בלאט 1 פון 7

א גאסט אויף א ווייל... ** (צוגעלייגט אן אנקעטע) **

געשריבן: זונטאג פעברואר 01, 2009 1:46 pm
דורך יואל ווייס
אבזערווירנדיג א שטיקל צייט דעם קרעטשמע, האב איך געזען (א גאסט אויף א ווייל וכו') א נודנען איינפיר, דהיינו, ווען ראובן שרייבט אן ארטיקל, זאפטיג און געשמאק, קומט שמעון און גיט אים א קאמפלימענט "אייזן".
קומט לוי און לייגט צו "סופער".
באלד פאלגט נאך יהודה "גם אני מצטרף", וכו' וכו.'
"טויגסט, איך האב הנאה, נישט געוואוסט אז דו קענסט אזוי גוט, אז דו קענסט יא... וכו' וכו' וכו'"

איר כאפט מיין פאינט.

וואס איך שלאג פאר איז - אזויווי איך האב געזען אין אנדערע 'גאסטהייזער' - צו לייגן א "ישר כח" קנעפל אונטער יעדן מעלדונג, ארטיקל, תגובה וכל שום וחניכא דאית להון.
אויב האט עפעס צוצוגעבן צום ארטיקל, אדרבה, זאל יעדער הנאה האבן, און מען וועט אייך אויך דאנקען.
אויב אבער ווילט איר סתם אויסדרוקן אייער דאנק און/אדער התפעלות, דרוקטזשע דעם "ישר כח" קנעפל און עס וועט רעקארדירט ווערן אונטער'ן ארטיקל, מיט אייער 'ניק'.
חוץ מזה, קען דאס גענוצט ווערן אלס נאך א מיטל צו שטייגן אין ראנג, ווי מער 'ישר כח'ס' אלס א גרעסערער שר ווערט מען.
אויב זענט עטס אלע מסכים, זייט'ס מגיב, דערווייל...

געשריבן: זונטאג פעברואר 01, 2009 2:12 pm
דורך איך_הער
יואלי, א געוואלדיגע איידיע, עמער זען וואס ארענדאר וועט זאגן דערצו.

(ניטאמאל ליינטער דא.)

געשריבן: זונטאג פעברואר 01, 2009 2:12 pm
דורך קרעמער
איך האב קיינמאל נישט געזען אזא אפציע אין אנדערע גאסטהייזער (אפשר א לינק דערצו וואלט געהאלפן, אויב ס'איז אויסגעהאלטענע פלעצער).

אבער בכלל בין איך מער צופרידן פון א פערזענליכע דאנק תגובה'לע ווי פון א פראגראמירטע "טענקיו ווערי מאטש".

געשריבן: זונטאג פעברואר 01, 2009 2:23 pm
דורך איך_הער
קרעמער, נישט זען מיינט נישט גארנישט, דא איז דא אסאך זאכן וואס ארענדאר האט אונז צוגעשטעלט וואס אנדערע האבן נישט, (אזוי מיין איך.)

און לגבי די איידיע, איזעס גארנישט אנדערש ווי די גרינע מענטשעלע, אדער די געלע דערנעבן.

דאנקע שיין פאר אלע וואס האבן זיך ווארעם אנגערופן

געשריבן: זונטאג פעברואר 01, 2009 3:15 pm
דורך יואל ווייס
דער ספעציפישער גאסטהויז פון וואס איך האב גערעדט רופט זיך c4pda.com
דארט קומען זיך צוזאם אסאך וואס האבן האנט-קאמפיוטערס (PDA).
(פון דעם קרעטשמע קומט די 'קאודס-4-פאלם' וואס מען קען 'דאונלאודן' פון דא. (כ'האב געמעגט אויסזאגן?...))
מען דארף זיין א מעמבער אריינצוגיין, עס קאסט נישט קיין געלט.
איך האב דא צוגעטשעפעט א בילד פון דעם 'ישר כח' קעסטל, שטודירט עס, און לאזט וויסן אייער מיינונג.
מיר ערווארטן אייערע מיינונגען.
און אקציעס לויט רוב מיינונגען.

געשריבן: זונטאג פעברואר 01, 2009 3:20 pm
דורך קרעמער
נו, מיר פארמאגן דאך דעם גרינעם אגודל-ארויף וואס איז ממש ווי דער "טענקס" קנעפל.

