וויכטיגע מעלדונג איבערן צוקונפט

טעכנישע סייט הילף און אפדעיטס

אחראי: אחראי

אוועטאר
arender
Site Admin
תגובות: 1379
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2006 10:17 pm

וויכטיגע מעלדונג איבערן צוקונפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך arender »

ב"ה

צו אלע חשובע חברים,

קודם וויל איך וואונטשן פאר אלע מעמבערס פון די קרעטשמע א הערצליכען מזל טוב, פארן דערגרייכן צום מספר פון 100 טויזענט תגובות וואס כולן שווה לטובה אן קיין לשון הרע ורכילות, אדער שמץ פון שמוץ, וואס ווען מען טראכט אביסעלע טיפער אריין דערין, זעהט מען וואספארא דערגרייכונג דאס איז, אז עס במציאות צו פארברענגן אן שרייבן לשון הרע וכדומה.

פארשטייט זיך אז דאס וואלט קיינמאל נישט צושטאנד געקומען אן די צוזאמנארבעט פון אלע חשובע מעמבערס, וואס האבן אריין געלייגט די כוחות און שעה'ן צו שרייבן און פארברענגן, אן קריגערייען, און א גרויסן דאנק קומט זיך פאר די געטרייע מנהלים און אחראים וואס לייגן אריין איבער מידליכע כוחות און צייט שלא על מנת לקבל פרס, אכטונג צו געבן אז אלעס פארט ווי געשמירט, אלץ אדמיניסטראטאר זעה איך פון צייט צו צייט זייער ארבעט, און איך וויל טאקע אויסדריקן מיין דאנק דא ברבים פאר די געטרייע מנהלים און אחראים דערפאר.

די קרעטשמע איז טאקע נאר אפען א קנאפע יאר מיט א דריי פערטל, אבער אין די קליינע צייט האט זיך שוין גאר אסאך געטוישט, פון פינף זעקס פארום'ס זענען אויסגעוואקסן ניינצן
פארום'ס פון קוים עטליכע דרייסיג מעמבערס איז עס געשטיגן צו איבער דריי הונדערט, פון הונדערטער ליינער'ס א מאנאט, זענען מיר געשטיגן צו טויזענטער ליינער'ס א מאנאט, (יא ממש נישט צום גלויבן, אבער פארט א פאקט!), פון עטליכע זעכציג תגובות א טאג, צו הונדערטער איז אויך נישט קיין קליינער שפרינג, מען איז געווען געצווינגן אויפצונעמען פרישע מיטגלידער אין די הנהלה צו קענען מיט האלטן מיטן וואוקס ב"ה, אבער מיט דעם אלעם האלטן מיר פונקט ווי ביים אנהויב, (?!) דהיינו, אז ב"ה די פרינציפן אויף וואס מען האט דעמאלט געשריבן שרייבט מען ווייטער, מען האט זיך נישט גערירט פונעם אויסגעטראטענעם וועג, זאל דער אייבירשטער העלפען אויף ווייטער.

איצטערט אז מיר האלטן שוין דא ביי איבער הונדערט טויזענט תגובות מיט פרישע טויזענטער תגובות וואס קומען ב"ה צו וועכענטליך, מוזן מיר אינטער נעמען געוויסע שריט צו פארזיכערן די וואוקס פון די קרעטשמע, ווי די מעמבערס געדענקן זענען נישט לאנג צוריק פארגעקומען פראבלעמען מיט די קרעטשמע, עס האט נישט געארבעט פאר א שטיק צייט, און זינט דאן ארבעט נישט געהעריג די חיפוש, אדער ווצב"ש נעכטן האבן פילע מעמבערס געהאט פראבלעמען, און אזוי פון צייט צו צייט באקומען מיר קאמפלעינס פון די חשובע מעמבערס אז עפעס קענען זיי נישט געהעריג אריין קומען.

