גאר וויכטיגע מעלדונג איבערן מופן!!
אחראי: אחראי
גאר וויכטיגע מעלדונג איבערן מופן!!
א גוטן חשובע מעמבער'ס,
מען האט שוין לאנג גערעדט דערפון, אבער מיט גרויס פרייד ווילן מיר איינמעלדען אז אט ווערט עס שוין מקויים, יא מיר ציען זיך אריבער צו אונזער נייער פלאץ, אויף אידישע וועלט.
בעז"ה אויב אלעס גייט ווי געפלאנט, וועט עס פארקומען דעם דינסטאג וואס קומט אי"ה, "יום שנכפל בו כי טוב לסדר אלה מסעי".
עטליכע אנווייזונגען:
1) פון מאנטאג בערך אינמיטן די נאכט, וועט די קרעטשמע ווערן פארשפארט, כדי עס זאל נישט צוקומען קיין תגובות וואס וועלן פארלוירן גיין.
2) דינסטאג צופרי וועט עס לכאורה נאך נישט זיין גרייט, אבער האפענטליך אינמיטן טאג וועט עס שוין זיין אפען, די מינוט וואס עס וועט ווערן גרייט וועט אי"ה ווערן א לינק אין www.ivelt.com ביי די מעניו'ס, וואס וועט זיך רופן "פארומס" קליקענדיג דערויף וועט איר אי"ה אנקומען צו דער שפאגל נייער קרעטשמע.
3) ערגעץ צווישן דינסטאג - מיטוואך, וועט די לינק פון היימישע קרעטשמע גלייך טראגן אהין צום נייעם פלאץ.
4) אין דער נייער פלאץ איז דא פיל מער פונקציעס און אפציע'ס פאר יעדעם איינעם, מיר האבן פראבירט ווי ווייט מעגליך אלעס צו מאכן אויף מאמע לשון "אידיש", און מיר האפן אז איר וועט אלעס פארשטיין, אויב נישט וועט איר קענען אנפרעגן ביי די הילף און וויכטיגע מודעות פארום.
5) אזוי ווי יעדע נייע זאך, וועט נעמען א שטיקל צייט ביז אלעס וועט ווערן געהעריג מסודר, דעריבער אויב זעהט איר אז איר קענט נישט שרייבן ביי דער נייער פלאץ, דאן שיקט אן אימעיל צו איינע פון די מנהלים, אדער צו מיר אויף arenderr @ gmail.com (נעמט אראפ די צוויי ספעיסעס).
מער אינפארמאציע וועט אי"ה זיין אויפן נייעם פלאץ,
אויב האט איר שטרויכלונגען פון אנהייב ביטע זייט אונז מודיע, און נעמט ביטע אין באטראכט אז מיר ארבעטן שווער צו מאכן אלעס דאס גרינגסטע וואס מעגליך.
מיר האפן אז איר וועט הנאה האבן פונעם נייעם פלאץ!
מיט דאנק
הנהלת היימישע קרעטשמע / אידישע וועלט.

רבותי! רבותי! ס'צרות!!!
וואס גייט מען טון פון מיטל נאכט מאנטאג, ביז דינסטאג אינדערפרי???
א קרעטשמע צום קאווע העמיר נישט האבן, בלית ברירה וועט מען מוזן נעמן דערשטאט צוויי פאפיראסן.
איין זאך בעט איך פון ס'גאנצער עולם, זעטס סאל זיך נישט איבער חזר'ן, מ'זאל נישט דארפען שרייען אין ניי קרעטשמע, אוי די גוטע צייטן אין אלט-ניי קרעטשמע, ווען ג............... פלעגט שרייבן, אוי מיר בענקן זיך, נא נא! יעדר זאל זיך שוין פאקן פעק און גלייך זיין רעדי, ווען סעט ווערן גרין זאל אלעס גלייך פארן.