געשריבן: זונטאג פעברואר 01, 2009 3:26 pm
דורך וואלוועלע
ביסט נישט אינגאנצן גערעכט ר' יואל ווייס (זאג מיר נאר ועועלכע יואלי ווייס ביסטו?, דער טאקע? יא?, אקעי שוין לאמיר די אפלאזן,), אבער לאמיר דיר פרעגן יואלי לאמיר זעהן ווי די נעמסט זיך די מיה און די שרייבסט אן ארטיקל א לאנג'ס און א ברייט'ס, און די האסט און די ארטיקל אריינגעלייגט איבערמינדטליכע כוחות, געשריבן און געמעקט, געוואטשט יין בעה"ב זאל דיר נישט כאפן ביי די מעשה, ענדליך האסט גענדיגט שרייבן, און די גיסט א דריק שיק הודעה, וואלסטו דען הנאה געהאט סתם אזוי פון טענק יו'ס, אדער וואלסטו געואלט זעהן ווי איינער שרייבט מעכטיג, און א 2טער שרייבט דער ניק ווי ביסטו געווען ביז איצט, שרייב נאך אא"וו, סוי וואס דיי טענה'סט איז לויט מיין מיינונג אינגאנצן נישט גילטיג, פאר איינע וואס נעמט זיך די מיה און שרייבט שיינע ארטיקלעך און אונזער קרעטשמע, קומט מער ווי סתם א שקויעך,

וואלוועלע, ביזט בארעכטיגט צו דיין מיינונג...

געשריבן: זונטאג פעברואר 01, 2009 3:35 pm
דורך יואל ווייס
אבער איך פערזענליך, ווען איך ליין אן ארטיקל מיט די באמערקונגען דערויף, וויל איך זען זאכליכע הערות, סתם 'שכח'ס' נעמט אוועק דעם המשך פון די וואס ווילן צולייגן עפעס ווערדפול.
נו, וואס זאגסטו דארט?
יא, דו דארט?

געשריבן: זונטאג פעברואר 01, 2009 4:27 pm
דורך וואלוועלע
האסט טאקע זייער א שטארקע פאונט יואלי, און א געוויסן זון האלט איך מיט דיר זייער שטארק, אבער זאלסו וויסן זיין אז יעדער איינער וואס שרייבט א ארטיל דארף סעריספעקשאן אויף דעם ארטיקל וואס ער האט געשריבן, און אויב וועט עם קיינער נישט געבן קיין קאמפלימענטן, וועט ער קיין ארטיקלעך מער נישט שרייבן, און די יואלי וועסט נישט האבן וואס צו לייענען, און איי וועסט טענה'ן אז די שקוויעכ'ס וואס די ברענגסט צו אז מען זאךל שרייבן איז שוין גענוג, צו דעם בין איך צו דיר נינשט מודה, און אדרבה זאל יעדר שרייבער וואס האט שוין געשריבן איטליכע ארטיקלעך און אונזער קרעטשמע זאגן זיין מיינונג,

וואלוועלע: מען דארף לאזן אזוי ווי יעצט, אז יעדער שרייבער זאל זיך קענען קלאפן די בויך, פון די שיינע שקויעכ'ס וואס ווערן צו עם צוגעשריבן,

געשריבן: מיטוואך פעברואר 04, 2009 11:57 pm
דורך סאכדעס
אלס א שרייבער פון עטליכע לענגערע ארטיקלען,וועל איך מיר טרויען און זאגן א מיינונג.
עס וואלט געווען א מורא'דיגע איידיע אז מ'זאל דאס קענען מאכן. און איך וועל איך מסביר זיין טעמי ונימוקי, זייער אסאך מאל ווען איך לייען א גוט נארהאפטיג ארטיקל פון א גוטן שרייבער, און צומאל אפילו פון א נישט גוטן שרייבער, וואס פון ביידע איז דא לעצטענס לרחצה ולמוציא מצה. און איך האב גוט הנאה געהאט, אבער איך קען זיך נישט פלעין באדאנקן, עס פאסט פשוט נישט. בין איך אין א דילעמא, קורץ פאסט נישט, לאנג האב איך נישט קיין צייט אויף די מינוט, לייג איך עס אפ אויף א נעקסטע געלעגנהייט, און איר זעט אליין ווען דאס געפאלט אויס.

מיט די נייע איידיע אבער, סיי איך וועל זיך. קענען באדאנקן, דער מחבר פונעם ארטיקל וועט הנאה האבן אז ער האט מיך דערפרייט מיט זיין משקה, וואס דאס געט לדעתי דאס מערסטע מאטעוואציע פארן שרייבער. סיי מ'וועט נישט מטריח זיין יעדן צו עפענען אן אשכול צום צוואנציגסטן מאל נאר צו זען נאך א יישר כוח פון עמיצין. און פארשטייט זיך לכשירחיב, קען מען צולייגן עפעס אן אריכות.

ממילא איז מיין דעה, אויב איז מעגליך אז ארענדאר זאל דאס מאכן, וואלט דאס געווען א מורא'דיגע נוצן פאר די קרעטשמע מכל המובנים.

