטליכע זאכן איז אויך נישט שלעכט, אבער בתנאי אז דאס ווערט נישט נאך א געהעריגע קאמענט, נאר אזא קליינע סובקאמענט, וואס ליתר שאת זאל מען עס אפשר קענען קאלעפסן, ווייל די וואס שרייבן נישט יעצט וועלן נישט אנהייבן שרייבן מיט א פרי-געשריבענע קאמענט. אדער קען מען עס מאכן ווי אן אנקעטע מיט עטליכע אויסוואלן ביי יעדע קאמענט אויף וואס צו דרוקן, אדער ווי איינער האט פריער געזאגט קען מען ארבעטן מיט רעטינג'ס וכדומה.
עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!

דאן רופט זיך אן דא:
אנקעטע: דאנק קנעפל
אוועטאר
היפאקריט
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 1:28 pm
לאקאציע: נישט צום געפינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היפאקריט »

מצד אחד ווילן אסאך פשוט זאגן א דאנק און קענען נישט אויפקומען מיט די ריכטיגע דיבורים.. אבער מאידך דורכן זיין געצווינגען צו דאנקען בפה איז דאך דא דערין אן ענין פון העלאת גירה...
קען מען מציע זיין עפעס אזאנס?
מען קען נישט זאגן צופיל דאנקעס מיט איין שאס, אויב לעטסעי ס'שוין דא 10 שקויעחס פון אנדערע, דאן זייט אזוי גוט און שרייבט אפאר ווערטער
אדער אזוי, מען קען אזוי לאנג דאנקען ווילאנג דער פאוסט איז ערגעץ אויבן אן איינמאל עס פאלט אנידער, זייט מקיים מצות טעינה
אדער עפעס ענליכס.. אדער נישט
אולי שוין איינער געשריבן האט והוא רחום וגו'
טרייבט צו מיר יעדעס ביסל צייט וואס איר קענט נאר, איך וועל אייך שטארק דאנקבאר זיין
חתם סופר
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 74#p750174
דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעפרעסט »

געשטימט אויף יא. הלואי מי יתן והי'.
אוועטאר
היפאקריט
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 1:28 pm
לאקאציע: נישט צום געפינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היפאקריט »

או יאמר עד"ז
נאך א 10 דאנקס, זאל דער סיסטעם מוסיף זיין א תגובה און מעלה זיין דעם אשכול, צבש
"10 דאנקעס אפגעגעבן פאר ניק אין 6 שעה אפשניט"
"40 דאנקעס אפגעגעבן פאר ניק אין 3 טאג אפשניט"
טרייבט צו מיר יעדעס ביסל צייט וואס איר קענט נאר, איך וועל אייך שטארק דאנקבאר זיין
חתם סופר
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 74#p750174
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

געשטימט פאר יא.

און אלס א אלט געזעסענער שרייבער אין אייוועלט שוין א שיינע פאר יאר, נאך מימי הקרעטשמע וויל איך דא זאגן אפאר ווערטער איבער דעם גאנצן (נארישן) געפעכט דא.

עס איז שוין א לאנגע צייט וואס עס באדערט מיך אז עס איז נישטא דא אזא אפציע, און איך זאג קלאר אז דאס האלט מיך אסאך אפ פון שרייבן דא. יא עס איז אמת אז א גרויס טייל פון די סיבה פארוואס איך שרייבן היינטיגע צייטן אזוי ווייניג איז נאר ווייל איך האב פלעין נישט קיין צייט דערצו, אבער איך ווייס ביי מיר זייער קלאר אז ווען עס וואלט געווען אזא לייק סיסטעם (אדער וואטעווער דו ווילסט עס רופן, רעיטינגס וואטעווער...) וואלט איך זיך מער אנגעשטרענגט צו שרייבן. און אויך פילע מאל וויל איך באדאנקען א שרייבער, אבער איך טוה עס נישט טאקע פארדעם ווייל איך וויל נישט מער ווי א שקויעח, און מיט א לייק קען איך עס טוהן, אבער גיין שרייבן דערפאר וויל איך נישט.