פון גרעבעטשלעך, קומט נישט קיין טשעקעלעך,
עס איז גאר א גרויסער פראבלעם אז מען וועט מער נישט קענען ליינען פון פאלם.
דאס וועט זיין און קעגנזאץ פונעם הויפט-מטרה פונעם קרעטשמע.
און אנדערע ווערטער:
שטעלט אייך פאר ווען פישל דער קרעטשמער פון נירעדהאז שטעלט גרויסע פלאקאטן אין די גאסן ''אויפמערקזאם!!! פון דינסטאג מיטאג אנגעפאנגען קען מען נישט אריינקומען צום קרעטשמע נאר ווער עס איז א שפיקיטיווקער חסיד!!''
גאנץ נירעדהאז וואלט געקאכט ווי א קעסל, ניין?
מען בעט די הויכגעשעצטע פירער פונעם קרעטשמע: פארגעסט נישט פון די פאלמ'רער אידן!

ר' שמחה;
"אידישע וועלט" ווי עס שטייט יעצט קען מען פילייכט נישט זעהן דורך פאלם-רידינג (יא יא, איך ווייס אז דאס איז גאר אן אנדער סארט זאך), על כן דאגה'ן די אידן. דער אמת איז אבער אז דער ארענדער ארבעט דערויף, און חזקה על חבר טוב שאינו מוציא מתחת ידו דבר שאינו מתוקן פאר אלע סארטן אידן מיט אלע סארט פארבינדונגען.

- abimlaibt
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3855
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 25, 2006 3:48 pm
- לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ
גלייבט מיר עס איז מיר בכלל נישט גרינג זיך אוועק צו ציען צו א נייע פלאץ.
אבער כאב קיין ברירה נישט ווייל אליינס צו בלייבן האבעך נאכמער מורא.
על כן יעזוב איש מקום הקרעטשמע, מיום גימל והלאה, וביום השמיני יהיה האות הזה,
ווען עס קומען אזאנע צייטן וועריך עפעס אינגאנצען איבערגעצויגן, און איבערגשטיגן,
עס איז שווער צו קאנצעטרירן, אבער דער טאג איז שוין ב"ה דא, מיר גליין און האפן אז דאס גייט זיין נאר בעסער און נישו ח"ו פארקערט,
נו שוין, הערשי!!!!!! דו האסט די ראלל טעיפ? וואס?????? נוצט עס נאך? איינער האט עס שוין געבעטן נאך דיר?
וויפיל באקסעס האסטו נאך צו טעיפן? עס וועט שויניש זיין גענוג פאר מיינע באקסעס????
שלאף רעבע עס איז נאך דא טעיפ? הערשי זאגט עס גייט שויניש זיין גענוג פאר מיין באקס!
איינער האט געזעהן די מעזשיק מארקער פאר די באקסעס?
ווער האט די מארקער??? עס איז געווען צוויי פאר יעדע באנק? (פארום)??????
אה יואלי דו האסטעס? געמער עס פליז פאר איין מינוט... כ'געב דירעס שוין צוריק,
בערך אזוי איז עס צוגעגאנגען אין מיין באנק...
אבער ערענסט גערעדט, טייערע מיטלויפר כ'מיין מיטגלידער ווי אויך מיטלויפער...
מיר גייען ב"ה פאראויס נישט ח"ו אויף צוריק. די קרעטשמע האלט ב"ה היינט צו טאגס אויף א דרגה,
ווי קיין אנדערע סייט, דאס איז ממש א ריינע סייט, מען ברויך ארבייטן צוזאמען אז דאס זאל נישט צאמפאלן,
און פארדעם זענען מיר טאקע דא, אז קיינער זאל נישט בלייבן אליין,
חשובער ארענדער מיר זענען מיט דיר און וואס דו טוהסט זאלסטו האבן הצלחה.
שכח פאר דיר און אלע מנהלים פאר די אומסיסטע סערוויס וואס איר שטעלט אונז צו.

וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35246
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק