בלאט 2 פון 52

געשריבן: מיטוואך יאנואר 23, 2008 5:42 pm
דורך פאטאקי08
לאז

דיין פראגע דא קען דיר שאטן ביי די קומענדיגע וואלען אז זאלסט נישט האבן די נסיון זיך צי באטייליגן ביי די בחירות

געשריבן: מיטוואך יאנואר 23, 2008 5:42 pm
דורך איך_הער
נו, זאל דער פון אויבן העלפן, איך האף נאר אז ס'איז נישט וועגן די עף בי איי אדער סאמטינג לייק דעט.

געשריבן: מיטוואך יאנואר 23, 2008 6:12 pm
דורך לאז געמאכט
איך_הער האט געשריבן:נו, זאל דער פון אויבן העלפן, איך האף נאר אז ס'איז נישט וועגן די עף בי איי אדער סאמטינג לייק דעט.

נע לאז געמאכט איך ברויך עס טון כדי איך זאל קענען שרייבן אן דעם וואס איינער זאל וויסן ווער יאך בין איך האב א פארדאכט אז מאנכע זענןע געוואר געווארן ווער כ'בין במילא מוז איך טוישן פארשטייסט?

געשריבן: מיטוואך יאנואר 23, 2008 7:13 pm
דורך איך_הער
זאלעך דער געבן א מוסר פארציע? (הוא מותיב והוא מפרק.)

ביסט א קינד? מאכסטעך נאריש? און אז מ'וועט יא וויסן? וואס מיינסטו, די קאפל פון קאפ עטער אראפ פאלן? איך וויל אויך נישט מ'זאל וויסן, און טאקע נישט יעדער ווייסט, אבער צו האלטן אין איין טוישן ניק דערפאר, איז א נארישקייט מצדך. ס'איז בעביש.

יא, ס'קען טאקע זיין, אז ס'איז אביסל טיפער ווי פלעין 'מע' זאל נישט געוואר ווערן, ס'קען טאקע זיין, און אויב ס'איז אזוי, פארשטיי איך דיך אביסל מער, אבער נישט צו סאך, ווייל דאס מיינט אז דו לעבסט מיט א פרעשור, (וואט א פרעשור 4 אן קיין הקדמה, כדברי יענטאאש.) צו וואס פעלט דאס אויס? פעיס פעקט, אדער מאך יענעם פעיסן פעקט.

דאסי נאר אויפן שפיץ גאפל, ווייל דו האסטמער נאך אפילו נישט געענטפערט צו איך זאלעס טוהן.

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 24, 2008 12:45 pm
דורך לאז געמאכט
יא געב אריין וויפל ס'גייט...
די ווייסט ווער איך בין? פארוואס טראכסטו אז מאנכע ווייסן ווער די ביסט?

ביסט אפשר גערעכט קען זיין אז איך וועל מיך מיט דעם נישט משוגע מאכן אבער סאיז מיר באקוועמער צו זיין אנאנים איך העל עס איבערטראכטן

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 24, 2008 6:26 pm
דורך איך_הער
אפשר אן אנדער'ס מאל.
ניין! איך ווייס פאר א פאקט, פארשטייטצעך אז אין אזא פאל פארלאנג איך אז איך זאל אויך וויסן ווער יענער איז. (נאר אויב איך ווייס אז יענער ווייסט.)

קעי, טראכטעס איבער.

געשריבן: פרייטאג יאנואר 25, 2008 11:26 am
דורך לאז געמאכט
אקעי כ'האב עס איבערגעטראכט אויף אזא אויפן בין איך מסכים אז איך ווייס ווער ער איז אין ער ווייסט ווער איך בין אבער וויזוי מאכט מען דאס? וויזוי קען איך באקומען די אינפארמיישן פון יענעם?
דאס איז די פראבלעם..

געשריבן: פרייטאג יאנואר 25, 2008 1:48 pm
דורך איך_הער
נאכאמאל, דו פראביר נישט צו וויסן ווער יענער איז, כדי דו זאלסט מסכים אז ער יענער זאל וויסן ווער דו ביסט.

נאר אויב אין פאקט, אז איינער ווער דו ביסט, און דו האלטסט אזוי, צו ווייל דו דעקענסט עס אויף זיינע תגובות צו דיר, צו דורך עפעס אנדערש, אדער אפילו סתם אזוי צו לאזן מעלדן, אז אויב איינער ווייסט ווער דו ביסט, איז יושר אז יענער זאל דיר אויך לאזן וויסן ווער ער איז.

ביידאוועי, מזל טוב צום ווערן א שר מאה. (מיט דעי ניק.)

געשריבן: זונטאג יאנואר 27, 2008 11:27 am
דורך לאז געמאכט
אהא איך פארשטיי ואוס די זאגסט ביי די וועי איך האב אפילו נישט באמערקט אז עס איך האב מיך געהעכרט אין ראנג...

געשריבן: פרייטאג פעברואר 01, 2008 2:32 pm
דורך זיידעניו
יעדע מאל וואס מען גייט אריין אין פרופייל דארף מען טוישן פעסווארד?

געשריבן: פרייטאג פעברואר 01, 2008 2:33 pm
דורך קרעמער
וואס פאלט דיר ביי? (אגב, שלום עליכם!)

געשריבן: פרייטאג פעברואר 01, 2008 2:42 pm
דורך זיידעניו
ווייל סקומטעך ארויף דארט א הארבע פראגע מיט א שטערן (וואס לאזט זיך נישט ארויסדרייען פון די שאלה)
סיסמה חדשה *

געשריבן: מוצ"ש פעברואר 02, 2008 10:04 pm
דורך לאז געמאכט
מאכדעך נישט וויסענדיג פון דע שטערן ער וועט דיך ארויסלאזן פון דארט אפילו די האסט געלאזט ליידיג יענעם קעסטעלע

געשריבן: זונטאג פעברואר 03, 2008 10:24 am
דורך אנדי פעטיט
ווי אזוי איז די גרינגסטע וועג צו מאכען א לינק פון איין תגובה. אויב איך וויל למשל א לינק וואס וועט צופירען צו די זיבעטע תגובה אין די פינפטע פעידז פונעם אשכל.

געשריבן: זונטאג פעברואר 03, 2008 10:34 am
דורך יאנאש
רייט קליק אויף דעם בלעטל (אנגעצייכנט אינעם בילד) דאס איז די לינק צו דעם ספעציפישן תגובה.

געשריבן: זונטאג פעברואר 03, 2008 11:00 am
דורך אנדי פעטיט
שכח.

געשריבן: דינסטאג פעברואר 12, 2008 12:19 pm
דורך זיידעניו
וואס איז דער חילוק פון די סמעטענע און היימישע קרעשטמע

געשריבן: דינסטאג פעברואר 12, 2008 12:28 pm
דורך מיללער
סמעטענע איז א פלאטפארמע ווי די הנהלה וועלט אויס געוויסע ארטיקלען פון איבער די קרעטשמע, וועלכע זענען ווערט באצייכנט צו ווערן אלס די 'סמעטענע' פון די קרעטשמע (ראוי להעלותם על שלחן מלכים בלע"ז).

פון א מאטרעאליסטישע שטאנדפונקט, איז עס לעצטנס גאר פארנאכלעסיגט, טיילווייז ווייל די סארט 'סמעטענע ארטיקלען' זענען געוואקסן לעצטענס אין צאל בעיקר דורך באשטייערונגען פון געוויסע נייע ניקס ווי ר' אלתר בחור הי"ו און נאך, פיל מער ווי מיר זענען געווען געוואונט ביז דאן, א זאך וואס איז ווערט צו גראטולירען אבער צו דער זעלבער צייט מאכט דאס די ארבעט פון 'דולה ומשקה' (דער שירעם-ניק פאר מיטגלידער מיט צוטריט ארויפצושטעלן ארטיקלען אונעם סמעטענע פורום) שווערער און קאמפליצירטער.

ומכאן הכרוז יוצאת לדולה ומשקה, די לעצטערע ארטיקלען בעטן זיך ביי אייך, אל תעזבנו לאורך ימים, לאזט אונז נישט יורד זיין לעמקי הקרעטשמע והסביבה, זייט אונז מעלה למקומם הראוי ווי עס פאסט פטר די ארטיקלען און זייערע ניקס.

געשריבן: דינסטאג פעברואר 12, 2008 2:55 pm
דורך יאנאש

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 14, 2008 10:44 am
דורך זארעכפעפער
איך וואלט מציע געווען, אז דער אויבנדערמאנטער אשכול, וואס "יאנאש" לינקט, זאל מען מאכן פאר אן אשכול דבוק אינעם סמעטענע פורום, ובזה יסורו כל התלונות.

געשריבן: מאנטאג פעברואר 18, 2008 5:08 pm
דורך אנדי פעטיט
פארוואס קומט ארויף די פאפ אפס בלאקד א יעדעס מאל וואס איך באקום א הודעה אישית?

פארוואס קומט ארויף יו אר על בלאקד א יעדעס מאל וואסאיך וויל פאוסטען א לינק?


עס שטערט מיר נישט ווייל איך ווייס ווי אזוי עס צו לאזן טעפערערילי אבער איך בין נייגעריק צו וויסן פארוואס?

געשריבן: מאנטאג מאי 05, 2008 11:37 am
דורך שמערי בערי
קען מיר איינער העלפן (אדער אנווייזן ווי אין סייט עס שטייט) וויאזוי מען מאכט א לינק אין א תגובה צו א URL?

געשריבן: מאנטאג מאי 05, 2008 12:09 pm
דורך מאשקע

געשריבן: דאנערשטאג יוני 19, 2008 10:52 am
דורך חיים
רבותי איך וויל אויך עפעס פרעגן דאס איז מיין ערשטע תגובה וואס איך שרייב איך וויל וויסן וויאזוי איך קען מאכן א פרישע אשכול מיט א נייע title ווער עס ווייסט זאל מיך ביטע לאזן וויסן אויך אין אישי יישר כח

געשריבן: דאנערשטאג יוני 19, 2008 10:58 am
דורך 3x0
גיי אריין אין די פארום וואסס דו ווילסט דארט עפענען די אשכול, און דרוק אויף "נושא חדש".