גאר וויכטיגע מעלדונג איבערן מופן!!

פארוואלטונג מעלדונגען, און טעכנישע הילף אויפן זייטל

אחראי: אחראי

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12462
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג יולי 28, 2008 3:49 pm

מיללער, נאך א זאך.

מאך מיר נישט קיין פראבלעמען דארט אין 'היכל הנגינה' ס'איז דארט צאל-לאזע סידי'ס מיט ניגונים, רעפ עס גוט ארום, האסטעך אקורשט באקומען סטרעטש-רעפ פון פארשלאפן, איך האב גאנץ ווייניג חשק אנצוקומען אין נייע קרעטשמע מיט א הויפן ציקריצטע סידי'ס, איך דארף דיר נישט זאגן וויאזוי דאס וועט ארבייטן, מיין קאפ דרייט זיך שוין יעצט דערפון.


האללאו, די אינגעלע דארט, שטיי אין דער זייט אדער גיי אריבער קעגן איבער. זעהט נישט? ס'קען דאך אראפפאלן ח"ו ס'גאנצע מעשה אויף דיר ארויף, האסט נישט קיין שכל?!! מ'דרייט זיך נישט דא, ווי איז דיין טאטע?

ר' שמחה, קוק אהער, דיין אייניקל דרייט זיך דא נעבן די טראק און ס'איז באמת א סכנה, חוץ דעם וואס די גיום רעדן אזוי שמוציג, די קליינווארג דארפן דאס נישט הערן. נאח! קום אהער די בחור'ל דארט, די פארשטייסט נישט וואס מ'רעדט צו דיר??!!! נעם דיר דיין תפילין און גיידער אריבער אויף די אנדערע זייט!!

מיללער, מ'דארף רופן פאליס זאלן לייגן בעריקעיד'ס.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
יעקב אלי בראך
שר חמש מאות
תגובות: 674
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 06, 2006 11:54 am

תגובהדורך יעקב אלי בראך » מאנטאג יולי 28, 2008 3:57 pm

פאליציי זענען דא
צוגעלייגטע
Police.gif
Police.gif (6.74 KiB) געזעהן 1553 מאל

אוועטאר
יעקב אלי בראך
שר חמש מאות
תגובות: 674
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 06, 2006 11:54 am

תגובהדורך יעקב אלי בראך » מאנטאג יולי 28, 2008 4:00 pm

אפי' די פאליציי לייגט צו א האנד
צוגעלייגטע
 צו האנד.jpg
צו האנד.jpg (70.43 KiB) געזעהן 1431 מאל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24335
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג יולי 28, 2008 4:00 pm

אקעי, ווער גייט רעדן צו די פאליציי? איך ברויך נישט זיי זאלן ווערן ארומגעפירט פון יעדן, שמערי, קענסט זיין דער ליעזאן?

אה דער רבי אדמו"ר פאקט שוין אויך ספרים, וואטש אויף דיין שטריימל עס קען קאליע גיין ביים פאקען, ר' מענדל פרענקל האט נישט נאך איינס.
צוגעלייגטע
769471175473a30928b946.jpg
769471175473a30928b946.jpg (1.77 KiB) געזעהן 1544 מאל

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3681
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » מאנטאג יולי 28, 2008 4:01 pm

חחחחחחחחחחחחחחחחחחחח, מיללער

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12462
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג יולי 28, 2008 4:10 pm

איך שאקל מיך פון לאכן, ר' מיללער ס'איז איינס און א גוט'ס!
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6624
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מאנטאג יולי 28, 2008 4:57 pm

ר' צייטליך
וואס שיקסטו דעם בחור אריבער צי די אנדערע זייט? דארט עט ער נישט נישט קאלע ווערען?
זעהסט נישט אז דער פרעס טראק איז דארט געפארקט?
the SCY is the limit

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12549
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג יולי 28, 2008 5:07 pm

צייטליך, מיללער, ר' שמחה, און אלע מגיבים דא: ענקער מוט איז היינט למעלה מן המשוער. הלוואי יעדן טאג אזוי.
An article a day keeps the babies away

אבאמא09
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 11, 2008 11:10 pm

תגובהדורך אבאמא09 » מאנטאג יולי 28, 2008 5:09 pm

זיידעניו האט געשריבן:דיני בין המצרים

א. ימי בין המצרים:

ז. עס זענען דא וואס פירן זיך אז זיי ציען זיך נישט אריין צו א נייע דירה אין די בין המצרים, אבער למעשה קען מען מקיל זיין אין א פאל וואס מען מאכט נישט קיין שהחיינו יא זיך אריבערצוציען אין א נייע דירה (קו"ה). עס זענען דא וואס האלטן אבער אז מען זאל יא מחמיר זיין אז מען זאל איין קיין פאל נישט אריין גיין וואוינען אין א נייע דירה. (שם בשם החזו"א)


רבותי מ'בלייב מיר דא!!! פארפאלן.

