א גאסט אויף א ווייל... ** (צוגעלייגט אן אנקעטע) **

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

זאל מען אינסטאלירן א 'דאנק' קנעפל?

יא. (ס'נעמט נישט אוועק די אפציע צו מגיב זיין)
355
66%
ניין.
36
7%
יא, און אויך קורצע קאמענטס
122
23%
עס איז מיר נישט קיין חילוק
22
4%
 
סך הכל שטימען: 535

אוועטאר
היפאקריט
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 1:28 pm
לאקאציע: נישט צום געפינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היפאקריט »

מכטי1 האט געשריבן:ער האט דאך געמאכט א שמחה לעצטענס ער איז ביזי...

?
טרייבט צו מיר יעדעס ביסל צייט וואס איר קענט נאר, איך וועל אייך שטארק דאנקבאר זיין
חתם סופר
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 74#p750174
אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2007
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע: בין פטיש לסדין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך AHA »

נאך איינס אין עס ווערט הינדערט פאר יא...
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.
אוועטאר
טאלאנטפולער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 06, 2013 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאלאנטפולער »

מ'האלט שוין סאך ווייטער. א חוץ די 99 פון וואס דו רעדסט, איז דא נאך 40 וואס האלטן אז יא, מיט קורצע קאמענטס. דאס ברענגט אונז צו א קיימעלאן פון 139 יא'ס
כך נראה לפי עניית דעתי.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

עס איז נאך דא א געוואלד עפסענטי און אסאך "דימפל טשעדס"!! (איר געדענקט נאך? חחחחחח) נאך נישט קלאר ווער עס איז די געווינער!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
טאלאנטפולער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 06, 2013 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאלאנטפולער »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:עס איז נאך דא א געוואלד עפסענטי און אסאך "דימפל טשעדס"!! (איר געדענקט נאך? חחחחחח) נאך נישט קלאר ווער עס איז די געווינער!

:lol: :lol: :lol:
כך נראה לפי עניית דעתי.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

טאלאנטפולער האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:עס איז נאך דא א געוואלד עפסענטי און אסאך "דימפל טשעדס"!! (איר געדענקט נאך? חחחחחח) נאך נישט קלאר ווער עס איז די געווינער!

:lol: :lol: :lol:

אוי איז דאס געווען צייטן!!! די רואלער קאוסטער, איין טאג ארויף די נעקסטע אראפ, חחחחחח!!

לכתחילה אריבער האט געשריבן:

געווען דאן ביי א חתונה ווי דער בדחן האט משבח געווען דעם חתן אז ס'איז שוין 5 וואכן נאך די וואלן, און אונזער חתן ווייסט ניטאמאל ווער ס'גייט זיין פרעזידענט
כך נראה לפי עניית דעתי.
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

איך טויש מיין וואוט פון ניין אויף יא - אבער אין די נייעס פארום, עס איז איז דא אין די "נייעס" פארום א געוואלד מיט אשכולות ווי אזא קנעפעל וואלט זייער צוניץ געקימען, דארט זעט זיך מער אן די שכוח תגובות וואס איז נישט קיין נייעס און עס שטערט.
אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יענקל »

והנה און נון האט געשריבן:יעצט געשטימט פאר יא, די מעלות פאר יא זענען מער ווי די חסרונות.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

כ'האב שוין אפגעגעבן מיין געשריבענע מיינונג בניגוד א "לייק" קנעפל. אבער אזוי ווי די נושא קומט ארויף נאכאמאל און נאכאמאל, און געוויסע טענות זענען גאנץ גוט, וויל איך רעדן פון איינס.

אסאך טענה'ן אז עס מאכט נערוועז ווען מען זעהט א נייע מודעה און מען לויפט קוקן, און עס איז פשוט א "שכוח", "פיין" וכדו'. עס איז א ריכטיגע טענה. כ'טראכט צו עס איז גא א וועג צו דיפערענטשעטייזן צווישען א "שכוח, פיין, גוט" תגובה, און א תגובה וואס לייגט עפעס צו.