דאס אלעס איז אין טייל צוליב וואס די קרעטשמע (סערווער) ווערט געהאלטן ביי געוויסע קאמפעני'ס וואס האבן ביי זיך (אויף די זעלבע סערווער) נאך הונדערטער אנדערע וועב זייטלעך, און ווען איין וועב זייטל ווערט צו גרויס פאר זיי און זיי הייבן נאר אן מורא צו האבן אז עס קען שלעכט ווירקן אויף די אנדערע (אז עס וועט ארבעטן שטייטער, צו אז עס נוצט אויף צו אסאך ריסארסעס) וועלן זיי אנהייבן צוימען די וועב זייטל מיט פארשידענע צוימונגען (מ'טאר נישט צולייגן דאס, אראפ נעמען לינק'ס, אויסמעקן אלטע ארטיקלען, וכדומה).
אזוי אויך וויבאלד נאך פולע וועב זייטלעך געפונען זיך אויף די זעלבע מאשין, קען זיך אריין כאפן וויירוסעס אין איינע דערפין און עס טוט אן פראבלעמען פאר אלע אנדערע וועב זייטלעך וואס זענען דערויף (אזוי ווי נעכטן).

וואס דאס מיינט פאר אונז איז, אז וואס גרעסער מיר וועלן וואקסן אלץ ווייניגער פונקציעס וועלן מיר קענען האבן, און די טשאנסן צו ווערן אפ-געשפארט ווערן העכער און העכער, און מיר וולן נישט קענען סערווירן דעם עולם, דאס לעצטע מאל האבן זיי מיך געווארנט אז נאך איינמאל עס מאכט פראבלעמען פאר זיי שפארן זיי עס אפ אינגאנצען און וועלן עס מער נישט עפענען.

דעריבער די איינציגסטע און גלייכסטע וועג איז ארויף צו לייגן די קרעטשמע אויף אן אייגענעם סערווער, וואס דאן קענען מיר וואקסן וואס מער אן שטרויכלונגען, ס'מיינט נאך נישט אז דאן קען (און וועט) זיך נישט מאכן קיין פראבלעמען, נאר די טשאנסן זענען פיל פיל קלענער. און מיר קענען צו לייגן וואס מיר ווילן נאך מער פונקציעס פאר די מעמבערס.

זענען מיר געקומען צו די מסקנה אריבער צו ברענגן די קרעטשמע צו די אידישע וועלט וואס איז אויף אונזערע אייגענע סערווערס, וואס דאן וועלן מיר פילפאכיג הנאה האבן דערפון, איינס מיר וועלן פארמיידן מער פון די אויבן דערמאנטע פראבלעמען, און מען וועט נישט דארפן האבן צוויי נעמען אריינצוסיינען אין צוויי וועב זייטלעך, עס וועלן צוקומען מער און מער מענטשן, וועט די קרעטשמע אי"ה וואקסן און צובאקומען מער דיעות און הילף, (און כ'באהאלט נישט, מיר די פארוואלטער פון די זייטל וועלן הנאה האבן פון די אדווערטייזמענטס וואס דארט איז דא, וואס וועט העלפן אויס-צאלן אביסל פון די הוצאות וואס קאסט אונז).

איצטערט ווען די פארום'ס וועלן אריבער גיין צו די אידישע וועלט גייען פארקומען געוויסע ענדערונגן (און זאכן וואס וועלן זיך נישט ענדערן) וואס מיר ווילן מיט טיילן מיטן עולם.

1) די סיסטעם פון די פארום'ס איז שוין אן אלטע וואס האט נישט אלע היינטיגע נייע פונקציע'ס דעריבער אינאיינעם מיטן טויש פון פלאף וועלן מיר אויך טוישן צום שפאגל נייעם סיסטעם וואס וועט האבן פיל מער פונקציע'ס און אפציע'ס, (וואס מיר וועלן אי"ה טיילווייז אויסרעכענען אין אן אנדערען ארטיקל)

2) די פארום'ס וועלן באקומען דעם נאמען אידישע וועלט פארום'ס, א וודאי וועט פארבלייבן די אפטיילונג היימישע קרעטשמע,

3) די געטרייע מנהלים בלייבן די זעלבע און זיי האבן נאך אלס די אויסשליסלעכע לעצטע ווארט אין די פירערשאפט פון די פארומ'ן, און ווען זיי וועלן איין זעהן פאר וויכטיג אז מען דארף אויפנעמען פרישע הנהלה מיטגלידער וועלן זיי אזוי טוהן.

4) איינע פון די נייע אפציע'ס פון די נייע סיסטעם איז, אז מען קען מאכן סוב פארומ'ס, דהיינו צום ביישפיל די קאטעגאריע "בית המדרש דקהלתינו" האט אינטער זיך פינעף פארום'ס און וויבאלד זיי זענען אלע הויפט פארום'ס נעמען זיי אויף די זעלבע מאס פלאץ אויף די הויפט בלאט, (און פילע מעמבערס האבן זיך שוין אפגערעדט אז מען דארף זייער אסאך אראפ סקראלן) אויב אבער וועלן זיי ווערן סוב פארום'ס וועלן זיי הערשט ערשיינען אין פולן פראכט נאר ווען מען וועט אריינגיין צו די הויפט פארום דערפון, עס וועט אבער נאך זיין א לינק צו זיי אויף די הויפט בלאט, און מען וועט קענען זעהן ווען עס איז צו געקומען פרישע סחורה, דעריבער וועלן געוויסע פארום'ס ווערן אביסל ארום געטוישט צו קענען מאכן מער פלאץ פאר נאך פארום'ס, פונקטליך ווי אזוי עס וועט אויסגעארבעט ווערן וועט מען מעלדן און א שפעטערדיגע אפדעיט נאך וואס די הנהלה וועט באשלוסן דערויף.

5) די תקנות וועלן ווערן אביסל מער שטרענגער געפאדערט, ווצב"ש די תקנה נישט צו פארדרייען שמועסן און קיין שום אנדער פארום ווי דאס וואו זיי זענען ערלויבט, און אזוי נאך פארשידענע תקנות וואס וועלן איבער געארבעט ווערן, צו פארזיכערן אז אונזער פלאץ איז די אויסגעהאלטענסטע און באקוועמסטע פלאץ.

6) די אויסקוק גייט אויך ווערן פארענדערט (צום בעסערן) מיט די נייע סיסטעם, דערווייל הייסט עס אז די אדווערטייזמענטס וועלן זיין אין די זייט פון די פארום'ס כדי נישט צו שטערן פון ליינען געשמאק, (אזוי ווי עס איז יעצט אויף די אידישע וועלט) [עס איז אבער מעגליך אז מיר וועלן פראבירן עס צו טוישן צו פארגרינגערן פאר די וואס באנוצען זיך מיט א 800 ביי 600 סקרין רעזעלושען].

7) ווי די גאנצע אידישע וועלט וועב זייטל האפט מען אז די פארום'ס וועלן אויך זיין אויף אונזער היימישען מאמע לשון "אידיש" ("מאשקע" א דאנק פארן העלפן).

עס זענען מן הסתם דא נאך זאכן וואס איך געדענק נאר נישט אויף די מינוט, במילא ווען כ'וועל זיך דערמאנען וועל איך עס צו שרייבן.

דער טויש איז ערווארטעט ביז געציילטע וואכן, האפענטליך וואס שנעלער, און דאן וועט מן הסתם זיין געשפארט די קרעטשמע פאר א טאג צוויי (מיר האפן אויף ווייניגער), מיר וועלן אינפארמירן דעם עולם אין די קומענדיגע וואכן ווי מ'האלט.

מיט דאנק

דער ארענדער.
לעצט פארראכטן דורך arender אום פרייטאג יולי 25, 2008 12:01 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

א הארציגען דאנק, מר. ארענדאר

לאמעך הערן, מ'גייט נאכאמאל דארפן זיך איינשרייבן?

די אדרעסס, גייט ווייטער זיין היימישעקרעטשמע.קאם?
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

א דאנק פאר די מי און פלאג

וואס וועט פאסירן מיט די איצטיגע אינפארמאציע און תיבת דואר'ס?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

אזויווי איך האב שוין געהערט פון דער פלאן א שטיק צייט צוריק האב איך עס שוין עטליכע מאל איבערגעקלערט און איך האב שטארק מורא אז עס וועט פארלירן דאס היימישקייט און ב'טעם'קייט וואס עס הערשט היינט צוטאג אין קרעטשמע. אבער דאס אין א זייט געלייגט, מ'ברויך דאך האבן א לעזונג צום פראבלעם און דאס איז עס.