מער פון דעם קוקט מיר אויס דער גאנצער וויכוח נאריש, איך בין נישט משיג דאס נישט מסכים זיין דערצו.

נאר כדי מען זאל בעסער פארשטיין וואס איך מיין וועל איך געבן א משל למה הדבר דומה. א קעניג האט אמאל געהאט א בן יחיד... אוי, נישט דער משל, אה, דער משל האב איך געמיינט.

א בעל דרשן שטעלט זיך אוועק האלטן א דרשה. ער רעדט א דרייפערטל שעה איבער זייער א אינטערעסאנטער ענין. ער האט זיך פארגעקוקט פאר דעם דריי פיר שעה, (פלאס עטליכע צענדליגער יאר וואס ער לערנט און טוט אין דעם ענין, וואס איז ווי דער הכנה להכנה...) און ענדליך איז אנגעקומען דער טאג און ער רעדט שוין. דער עולם זיצט צוגעשמידט צו די זיצן און מען הערט צו. דער דרשה איז א מעסטער פיעס, איינס אין דער וועלט, סיי אין תוכן און סיי אין דעם דעליווערי. נאך א דריי פערטל שעה (אדער א שעה...) רעדן ענדיגן דער דרשן זיין דרשה, נו, זאל דער אויבערשטער העלפן, בלא בלא בלא, ובא לציון גואל בב"א.

וואס געשעהט יעצט?

נארמאל גיט דער עולם א שריי אויס הויעך "שקווווייייעעעחחחחחח", און דער בעל דרשן וואקסט פאר שמחה. וואס איז געשעהן יעצט, ער איז א בעבי? ער האט ליב כבוד?, ניין, ער איז א פלעינער מענטש און ער דארף וויסן אז דער עולם האט הנאה געהאט, אלזא, ווען ער הערט דעם שקויעח הילעכן אין היכל, ווייסט ער אז דער עולם האט הנאה געהאט. איי האט דען יעדער הנאה געהאט? ניין, אבער אזוי קומט עס, עס איז מענטשליך, און רוב מענטשן ווילן זיין מענטשליך. און דער פאקט איז, אז לויט ווי גוט דער בעל דרשן דרשנ'ט, לויט דעם הילעכט אפ דער שקויעח, דאס איז דער מציאות, ווען דער בעל דרשן לייגט אראפ א מעסטער פיעס, דאן קלינגט דער שקויעח פון דא ביז ווארשע, און ווען ער רעדט שוואכער, איז דער שקויעח שוואכער.

ווייטער, עס זענען אלעמאל דא אפאר מענטשן וועלכע וועלן ווארטן ביז דער עולם וועט זיך אביסל צוגיין און זיי וועלן צוגיין צום דרשן, צו עקסטער, צו אין א קליין קופקעלע און אים פערזענליך באדאנקען, אביסל מער ווי סתם א שקויעח:

אה, ר' בערל, אזוי פיין געווען, ממש דאס האט מען געדארפט הערן, ממש איך באדאנק אייך אזוי פארן קומען איר האט מיך מחי' געווען. אדער, ר' בערל, דער צושטעל פון דעם חתם סופר צו דעם יעצטיגן ענין איז דאך אזוי צו דער זאך, אזא בייפאל, עס איז דאך א גאונות. אדער, ר' בערל, דער מדרש וואס איר האט נאכגעזאגט, און וויזוי איר האט עס פארשטייטשט, דעם ותשחק ליום אחרון, עס איז דאך אזוי פשוט אז דאס האט דער מדרש געמיינט. וגו' וכו'. איינצעלנע וועלן גיין א טריט ווייטער און אנרופן דעם דרשן דעם נעקסטן טאג און איבערשמועסן א שטיקל וואס ער האט געזאגט, אבער דאס זענען שוין ממש יחידים.

צווישן אן עולם פון הונדערט מענטשן, וועלן זיין פיר פינף אזעלכע מענטשן, אפשר צען, אבער נישט מער. אבער דעם גרויסן שקויעח תיכף נאכן דרשה, דאס האט (כמעט) יעדער געזאגט.