זיידעניו האט געשריבן:
ח. עס שטייט אין אחרונים אז לכתחלה זאל מען נישט אנהייבן צו קאלעכען (פעינטען אדער לייגן וואל פעיפער) די הויז אין די בין המצרים, סיידן אויב די קאלעך איז צוגרונד גיין פון וואסער אד"ג. (א"ר מובא בפ"ת ס"ח)


דא רעדט מען אונז איין אז דארט קומט אזאנס אין אזעלעכס, געט'ס א קוק ניטאמאל פעינטן גייט מען דארט.

זיידעניו האט געשריבן:א. מען מעג גיין אויף פארברענגען (טריפ'ס) אין די דריי וואכן. עס זענען דא וואס ברענגען אז מען זאל זיך צוריקהאלטן דערפון. מען זאל אבער נישט נעמען קיין קינדער אויף פלעצער וואס מ'האט דערפון א שטארקע שמחה [ווי א צירקוס אד"ג]. (קו"ה)


עניוועי אפילו די מנהלים פייפן אויף זיידעניו, אונז בלייב מיר דא, ווייל פארברענגן איז מותר, אבער פארברענגן טריפס (מאפן) אידאך אסור.....
פון גרעבעטשלעך, קומט נישט קיין טשעקעלעך,

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6624
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מאנטאג יולי 28, 2008 5:30 pm

מאשקע האט געשריבן:צייטליך, מיללער, ר' שמחה, און אלע מגיבים דא: ענקער מוט איז היינט למעלה מן המשוער. הלוואי יעדן טאג אזוי.
יעצט שטעל דיך פאר די מוט פון די יודען בצאתם ממצרים!
the SCY is the limit

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18116
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג יולי 28, 2008 5:30 pm

באלד וועל מיר זיין אי''ה אין די געגנט פון ארטמאיער, אויב דארף מען נאך האנד טראקס אדער דאלליס ביטע לאזען וויסען ווי פריער.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12462
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג יולי 28, 2008 5:35 pm

די וועסט דארפן גיין קויפן, ווייל איך בין זיי שולדיג געלט, פאר מיר גיבן זיי מער נישט קיין סחורה...
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6624
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מאנטאג יולי 28, 2008 5:35 pm

אבאמא09 האט געשריבן:
זיידעניו האט געשריבן:א. מען מעג גיין אויף פארברענגען (טריפ'ס) אין די דריי וואכן. עס זענען דא וואס ברענגען אז מען זאל זיך צוריקהאלטן דערפון. מען זאל אבער נישט נעמען קיין קינדער אויף פלעצער וואס מ'האט דערפון א שטארקע שמחה [ווי א צירקוס אד"ג]. (קו"ה)
עניוועי אפילו די מנהלים פייפן אויף זיידעניו, אונז בלייב מיר דא, ווייל פארברענגן איז מותר, אבער פארברענגן טריפס (מאפן) אידאך אסור.....
און וואס זאל איך טוהן?
איך זאל מיך באהאלטען און א לאך און ערשאט ארויסקריכען מוצאי תשעה באב?
the SCY is the limit

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24335
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג יולי 28, 2008 5:44 pm

פארשלאפן,
ברענג מיר א דאלי צוויי, שרייב עס אויף אויף די קרעטשמעס חשבון (די נייע קרעטשמע אומבאדינגט, ווייל די אלטע האט א אוטסטענדינג באלאנס) שנייד אראפ די נאז קודם......

ר' שמחה,
איך ווארן אייך אויב איר באהאלט זיך ביז מוצאי ת"ב, מי יגדור גדר ומי יעמוד בפרץ?

מאשקע,
שרייב עס אין די מוד/מוט אשכול, ב.ד.וו. וואלסט אויך געמעגט זיין אין די מוד.

צייטליך,
די גוים בלייבן היינט אווער-טיים?