איך וויל נאר בעטן אלץ מיין ערשטע בקשה אז די סייז פון די FONTS זאלן נישט זיין די סייז וואס ווערט היינט באניצט אין 'אידישע וועלט', עס איז זייער א קליינער סייז, ס'איז זייער שווער צו ליינען לענגערע ארטיקלן דערמיט, די אויגן קריכט ארויס, אויב מעגליך זאל דאס ווייטער זיין דער סייז וואס די קרעטשמע ניצט.

*
עס איז נישטא די ווערטער אין מויל און נישט די קנעפלעך אויפן קיבאורד ארויסצוברענגען דער אמת'ער דאנק וואס עס קומט פאר די חברי הנהלה פון 'היימישע קרעטשמע' ו'ארענדער בראש.

זיי לייגן אריין אימערמידליכע כוחות און ארבייט בכלל איבער'ס יאר פאר די קרעטשמע אז עס זאל אפגעהיטן ווערן און אלעס זאל זיין אויפן שענסטן און בעסטן אופן, "יעדער תגובה" זאל זיין אויסגעהאלטן בתכלית ההידור, זיי געבן אכטונג אויף יעדער קלייניגקייט. און ווער רעדט נאך פון ארענדער, ער איז פארנימען טאג און נאכט מיט די אלע פראבלעמען פון וואס מיר וויייסן שוין היינט און פון ווען מיר האבן דאס נאכנישט געוויסט.

ענקער שכר איז זיכער גרויס אין הימעל אז מ'זעהט לא אלמן ישראל, עס איז נאך דא א קליין הייפעלע אידן אויף די גרויסע אינטערנעט וואס פארברענגען אין א ריינע אטמעספערע, ריין פון לשון הרע ורכילות, ריין פון ניבול פה, ריין פון טשעפען א צווייטן, אלעס כאיש אחד בלב אחד, יעזור השם כן להלאה.


ילכו מחיל אל חיל.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3686
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

מיינע אויגן ראגעלען זיך פון דעם טשענטש וואס איז ערווארטעט, די אלע וואס זענען שוין דא א דריי פיר יאר אדער מער, שפירן א געטוישעכטץ זייער שווער, אוודאי געוויינט מען זיך צו און מ'דארף כסדר צוקומען צו נייע אפדעיטס, אבער א טויש איז שווער.

ואבכה בזה יומם ולילה על חללי בית עמי, איך האב אפאר חדשים אריינגעלייגט כוחות גדולות אינעם "אידישן וועקיפידיע" כדאי עס אויפצובויען, היינט איז עס באגראבן טיף אין די קרקע, און איך האלט עס נישט ביים נאכוואקן.. (ארענדער, ביסט אפשר נישט שולדיג, אבער דאס ווייטאג ווען איך דערמאן מיך דערפון איז אין לשער. לאמיר האפן אז אפשר ווען קרעטשמע וועט אויך דארט זיין אין אידישע וועלט, וועט מען עס אויף א געוויסן אויפן צוריק אנפאנגן צו ניצן, ואסיים שיחתי מיט א קרעכטץ.)

דאס זעלבע קען געזאגט ווערן אויף א פורום אין הייד פארק, וואס רופט זיך "בחדרי חרדים משפחה אידיש" וואס איז ווי אפגעשטארבן, פארמאכט און פארקלאפט, און דאס הארץ לאזט א קרעכטץ אויף ימים ושנים וואס מ'פלאנטשט אריין אין א פלאץ און ס'ענדיגט זיך מיט א מציבה אטן א ליכטל..

עס איז יעדעם'ס וואונטש, אז די היימישקייט און די גוטע אטמאספארע זאל הערשן איבעראל ווי מ'גייט, מ'דארף אבער אויך האבן גרויס מזל אז ס'זאל אזוי זיין.

תבנא לדינא, עס פרייעט צו הערן די פלאג און מיה וואס די מנהלים לייגן אריין, ווי זיי שרייבן יעצט אליין איז דאס נאר פאר אונזער טובה לעתיד, וועלן מיר זיי אנוואונטשן כה לחי מיט אייער גוטע ארבעט.
אוועטאר
arender
Site Admin
תגובות: 1379
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2006 10:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך arender »

וויכטיג

ניין

יא

פארשלאפן,

אלעס וועט אי"ה מיט קומען.