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 05, 2009 6:27 pm
דורך thefact
ארענדאר
איך שטעל מיך צו צו די בקשה פונעם "גאסט אויף א מייל" בפרט נאך די הסכמה פון "סאכדעס"

1. איך גלייך נישט מגיב צו זיין אויף א זאפטיג ארטיקל נאר אויב איך האב עפעס זאכליך צו צוגעבן (כדי להקל על הקורא)
2. אלס אל תמנע טוב מבעליו וואלט איך יא ווען געדארפט זאגן שכ'ח און אזא פיטשער וואלט געווען ריזיג גוט
2. די נאכאנאנדע שכ'ח תגובות מאכן אז מ'זאל פארזעהן די וויכטיגע תגובות וואס ווערן בטל בשישים
4. ס'וועט אפשר מינערן די מספר התגובות (פון אנפאנג) אבער עס וועט פילפאכיג מערן די מספר פון אינהאלטרייכע תגובות

געשריבן: פרייטאג פעברואר 06, 2009 12:03 am
דורך סאכדעס
יישר בוח די פאקט פארן ארויסברענגן מיין פוינט אין קורצע צילן, אוןמיט א קלארע שפראך.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 15, 2010 6:06 pm
דורך ווינקל
thefact האט געשריבן:ארענדאר
איך שטעל מיך צו צו די בקשה פונעם "גאסט אויף א מייל" בפרט נאך די הסכמה פון "סאכדעס"

1. איך גלייך נישט מגיב צו זיין אויף א זאפטיג ארטיקל נאר אויב איך האב עפעס זאכליך צו צוגעבן (כדי להקל על הקורא)
2. אלס אל תמנע טוב מבעליו וואלט איך יא ווען געדארפט זאגן שכ'ח און אזא פיטשער וואלט געווען ריזיג גוט
2. די נאכאנאנדע שכ'ח תגובות מאכן אז מ'זאל פארזעהן די וויכטיגע תגובות וואס ווערן בטל בשישים
4. ס'וועט אפשר מינערן די מספר התגובות (פון אנפאנג) אבער עס וועט פילפאכיג מערן די מספר פון אינהאלטרייכע תגובות


גם אני מצטרף צו די פאקט אז ס'וועט ברענגן מער שקויעכס אין קורץ, און ווען מען האט עפעס א זיס ווארט צוצוווארפן פארן שרייבער וועט מען אודאי נישט אפהאלטן פון שיקן א גאנצע שלח תגובה!

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 19, 2010 7:48 am
דורך געשמאקער
thefact האט געשריבן:ארענדאר
איך שטעל מיך צו צו די בקשה פונעם "גאסט אויף א מייל" בפרט נאך די הסכמה פון "סאכדעס"

1. איך גלייך נישט מגיב צו זיין אויף א זאפטיג ארטיקל נאר אויב איך האב עפעס זאכליך צו צוגעבן (כדי להקל על הקורא)
2. אלס אל תמנע טוב מבעליו וואלט איך יא ווען געדארפט זאגן שכ'ח און אזא פיטשער וואלט געווען ריזיג גוט
2. די נאכאנאנדע שכ'ח תגובות מאכן אז מ'זאל פארזעהן די וויכטיגע תגובות וואס ווערן בטל בשישים
4. ס'וועט אפשר מינערן די מספר התגובות (פון אנפאנג) אבער עס וועט פילפאכיג מערן די מספר פון אינהאלטרייכע תגובות

ג"א מצטרף איך וויל נאר צילייגען אז אין די שכח פיטשער זאל אויך זיין אן אפציע ציצולייגען הערות, אזוי וועט זיין גיט פין אלע זייטען,

געשריבן: זונטאג אוגוסט 22, 2010 11:56 pm
דורך arender
מען נעמט עס אין באטראכט, אבער עס איז דא אן אנדערע זייט פון די מטבע.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 23, 2010 3:52 am
דורך קראצער
איך וואלט געדריקט די ישר כח קנעפל אפילו ווען ס'נישט זאפטיג אדער אפילו אימגעליינט.
איז דאס וואס מ'וויל?

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 23, 2010 9:34 am
דורך גרויזאמער
arender האט געשריבן:מען נעמט עס אין באטראכט, אבער עס איז דא אן אנדערע זייט פון די מטבע.


די אנדערע זייט פון די מטבע - פאר ווער עס ווייסט נישט - איז וויכי. בקיצור איך וויל נישט אויפפלאקערן נאכאמאל קיין גאנצע מחלוקת.

ארענדער ביטע נעם נישט אין באטראכט די צווייטע זייט פון די מטבע, לאז אים גיין דראמען ביי חתונות.