אויף וויקיפעדיע איז דא אזא זאך, אז יעדער קען האלטן אין קאנטע געוויסע בלעטער, און זעהן אין א ליסטע ווען יענע בלעטער באקומען א טויש. אבער אזויווי עס איז אסך מאל דא ממש א קללינקייט געטוישט, אזאונס וואס טוט נישט צופיל - אדער בכלל - פארענדערן וויכטיגע תוכן פון די בלעטל, דארף די "עדיטער" אנצייכענען מיטן קליקן א "טשעק באקס" און אזא ענדערונג קומט ארויף אין די ליסטע מיט א "M" אין די זייט, און דאס טוט אנדייטן אז עס איז א "מיינער" טויש.

אפשר קען מען מאכען עפעס אזוי דא. עס זאל זיין צוויי סארט "שיק" קנעפלעך, און ווען איינער שרייבט א "שכוח, פיין, גוט" סארט תגובה, זאל זיין די קאליר פונעם צייכען אז עס איז דא עפעס ניי, א אנדער קאליר, לאמיר זאגן גרין, אנשטאט רויט. און ווען עס איז טאקע דא עפעס א הוספה, זאל זיין רויט.

איי, אייניגע וועלן עס איגראנירן (אדער זיך איינרעדן אז זייער קאמענט איז "זייער אינטערעסאנט") אבער א שטיקל תיקון וועט זיין. און בכלל ווען אזעלעכע וואס זענען אמשטאנד נישט צו פאלגען אזא פשוטע אינסטראקציע, שרייבן א תגובה, און מען זעהט יענס אלס די "לעצטע" תגובה, האט מען סיי ווי די אפציע נישט אריינצוגיין.

וואס זאגט דער עולם?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

אן איידיע.

(דאס איז נישט קיין הוספה - שיקעס)
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

הגם אביסל קאמפלעצירט.
אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יענקל »

ווינקל האט געשריבן:הגם אביסל קאמפלעצירט.

בעסטע איז א פשוטע לייק קנעפל...
אוועטאר
משה הקטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 11:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה הקטן »

קענסט מיר איין אקטיווע וועבסייט אהן א לייק קנעפל? ס'מאכט ממש נישט קיין סענס אז אייוועלט האט דאס נאכנישט
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

ווינקל האט געשריבן:הגם אביסל קאמפלעצירט.

דהיינו? טעכניש צו ערצייגן, אדער ביים נוצן? זיי זיך מסביר.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

משה הקטן האט געשריבן:קענסט מיר איין אקטיווע וועבסייט אהן א לייק קנעפל? ס'מאכט ממש נישט קיין סענס אז אייוועלט האט דאס נאכנישט

משה, איך בין געקומען צום אויספיר אז עס איז פשוט אזא סארט עקשנות פון געוויסע אין די באהערדע דא דוקא "נישט" צו מאכן א לייק קנעפל. סוועט דיר גארנישט העלפן.

איך כשלעצמי האב איך שלום געמאכט מיט דעם געדאנק, ווילסט נישט איז נישט. ס"ה מאכן זיי נאר זיך אליינס שאדן. זייער סייט ליידט דערפאר.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
ווינקל האט געשריבן:הגם אביסל קאמפלעצירט.

דהיינו? טעכניש צו ערצייגן, אדער ביים נוצן? זיי זיך מסביר.

טעכניש ווייס איך נישט, אבער כ'שטעל מיך פאר אזוי. ניצן זעט מיר אויס קאמפלעצירט, דהיינו נאך א קנעפל צו דארפן דריקן בעפאר א תגובה ווערט געשיקט.
אוועטאר
משה הקטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 11:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה הקטן »

טהור-עיניים האט געשריבן:
משה הקטן האט געשריבן:קענסט מיר איין אקטיווע וועבסייט אהן א לייק קנעפל? ס'מאכט ממש נישט קיין סענס אז אייוועלט האט דאס נאכנישט

משה, איך בין געקומען צום אויספיר אז עס איז פשוט אזא סארט עקשנות פון געוויסע אין די באהערדע דא דוקא "נישט" צו מאכן א לייק קנעפל. סוועט דיר גארנישט העלפן.

איך כשלעצמי האב איך שלום געמאכט מיט דעם געדאנק, ווילסט נישט איז נישט. ס"ה מאכן זיי נאר זיך אליינס שאדן. זייער סייט ליידט דערפאר.

ממש אפענע אויגן ;l;p-
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

ווינקל האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
ווינקל האט געשריבן:הגם אביסל קאמפלעצירט.

דהיינו? טעכניש צו ערצייגן, אדער ביים נוצן? זיי זיך מסביר.

טעכניש ווייס איך נישט, אבער כ'שטעל מיך פאר אזוי. ניצן זעט מיר אויס קאמפלעצירט, דהיינו נאך א קנעפל צו דארפן דריקן בעפאר א תגובה ווערט געשיקט.

נישט נאך א קנעפל.

עס זאל לכתחילה זיין צוויי "שיק קנעפלעך" איינס פאר "סתם א דאנק, ווערטל וכדו'" און איינס פאר א "הוספה". אויב וויל מען עס מער גרינגער מאכען, מאכט מען די קנעפלעך די זעלבע קאלירן ווי עס וועט ארויף קומען ביי די "נייע תגובה" הודעה לויט מיין פלאן, איינס גרין, און איינס רויט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעפרעסט »

טהור-עיניים האט געשריבן:
משה הקטן האט געשריבן:קענסט מיר איין אקטיווע וועבסייט אהן א לייק קנעפל? ס'מאכט ממש נישט קיין סענס אז אייוועלט האט דאס נאכנישט

משה, איך בין געקומען צום אויספיר אז עס איז פשוט אזא סארט עקשנות פון געוויסע אין די באהערדע דא דוקא "נישט" צו מאכן א לייק קנעפל. סוועט דיר גארנישט העלפן.

איך כשלעצמי האב איך שלום געמאכט מיט דעם געדאנק, ווילסט נישט איז נישט. ס"ה מאכן זיי נאר זיך אליינס שאדן. זייער סייט ליידט דערפאר.

גערעכט הונדערט פראצענט. לייק.
אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניק ניק »

1. ס'איז קלאר אז אסאך אירע נעמען זיך נישט די מיה צו שרייבן א דאנק אפי' ווען מ'האט זייער הנאה געהאט, ספיציעל אויב די שמועס איז שוין אוועקגעפארן ווייט אוועק..., משא"כ א לייק וואלטן רוב אירע יא געדריקט.
2. די זעלבע מיט א דיסלייק, די קריטיג איז זעלבסט פארשטענדליך, אדער קאנטרעווערסיעל, א דיסלייק שפארט די גאנצע ארבעט.
3. זייער וויכטיג, מ'זאל קענען זען ווער זענען די לייקערס און דיסלייקערס, (משלי כז ו): "נֶאֱמָנִים פִּצְעֵי אוֹהֵב, וְנַעְתָּרוֹת נְשִׁיקוֹת שׂוֹנֵא", ס'איז הימל און ערד א לייק פון ..... צו א לייק פון ...... ופשוט הוא.
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
יצחק דע באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 4:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק דע באנקיר »

ניק ניק האט געשריבן:1. ס'איז קלאר אז אסאך אירע נעמען זיך נישט די מיה צו שרייבן א דאנק אפי' ווען מ'האט זייער הנאה געהאט, ספיציעל אויב די שמועס איז שוין אוועקגעפארן ווייט אוועק..., משא"כ א לייק וואלטן רוב אירע יא געדריקט.
2. די זעלבע מיט א דיסלייק, די קריטיג איז זעלבסט פארשטענדליך, אדער קאנטרעווערסיעל, א דיסלייק שפארט די גאנצע ארבעט.
3. זייער וויכטיג, מ'זאל קענען זען ווער זענען די לייקערס און דיסלייקערס, (משלי כז ו): "נֶאֱמָנִים פִּצְעֵי אוֹהֵב, וְנַעְתָּרוֹת נְשִׁיקוֹת שׂוֹנֵא", ס'איז הימל און ערד א לייק פון ..... צו א לייק פון ...... ופשוט הוא.

גערעכט.
, אפשר זאל איינער אריינקומען פון די הנהלה מסביר זיין.
די אריבער הינדערט שטימען איז ממש גארניש ווערד?
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

מאנ-יימער האט געשריבן:אן איידיע.

(דאס איז נישט קיין הוספה - שיקעס)

לייג מיך ביטע אויף די ליסטע...
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8556
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

איך וועל אנהייבן מיט מיטטיילן מיין בליק אויף איי וועלט.

מיר זענען ב''ה באשאנקען מיט גאר אסאך גוטע שרייבער, פארשטענדליכע אידן, ידענים אין תורה און אין וועלטליכע ענינים באופן נורא ומבהיל, איך ברענג נישט קיין משלים ווייל יעדער האט סייווי א אנדערע געשמאק אין ניקס, און פארשטייט זיך אויך מחמת לא לבייש את מי שאין לו...
עס ווערן דא געלופטערט טאג טעגליך פארשידענע ארטיקלען, פארשונגען, אנאליזן, געדאנקען, איידיעס, עצות וכו' וכו', עס מאכט נישט אויס צו עס פאנגט זיך אן מיט א גרונטליכע תגובה צו מיט א קורצע אומוויסנקייט, לבסוף ווערט אלעס אויסגעשמועסט ביזן גרונט, צולייגט אויף פיצ-פיצלעך, אז יעדער ילוד אשה וואס האט זוכה געווען צו זיין א באזוכער דא זאל עס ארויסהאבן.
וויאזוי טאקע געשעהט דאס?

עס קומט ראובן און ער שרייבט אראפ עפעס, יעדע ווארט וואס ער שרייבט יעדע מליצה וואס ער נוצט, יעדע דריי פינטעלעך (אדער צוויי ביי געוויסע...) איז א תוצאה פון ארטיקלען וואס ער האט געזען, זאכן וואס ער האט געהערט, די סביבה און משפחה ווי ער איז אויפגעוואקסן ועוד, וואס דאס אלעס האט אים אויפגעבויעט א געוויסע מהלך המחשבה און דיבור (איך לאז דאס איבער פאר די חכמים בתורת הנפש), דערפאר וועט יעדער איינער דא צומאל פארשטיין זיינע רייד אינגאנצן אנדערש, איינס ווייל דער שרייבער האט נישט געכאפט אז זיינע ווערטער קענען 'בפשוטן' האבן אן אנדער משמעות ווי וואס ער האט געמיינט, און צווייטנס ווייל דער ליינער האט זיך דאך אויפגעבויעט אן אנדערע געדאנקען גאנג.
דערפאר נאך וואס ראובן דריקט דעם 'שיק עס', קען זיין אז שמעון און לוי קוקן ביידע און די זעלבע צייט זיין ארטיקל, און אין די צייט וואס שמעון קרומט מיט די נאז: סארא מין געשרייבעכץ דאס?! שטייט לוי און ראלט זיך פאר געלעכטער אויף א וויץ וואס ראובן האט ניטאמאל געמיינט צו שרייבן...
לאמיר גיין א טריט ווייטער, שמעון פארשטייט דאך נישט וואס דא איז נתחדש געווארן, נעמט ער זיך צאם די מחשבה און הייבט אן מגיב זיין - בדרך כבוד - כדי צו באקומען א ביאור אויף ראובן'ס 'נארישע רייד', כידוע גיבט דאך דאס אראפשרייבן א שטארקע קלארקייט אין די נושא וואס מ'איז עוסק, דערפאר אז שמעון קליקט אויפן 'שיק עס' האלט ער שוין ביי א מצב וואס ער ווייסט שוין בערך וואס ראובן האט געמיינט, נאר זיין קשיא איז אים פיל מער פארשטענדליך... געדריקט!
אופס! ארענדאר לאזט עס נישט דורך פאר שמעון שרייבט אונטער אז ער האט געזען יהודא'ס תגובה, שמעון איז דאך א גראדער מעכל און ציטערט צו חותם'ן אויף שקר מאכט ער א שנעלע החלטה און געט א בליק וואס עס איז יהודא'ס בליק אויף ראובן'ס ארטיקל.
אה! דער יהודא איז א קלוגער אינגערמאן! קיינמאל נישט אויפגעכאפט... עכ''פ לויט וויאזוי יהודא לייגט אראפ זיין שכח איז נישט נאר וואס ער זעהט ער אז זיין הערה איז געווען בבחינת קלאץ קשיא, נאר ער כאפט עפעס א טיעפע פאליטישע טשעפע וואס ראובן האט דא (נישט...) באגראבן.
יוא!! דער פראגראם שרייבער פון פי עידזש פי, זאל ער געבענטשט זיין פארן ווייזן א תגובה וואס 'האקט', איך וואלט דאך מיט די איין תגובה מיינע אזוי רויט געווארן שפעטער...
ער האט נישט קיין צייט/געדולד צו שרייבן נאך א תגובה נאדערט ער אים א גרינע...
יששכר האט געזען יהודא'ס תגובה מיט די גרינע אויך, און ער שטייט און שטוינט: ראובן האט געשריבן א פשוטע ארטיקל מסביר צו זיין דאס און דאס, וואס איז די גרינקייט דא?? און וואס האט דער נארישער יהודא (הערת הכותב, פריער איז ער קלוג געווארן, און שוין איז ער קאליע געגאנגען...) ארויסגענומען פון די ארטיקל?? עכ''פ די הומאריסטישע כוונות וואס ראובן האט 'יא' אריינגעלייגט, האט יששכר נישט געכאפט...
אבער מיט דעם אלעם האלט ער זיך נישט אפ פון מגיב זיין, ווייל ער האט למעשה הנאה געהאט.
אזוי פארט א באהן פון תגובות, און יעדע איינס דערפון איז וויכטיג פארן ארטיקל/נייעס וכו', וואס די ארטיקל פארפעלט, ערפילט די דריטע תגובה, און וואס דער צווייטער איז מגיב ברענגט שטערקער ארויס די און די פוינט. בקיצור יעדע תגובה, יעדע שכוח, יעדע גוט ווארט און אפי' יעדע גרינע איז די גאזאלין און בעטערי פון די סייט, סיי פון דעם פשוטן פוינט אוו וויו אז דאס גיט חיזוק פאר די מלמדים עמממ שרייבערס, און סיי ווייל דאס ברענגט ארויס שטערקער די תוכן, יעדע ווארט יעדע הוספה קלארט אויס דאס בילד (און אז עס ווערט א וויכוח איז דאס נאר א מעלה, א וויכוח ברענגט נאך מער צו צום ציל - דאס ארויסהאבן די כוונת הכותב).

-----

עס איז יארע 2040 איך גיי באזוכן איי-וועלט (אפשר וועט די וועבסייט'ס אדרעס שוין זיין נאכאמאל געטוישט...)
איך באגעגן מיר מיט א שלל פון נייע ניקס, די 'אלטע' (צו פארשטיין געבן; למעלה וואס איז אין 08' שוין געווען איבער זיבעציג, וועט שוין זיין א בן מאה מיט א שמיץ אריבער...) טרעטן שוין נישט אריבער דעם שוועל, אלעס ווערט געפירט דורך יונגע בלוט.

איין זאך וואס עס איז די מערסטע בולט איז די נייע אפשן וואס איך זעה ביי יעדע תגובה, עס הייסט: 'לייק די תגובה'. רבונו של עולם, דאס איז א לשון דמיון (ווי צו זאגן: די תגובה איס 'לייק' די תגובה)??
מיינט דאס: איי 'לייק די תגובה' (מלשון הנאה)?? וואס איז דאס?
היות איך בין אבער אריינגעקומען נאר צו זעהן וואס דא טוט זיך, ברים איך מיך אונטער (מיט די עקסענט וואס נאר די וויי טו קעי אידן ניצן נאך...) 'איי דאונט קעיר, לעט דעם ליוו דע וועי דעי וואנט'.
איך ליין דורך אפאר תגובות צו זעהן די גרויס חכמה פון די היינטיגע דורות, אקעי, נישט אזאנע טיפשים ווי כ'האב געמיינט...
בום! אריינגעזעצט!! ס'ישוין ווייטער? 'די תגובה איז געלייקט געווארן דורך:' נאכגעפאלגט מיט אלע אלופי עשיו און בני קטורה (אזעלכע נארישע ניקס בוחר צו זיין, פעך!!).
(איין זאך וואס איך ווייס שוין, אז מלשון דמיון איז דאס נישט ווייל קיינער האט נישט געלינקט צו אן אנדערע תגובה)
מיין נייגער צינדט זיך אן, וואס מיינט דאס די 'לייק' און 'געלייקט' אנשיקעניש??
לעטס מעיק א לאנג סטארי שארט, נאכן זיך ארום קוקן ווער פון די מנהלים איז א פארשטענדליכער האב איך אים געשיקט א אישי אנצופרעגן וואס ס'איז פשט פון 'לייק די תגובה' און ' די 'תגובה איז געלייקט דורך:'.
א מינוט שפעטער רילאוד איך מיין אישי קעסטל און איך זעה אז דער שטאקיגער פיקח האט שוין געליינט מיין מעסידזש, יעצט ווארט איך מיט שפאנונג פאר א תשובה.
5 מינוט, א האלבע שעה, א גאנצע, צוויי און באלד איז שוין דריי, אופס! ער האט געענטפערט.
ער פאנגט אן מיט דברי ריצוי מיר איבערצובעטן פארן שפעטע ענטפער, און ער איז מסביר ווי דערשראקן ער איז געווארן זיך זעענדיג פאר די אויגן מיט א אישי פון א ניק וואס איז שוין איינגעשריבן מאז 10' ועד עתה, אז ער איז ממש געווארן געשטייפט (אכשר דרא, אין אונזערע צייטן האבן די יונגע נישט געהאט דרך ארץ פאר די עלטערע...) און ביז ער איז געקומען צו זיך האט גענומען א פאר שעה.
און דא איז זיין ביאור: 'בנוגע אייער שאלה איבער לייק און געלייקט, אונז האב מיר צוגעלייגט א געוואלדיגע הוספה צום קרעטשמע, אז אנשטאט מ'זאל דארפן שרייבן א תגובה אדער מנדר זיין א גרינע, קען מען קליקן 'לייק די תגובה', און דעם קליקערס נאמען ווערט צוגעלייגט צום 'די תגובה איז געלייקט דורך:' ליסטע, און אזוי ווייסט דער שרייבער פונקטליך מי ומי עס האבן הנאה געהאט פון זיין ארטיקל'.

מיין אטעם האט זיך אפגעשטעלט פאר התפעלות, מיינע אויגן האבן זיך ברייט צועפנט און מיין מויל האט ארויסגעלאזט א קוויטש, 'וואו זענען די מנהלים פון מיינע צייטן געווען?? פארוואס האבן זיי נישט געטון דעם שריט??'. (צווישן מיר אין אייך: ס'איז מיר ממש אומפארשטענדליך געווארן דברי חז''ל בנין נערים סתירה...)

איך שרייב אים צוריק: 'אוי! אנטשולדיגט פארן אייך דערשרעקן, איך בין היינט געוואר געווארן פון איי-וועלט, און איך האב אריינגעסיינט מיט מיין טאטעס ניק... (נישט מוחה זיין, מפני השלום מעג מען ליגנט זאגן)
א געוואלדיגע איידיע דאס, יישר כח פאר אייער אנטווארט'.

יעצט איז מיין נייגער שוין גאר שטארק צו זעהן וויאזוי דער נייער ווערסיע פון איי-וועלט קוקט אויס און ארבעט.
איך לאז מיר ארויס כאפן א טור אינעם וועלטל.
'הדד בן בדד' שרייבט א לענגערע אפשאצונג איבער די אויסגאנג פון די 2040 פרעזידענטליכע וואלן, באמת א שיינע אפשאצונג ער נעמט צוזאם אלע צדדים אלע דעמאקראטישע קאנדידאטן (ער הייבט אן פון א' פון די פריימעריס) און אלע רעפובליקאנע, פונקטליך פארוואס מ'האט נישט געוואוט פאר יענעם און פארוואס יענער איז ארויס פונעם פארמעסט, דאן איז ער מסביר פארוואס מ'האט צום סוף געוואוט פאר דעם פאקטישע געווינער, אלעס שיין צונומען, יעדעמ'ס פאליסיס, יעדעמ'ס פערסענל לייף וכו' וכו' ממש א גרונטליכע אנאליז.
די תגובה איז געלייקט דורך: אלוף זרח, אלוף לוטן, אלעדה און ישבק און נאך פיר און צוואנציג לייקערס.
ערשטע תגובה: נתפעל צו ווערן!
אבער מחולק מיט דיר כלפי לינקאלן רעסטלער (זארגט אייך נישט, ער איז ארויס פון די פארמעסט).
'די תגובה איז געלייקט דורך:' דריי ניקים
צווייטע תגובה: WOW אזא קלארקייט?! ס'איז אבער נישט אינגאנצן אזוי ווי דו זאגסט ודו''ק.
'די תגובה איז געלייקט דורך:' עלף וואס האבן נישט מגיב געווען...

'בעל חנן בן עכבר' האט א געוואלדיגע באשרייבונג אויף עפעס א אמאליגע קאמפאני 'בלעקבערי' האט עס געהייסן, ער באשרייבט זייער הצלחה, ווי זיי זענען געשטאנען ברומו של עולם אזש וואו מ'איז געשטאנען און געגאנען האט מען עס געזעהן, און דאן קומט ער צו ווי זיי זענען געגאנגען מטה מטה, צוריקגעכאפט פאר אפאר חדשים, און צוריק אראפגעפאלן... וואס זאל איך אייך זאגן? איך געדענק דאך נאך די צייטן פון 'בלעקבערי', דער האט געמאכט א גוטן דזשאב!
'די תגובה איז געלייקט דורך:' פינף און צוואנציג ניקס.
דער זעקס און צוואנציגסטער האט געהאט קוראזש און האט מגיב געווען: 'גאר שיין באשריבן, איך האב אבער נישט ארויס פונקטליך דיין פוינט'.
'די תגובה איז געלייקט דורך:' דריי און זעכציג ליינערס.

וואו??? וואס??? ווען??? פארוואס האסטו געלייקט הדד'ס אנאליז? פאר די גאנצע? פאר די האלבע? פאר דריי נקודות זיינע? פאר זיין וועג פון שרייבן? פאר דער הומאריסטישע אויספיר? פארן גוט צולייגן דעם פאקטישע געווינער?
,ביסט אויך מחולק כלפי רעסטלער אדער דו האסט געלייקט צוליב די קאמפלימענט? אה! ביסט מחולק, אקעי, מיט וועלכע פוינט? מיט די זעלבע ווי דער מגיב האט געמיינט? אדער דו האלטסט אז ער איז ארויס פונעם פארמעסט ווייל ער האט נישט געדארפט אריינקומען בכלל?
האסט געלייקט בן עכבר'ס ארטיקל, פארוואס?? פאר דיר דערמאנען פון דיין זיידע וואס איז נעבעך סטאק מיט א בב? פארן מגלה זיין אביסעלע היסטאריע? אפשר ווייל ס'איז די סדר אז א לאנגע תגובה לייקט מען?

דו לייקסט דעם מגיב'ס תגובה, צוליב? די קוראזש זיינער צו מגיב זיין? עס איז דא א פוינט וואס דו פארשטייסט אויך נישט? וועלכע? ביי זייער בליה? ביי זייער ירידה?

אוי ווי חז''ל האבן געהאט רעכט! בנין נערים סתירה!
דער וועלטל האט פארלוירן די חן, דער שרייבער ווייסט נישט פון וויטש חלק מ'האט הנאה געהאט, דער מגיב האט נישט פארשטאנען דעם באשרייבונג, די באהאלטענע וויצן זענען געבליבן פארשטעקט, די אומגעשריבענע שאלות-קשיות-פאקטן זענען געבליבן אומבאהאנדלט.

אבער? די פאר ניקס וואס וואלטן נישט געמגיב'ט צוליב צייט, געדולד און קאנצעטראציע האבן געהאט א מהלך ארויסצוברענגען אז ס'דא עפעס א נקודה וואס האט אים באוואויגן צו לייקן...
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28042
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

לייק אויף די עצם ארטיקל, זאפטיג.
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”