למעשה, יעדער פון די אלע זאכן, גיט דעם מענטש כח און מוט צו גיין ווייטער און זיך פארקוקן און זאגן נאך דרשות, עס איז זייער שווער צו זאגן וועלכע איז מער ווערט און וועלכע איז וויכטיגער, ביידע זענען וויכטיג.

יעצט שטעלט אייך פאר ווען אזא בעל דרשן ענדיגט א דרשה, און ענדיגט צו דעם בב"א, און שששששששששששששששששששששששששששששששששששששששששששש קיינער רעדט נישט, קיינער שרייט נישט שקויעח, גארנישט. דער עולם הייבט זיך אויף שטילערהייט און מען גייט אהיים.....................................................

איר קענט זיך פארשטעלן וויזוי דער דרשן וואלט געשפירט. אמת, נאך די דרשה זענען זיבן אינגעלייט צוגעקומען און געזאגט א פערזענליכן יישר כח, און צוגעלייגט זייערע קאמענטארן, און דאס טאקע האט אים געראטעוועט, אבער דאך, ער פילט זיך אפגעפאטשט. גייט אדורך אפאר חדשים און מען רופט אים נאכאמאל פון די זעלבע קהילה האלטן א דרשה, אבער ר' בערל דרייט זיך ארויס, און אזוי אויך דעם נעקסטן מאל און דעם נעקסטן מאל. ענדליך רופט אים אן דער רב אליינס מיטן ראש הקהל אויפן ליין און פרעגט: ר' בערל, וואס איז די מעשה, איר זענט ברוגז אויף אונזער קהילה? איר ווילט נישט קומען מער רעדן ביי אונז.

ר' בערל נעמט זיך די דרייסטקייט און זאגט זיי: אהוביי היקרים איך וועל אייך זאגן דעם אמת. אין א דרשה גייט אריין זייער פיהל ארבעט, און עס איז זייער שווער, עס נעמט צייט, און גאר אפט קומט עס אויפן חשבון פון צייט וואס איך וואלט אפשר געקענט מאכן אפאר טאללער דערויף, בקיצור, עס איז נישט גרינג. נו, אז מען קומט שוין ענדליך אן און מען זאגט די דרשה, מען ענדיגט רעדן פארשוויצטערהייט, ווארט מען דאך צו הערן א קלינגעדיגן יישר כח, פשוט צו וויסן אז דער ציבור האט כאטש הנאה געהאט. און אזוי טאקע גייט עס אין אנדערע קהילות, דער עולם שרייט יישר כח, ווייס איך אז זיי האבן הנאה געהאט, האב איך דעם מוט צו קומען נאכאמאל, ביי אייך אבער, קוקט אויס אז דער עולם איז נישט אינטערעסירט אין וואס איך האב צו פארקויפן, פשוט, מען ענדיגט רעדן, און דער עולם צוגייט זיך אן אפילו א שאקל טון מיטן קאפ, ניטאמאל ווייס איך צו עס איז אפילו אריין אין דעם ערשטן אויער, ווער רעדט נאך פון זיך פארזוימען דארט גענוג לאנג ביזן אנקומען צום צווייטן אויער.

על כן מיינע פריינט, זייט נישט ברוגז, זוכט אייך אן אנדערן בעל דרשן, איינער וועמען מען האט ליב צו הערן ביי אייך. אין בין - זעהט אויס - נישט דער פערזאן.

ר' בערל ענדיגט רעדן און ער איז אינגאנצן ערשעפט פון דעם שווערן שטיקל וואס ער האט דא געטוהן. אבער דער רב און דער ראש הקהל עפענען אפאר אויגן אויף אים אז ער האט עס גאר דערזעהן דורכן טעלעפאן.

וואס רעדט איר ר' בערל? פונקט פארקערט. מיר האבן דירעקט איינגעפירט ביי אונז אז דער עולם זאל נישט שרייען שקויעח, ווייל עס איז א ביליגער זאך, מיר ווילן דוקא דער עולם זאל נישט שרייען, אזוי זאלן זיי זיך שפירן מחוייב צוצוגיין צום בעל דרשן אים פערזענליך באדאנקען, דאס איז אסאאאאך מער ווערט ווי סתם אזוי א טרוקענער אויסגעשריי "שקויייחחעעעכככ" וואס מען טוט פלעין אלס מענטשליכקייט. און זאגט איר אליינס, איז מען דען נישט צוגעקומען צו אייך זיך באדאנקען? איך האב דאך אליינס געזעהן אפאר אינגעלייט, זיכער א זעקס זיבן מענטשן, וועלכע זענען דירעקט צוגעגאנגען צו אייך זיך באדאנקען...


קאמענטארן זענען איבריג...


(נ.ב. און אז איך רעד שוין, וויל איך טאקע בעטן דירעקט ביי ר' ארענדארן. מאך נישט אזא גרויסן עסק דערפון, שאף אהער א לייק קנעפל, ווייז דעם עולם אז דו ביסט אינטערעסירט אין אונזער וואוילזיין. פון דעם נייעם סייט (מיט דעם נייעם לאגא... אוי, ווער געדענקט נאך) האט מען זיך שוין לאאאאנג מייאש געווען, כאטש דא, דו זעסט דאך וויפיל אידן שרייען אז מען דארף דאס, סיי אין די פערזענליכע תגובות דערוועגן און סיי אין די וואוטס, טוה למעשה און שטעל עס ארויס פאר אונז דא, לאז כאטש דאס זיין דא. יישר כח למפרע ארענדער טייערער)
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4478
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

לייק!
אוי.. נאכאלץ נישט דא די קנעפל?!
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
אוועטאר
פרישער
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 17, 2013 1:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישער »

@טהור אזוי שיין ארויס ברעינגן דעים ענין פשוט מאוד, עס קיקט מיר אויס אז די מנהלים דא קענען נישט פויעלן ביי זיך נאכציגעיבן דעים פארלאנג, עס וועט זיי אויפ א אופן אראפברעינגען, זיי האבן מורא מה יאמרו.., אפילו זיי ווייסען אליין אז עס איז די ריכטיגע זאך צי טיען, משל למה הבעל דבר דומה, א קעניג האט געהאט א פרינצעסן, א בת יחידה, אה סארי, נעווער מיינד, (קרעדיט טהור) ציקער זיס, ווי דעי לייק קנעפלע, איך וואלט זאגאר געלייקט טהור'ן, אגב ביזטו טאקע טהור עיניים אדער נאר א קבלה אזא, אזא וויש.
בשעת איר לעיבט ביטע נישט פארגעסן צי מאכן א לעיבן
משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משנה מקום »

פרישער האט געשריבן:@טהור אזוי שיין ארויס ברעינגן דעים ענין פשוט מאוד, עס קיקט מיר אויס אז די מנהלים דא קענען נישט פויעלן ביי זיך נאכציגעיבן דעים פארלאנג, עס וועט זיי אויפ א אופן אראפברעינגען, זיי האבן מורא מה יאמרו.., אפילו זיי ווייסען אליין אז עס איז די ריכטיגע זאך צי טיען,

קוק דעים דעיט ווען די אשכול איז געפענט געווארען און נאכדעם זאג צי עס איז שייך א מה יאמרו
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

טהור יישר כח פאר די שיינע דרשה, זייער גוט געזאגט.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
בעל דעת
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 11:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דעת »

דעים שבת האט זיך א איד וואס פליעגט נאר שרייבן דא, פאררעדט פאר מיר אז ער שרייבט אויף א אנדערע סייט אויך, פריעגט מיר נישט ביטע וועלכע...
זאגט ער מיר אז דער עיקר טעם פארוואס ער שרייבט דארט איז ווייל דארט ער באקימט "לייקס" און דאס געט אים אפטיט צי שרייבען
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)
אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2007
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע: בין פטיש לסדין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך AHA »

בעל דעת האט געשריבן:דעים שבת האט זיך א איד וואס פליעגט נאר שרייבן דא, פאררעדט פאר מיר אז ער שרייבט אויף א אנדערע סייט אויך, פריעגט מיר נישט ביטע וועלכע...
זאגט ער מיר אז דער עיקר טעם פארוואס ער שרייבט דארט איז ווייל דארט ער באקימט "לייקס" און דאס געט אים אפטיט צי שרייבען

דאס איז שוין א סקאנדאל
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”