היינט קומען די אינגעלך אהיים פאר ענגליש, די מיידלעך האבן בכלל נישט קיין סקול, די מלמדים האבן נאר א האלבע טאג און די באס דרייווער זענען אויף אנדערהאלבן טאג וויקאציע, די קעכער קאכט נישט, בקיצור, אלעס גייט וויקאציע, קיינער ארבייט נישט.
גאר אנדערש איז אבער די מענעדזשער. ער איז איבערגעארבייט ביז איבער די הויזן-טראגער, שוין וואכן וואס זיינע ארבייטער אינטער אום זענען פארנומען יעדע איבעריגער צייט צו פאקן די באקסעס. דער מענעדזשער מיט פענסיל אויף די אויער און די ריזיגער רינגעל שליסלען, ברייטע הויזן טראגער און צוגאב צו זיין גרויסן לעדערנער פאסיק מיט דאבל-לעכער איז פארנימען מיט א גרויסן קליפ-באורד אין זיין האנט, דארט איז פארצייכענט די אלע זאכן וואס ווערן נישט באניצט אין א געוונליכען טאג, די זאכן קען שוין געפאקט ווערן א וואך פון פאראויס, סתם א שאד, מ'קען עס שוין איינפאקן און אפאנגען אריבער צו טראגן אונעם ניייעם לאקאציע.
אויפן אינטערשטען בלאט פונעם קליפ-באורד איז פארצייכענט די זאכן וואס ווערן באניצט ביז די לעצטע מינוט ווען מ'וועט דאס אפשפארן, די זאכן קען מען נישט רורן פון ארט ביז אלע חברה, אינגע בחורים, אלטע בחורים, אינגעלייט און זאגאר אפילו די עלטערע אידן ווי ר' שמחה וועלן זיך ארויסזעהן פון קרעטשמע , הערשט דאן וועלן זיינע ארבייטער אנפאנגען צו ארבייטן פיבערהאפטיג זעקס און דרייסיג שעה רינדע דעם זייגער צו פארענדיגן די לעצטע און נויטיגע זאכן אז די נייע קרעטשמע זאל אויסשטאפירט ווערן מיט אלץ און אלעמען פונקט ווי פריער.
פאר די וואס דרייען זיך דא די לעצטע עטליכע טעג האבן זיכער באמערקט די גרויסע שילדן וואס הענגן ביים הויפט אריינגאנג ווואס זאגן אן די בשורה טובה ומרנינה (וועא"מ) איבער דער נייער ישוב ווי מיר גייען זיך אהינציען. שטארק מערקבאר זענען די גרויסע "באטדזשעט" טראק'ס וואס זענען פארקירט לענגאויס די קרעטשמע אנגעפאנגען ביים ערשטען אריינגאנג ביים 'ברוכים הבאים' לענגאויס די גאנצע קרעטשמע ביזן לעצטן אריינגאנג ביים 'ספארט' אפטיילונג.
אויך אויף די מנהלים קען מען באמערקן א שטארקע אויסמיטשעניש, אלע פון זיי, אפילו די אחרים זענען אויך אנגעשפאנט אין די ארבייט, יעדער האט באקומען צוגעטיילט פאר זיך א דזשאב. די מענדזשער - פארשטייט זיך איבער אלע - איז פארנימען מיטן איינטיילן די ארבייט.
א ספעציעלע מסיבת לחיים ווערט פארגעברייט אונעם גרויסן לאחבי פונעם קרעטשמע, אלס אן אפצייכענונג און "מעמד צתכם לשלום". ספעציעלע "תפלת הדרך'לך" אין א קליינעם פארמאט וואס זענען ערשינען לכבוד דעם מעמד וועלן פארטיילט ווערן פאר אלע באטייליגטע. אבער ווי יעדער פארשטייט. די קרעטשמע איז שוין מער ווייניגער אויסגעליידיגט פון משקה, די טישן און בענק וועלן נאך דא פארבלייבן ביז די לעצטע מינוט, אבער קיין טרינקען און עסן איז שוין נישטא, אלע קעיסעס האט מען שוין נעכטן נאכט און מוצ"ש אריבער געטראגן, לאור זה ווערט יעדער געבעטן צו קומען מיט זיין אייגענע משקה און געטראנגען און דאס מיטטייילן מיטן ציבור.
די מודעה איבער די באסעס וואס וועלן אריבערפירן דעם עולם וועט אי"ה נאכפלגן, ווארט מיט אינטערעסטע.
כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך.
ואומר ג"פ: ויעקב הלך לדרכו ויפגעו בו מלאכי אלהים: ויאמר יעקב כאשר ראם מחנה אלקים זה ויקרא שם המקום ההוא מחנים.
ואומר ג"פ: לישועתך קויתי השם.
ואומר ג"פ: הנה אנכי שלח מלאך לפניך לשמרך בדרך ולהביאך אל המקום אשר הכינותי.
ר' שמחה,
ווארף אהער די שטריק (יו געדענקסט נאך ווען מ'האט געמופט פון קרוינהייטס, די פינגערס האבן געציפט פון טייטענען די ברוינע שטריק) מהעט נאך זאגן, דער 'שטריק' האלט אין זיך ש"ס ופוסקים...
צייטליך,
ברענג סענדוויטשעס פאר די גוים, זיי שטעלטן ווי טאוסטערס אז מהאט זיי צוגעזאגט, איך ברויך נישט זיי זאלן מיך יעצט איבערלאזן.
ארענדאר,
וואסי די וועטער דארט אין די נייע קרעטשמע? איך דארף מיין סוועטער?.....