יו איך קען שוין נישט קער נעמען, איינער נעמט מיך איבער?

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מאנטאג יולי 28, 2008 5:52 pm

און וואס איז מיטען אלטען שמערי? ער'ט בלייבן אין דע גאס?

גראדע זעט מען היינט דא א געוואלטיגער עולם און א געוואלטיגע סכום תגובות, ארענדאר, זעסט נישט ווי דער עולם בענקט זיך?
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלטעבחורל » מאנטאג יולי 28, 2008 5:55 pm

מיללער;
דו ביסט גין-גאטלד, איי וואסעט זיין קלעימסט אז דו קענסט נישט איינער מוז איבערנעמען?

שמאחטע ארויף ביז 4000 תגובות, באטקס דיך פון אלע זייטן פאר שמחה - וואס דו האסט עיקאמפלישד, שמייכל פאר דיר צווישן פיר ווענט, טרינק א גלעזל סלעצער מיט איין אטעם (קענסט? מיין ברודער קען...) אין יאטג אוועק מיט א באחרג פעניס וואס איז נאך געלבין אינעם עלצטען אשכול, נעם די 'פעניס' אין פארטייל דאס פאר דיינע קינדער וואס שפילן 'פליז-גנבים' אין גאס נעבן דיין הויז שבת-נאכמיטאג.

עעעערסטע? טו צו די זאך, לאטניש איבער קיינעם אוועק נעמען דיין ארבעט, נעם אפיר דיין ברוינעם כאלאטל וואס דו פלעגסט אמאל נוצן ביים שפילן מיטן פידל (דאחכצעך אז מען האט דאס נארוואס צוריק געברענגט פון די קלינער'ס - יא?) אקעי; נעם עס זאפארט אין הייטאח!

מיללער; יו אר דזשאסט טו גוד...

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12462
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג יולי 28, 2008 6:29 pm

מיללער, די מיזט דא פארלייבן צו מענעדזשען די זאך, מיר קענען נישט אן דיר.

די גיום פארלייבן היינט דעפענעטלי אווער טיים, אבער באצאלן דערפאר? מאן ד'יושע שמייע. זיי זענען סייווי פון די אומלעגאלע חברה.

פארשלאפן, ברענגסט שוין יא א הענד-טראק וואלט עס געמעגט זיין מיט לופט-רעדער, נישט די פלאסטיק וואס פארבלייבט ביים ערשטען סטעפ.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מאנטאג יולי 28, 2008 6:35 pm

צייטליך האט געשריבן: מאן ד'יושע שמייע. .

דער עולם פרעגט דא פארוואס איך לאך?

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6407
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מאנטאג יולי 28, 2008 6:58 pm

נא ווי איז דער עולם, נישט שטיין אין א זייט נאר לייגט צי א יד
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5035
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » מאנטאג יולי 28, 2008 11:24 pm

יוי, מ'קעןנאך שרייבן דא?
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5035
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » מאנטאג יולי 28, 2008 11:26 pm

אה, מ'קענאך, באכעשעם, שאם לייכעם רבותי, שויןיבער צוויי וואכן וואס כ'ביניש דא, כאזעך געפינען אין די טרייפענע מדינה, באכעשעם צוריגעקומען גראד צומופען אוי ווי געלונגען, לאמעך נאר טרייען אריינצוריקן נאך אפאר תגובות בעפאר מען שפארט אפ דא.

נא געגאנגען
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 17821
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג יולי 28, 2008 11:39 pm

אקעי! רעדי?

ארענדער מיין יוקאן איז גרייט! מ'קען גיין...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
arender
Site Admin
תגובות: 1306
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2006 10:17 pm

תגובהדורך arender » מאנטאג יולי 28, 2008 11:53 pm

ביז פופצען מינוט גייט מען דא צושפארן.

מיט דאנק

אבאמא09
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 11, 2008 11:10 pm

תגובהדורך אבאמא09 » דינסטאג יולי 29, 2008 12:03 am

יוי פליז נאך אביסל!!!
פון גרעבעטשלעך, קומט נישט קיין טשעקעלעך,

אוועטאר
arender
Site Admin
תגובות: 1306
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2006 10:17 pm

תגובהדורך arender » דינסטאג יולי 29, 2008 12:12 am

סארי,

עס ווערט איצט פארשפארט, צום ווידערזעהן אי"ה מארגן.


צוריק צו “הילף - און וויכטיגע מודעות”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 3 געסט