גם אני מצטרף צו די יישר כח אפציעס, און (נישט קיין) וואונדער אויף קרעמער פאר'ן נישט וויסן פון די אפציע וואס עקזיסטירט אויף פילע גאסטהייזער צווישן קרעטשמע און הייד פארק.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 23, 2010 10:22 am
דורך ווער בין איך?
גרויזאמער, דערמאן דיך נאר ווי פאר צוויי און א האלב חדשים צוריק ביי דיין חתונה ביסטו צוגעלאפן צו וויכי מיט זיין דראמס (ס'איז געוועהן נאכ'ן ערשטן טאנץ פאר'ן צווייטן הארא) און אים נאכגעשריגן אז ער זאל זיך מער נישט דערוואגן צו גיין דראמען אויף חתונות, ווייל די אינטרא ביי עוד ישמע איז נישט געוועהן פונקליך ווי אויף קול מבשר פורים ליניע.
ס'קומט מיר צו לאכן ווען איך דערמאן זיך ווי נאכ'ן חתונה - אלס נקמה - האט וויכי דיר געגעבן פאר דרשה געשאנק (וועא"מ) די אנדערע זייט פון די מטבע...

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 6:08 pm
דורך שמויגער
איך וואלט פאר געשלאגן אז ביי פארזעצונגען זאל ווען זיין א בחינה פין LIKE אין COMMENT (וואס מעזעט אויך ביי אנדערע מקומות) למשל ווען די זיידע אדער ווער נעמט זיך פאציילן א מעשה זאל ווער סוויל זיך אויס דריקן אז סאיז גוט זאל דריקן די LIKE קנעפל אין ווער סוויל זאל קענען COMMENTEN אבער עס זאל נישט שטיין דארט וואס ער זאגט נאר ווער סוויל עס זעהן זאל קליקן אויף די COMMENT קנעפל אין ליינען מיט פארגעניגן
אין נאך יעדע פארזעצונג פין פריש די 2 אפטשינס
אזוי וועט מען עס ליינען אין איין צו נישט ווען איך וויל זעהן צו די מעשה גייט שוין ווייטער זאל איך דארפן זעהן יעדעם'ס שכוח'ס

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 12:54 pm
דורך פארשריבן
איך בין איינשטימיג צו שמויגער'ס פארשלאג. און איך וואלט ווען געוואלט מוסיף זיין, אז מ'זאל מאכן א "דיסלייק" קנעפל, אזוי ווי "יו-טאב" האט, מיט א הענטעלע אויף אראפ.
אבער די מנהלים וועלן זיכער נישט מסכים זיין דערצו. פארדעם אליין ווייל ס'איז אויף יו-טאב...

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 20, 2010 8:12 am
דורך ווינקל
יעצט מערק איך אז מען האט צוגעלייגט א אפציע צו גיין וואוטן.

אז נישט פאר די ראה"ק פאזיציע, כאטש פאר די טענק יו קנעפל פאזיציע.

גייט ארויס שטימען!!!

געדענקט! די עתיד פון אייערע דורות זענען אנגעוואנדן אין די וואלן.... יעדע איינצעלנע שטימע מאכט אויס!!! נעמט עס נישט פאר לייכט!!!

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 20, 2010 8:43 am
דורך משיח
געשטימט אויף יא,

אסאך מאל קען מען זען א ארטיקל וואס האט 50 צפיות און 0 תגובות,
העסט מיר זאגן קיינער פון די 50 האט נישט הנאה געהאט?
זיכער יא, נאר זיי האבן נישט געהאט עפעס ספעציעל צו מוסף זיין,
נו פארוואס זאל נישט דער שרייבער כאטש וויסן אז אידן האבן הנאה?

וואס איך פארשטיי נישט איז די אפציע פון צולייגן הערות,
ממה נפשך אויב האסטו עפעס מוסף צו זיין, נו שרייב צו,
די איידיע איז נישט אז ס'זאל נישט האבן קיין תגובות, נאר אז ס'זאל נישט האבן קיין מינדערוויכטיגע תגובות,
אבער אויב יענער וויל עפעס זאגן מער ווי סתם "שכוח", פארוואס נישט שרייבן אן הערה?

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 20, 2010 9:21 am
דורך ווער בין איך?
אויב שוין יא א דאנק קנעפל, זאלן די וואס זענען נישט איינגעשריבן אין קרעטשמע, ד.ה. זיי האבן נישט קיין ניק, זאלן אויך קענען אפגעבן א קליינע דאנק, אבער אהן קיין קאממענט אין דערזייט.

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 20, 2010 10:14 am
דורך leiby
משיח האט געשריבן:אסאך מאל קען מען זען א ארטיקל וואס האט 50 צפיות און 0 תגובות,
העסט מיר זאגן קיינער פון די 50 האט נישט הנאה געהאט?

זייער אסאך מאל קומען די צפיות פין דרויסענדיגע געסט וואס קענען נישט מגיב זיין.

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 20, 2010 5:55 pm
דורך משיח
און זייער סאך מאל זענען די צופים פון די איינגעשריבענע...

(אמאל קען מען אפילו זעהן ביי "ווער איז אין די אשכול" היימישע מענטשען).