צייטליך

אויף דיין ערשטע זארג, איז דער תירוץ, עס ווענט זיך אין די חשובע מעמבערס, (נישט דאס פלאץ מאכט דעם מענט, נאר דער מענטש מאכט דאס פלאץ)

די פאנטס וועט זיין שיינע גרויסע, אויסער דעם וועט מען עס קענען אליין מאכן גרעסער אויפן פעידזש.

יגר,

מיר האבן נאך נישט אויפגעגעבן אויפן וויקי אדרבה ואדרבה, מיר האבן נאר מער פלענער עס גרעסער צו מאכן, וואס מיר וועלן האפענטליך מעלדן בקרוב.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

שארט טו דע פאונט! wow!!!

בקיצר, אלעס בלייבט דע סעים! מ'מופט נאר דע פלאץ
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

אך ווער האט כוח צי דעם
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

איך האב נישט ליב קיין טויש אבער איך האב נישט קיין ברירה איך קען נאר וויטשען "צלח ורחב" , איך האף אז איך וועל מיך קענען ציגעוויינען צי די נייע סיסטעם
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

ואמר כל העם: יישר כח ארענדער פאר די אימערמידליכע מיה און פלאג (און געלט הוצאות, נישט אום קרעטשמע גערעדט) וואס דו גיבסט אוועק לטובתינו.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

ארענדאר, דיין אנאנסמענט איז שיין און געוואלדיג, אבער נאך א טיפערן טראכט, קלער איך אז די ערשטע זארג פון צייטליך, און די תגובה פון יגר'ל דארף אן ערענסטע איבערקלערונג. אן אנאנסמענט מעג מען טוישן.

גם אני מצטרף לדברי קרעמער ידידי. אמן.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ראשית א יישר כח פאר בעל אכסניה פאר בכל מכל כל כן פונעם א ביז תיו

שנית וועגן די טויש האביך א קליינע קוועטש אז דער מקום האט איין קליינע מעלה אז די בלעטער עפענען זיך בליץ שנעל כות גרי קשתא משא"כ דארט ביי די אידישע וועלט איז דאס מער געדעכטערע בלעטער און עס נעמט אויך נישט א צייט וואס קען אנגערופן ווערן לאנג אבער פארט לענגער פון דא אויך מעגליך זאל דער אויסשטעל דארט ביי די פורם אפטיילונג זיין מיט ווייניגער געוויכט אז עס זאל זיך שנעלער עפענען

שלישית אויב מעגליך מער סארטן פון אפלוידינג פיילס און אויף פארשידענע מיני זאל מען קענען ארויף לייגן גרעסערע קוואנטומס כגון בילדער און זיפ פיילס

רביעי א שאלה וואס גייט זיין מיט די אלע לינקס פון די קרעטשמע

חמישי נאכאמאל א יישר כח פאר די ארבעט
איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 12, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזאק »

איך בין מסכים מיט יעדע ווארט פון סאכדעס.
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

א ברירה האסטו !! איך האב אויך נישט, וועלן מיר מקבל זיין באהבה
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
ליפא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2007 2:22 pm
לאקאציע: מחשובי אנ"ש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליפא »

ר' זיידעניו האט ארויסגעברענגט א וויכטיגע פוינט

די אידישע וועלט איז א הערליכע זאך אבער האט א געוואלדיגע חסרון אז עס נימט לאנג ביז עס עפנט זיך א פעידזש, דאס איז סיי אויף א געהעריגע קאמפיוטער(מיט DSL) און כ"ש אויף א פאלם פאון (זיידעניו, פיקח, מסתמא קרעמער אויך, ועוד) אדער בלעקבערי (מאשקע ועוד) איך טראג נישט זייערע דאגות אבער מען דארף דאס נעמען ערנסט אין באטראכט.

סוף דבר, די פעידזשעס אויף אידישע וועלט איז אויף זייער א הויכע רעזעלושאן און מין ברויך עפעס טוען דערצו

יישר כח פאר ארענדאר (אין ענגליש) פארן אריינלייגן אזויפיל כוח און מיה און פארן צושטעלן אזא הערליכע זאך ווי אידישע וועלט און פאר די נייע אכסניא, כה לחי

נ.ב. איך וועל מיך אביסל שעמען פון די נייע "טויזענטער" לייענער פון היימישע קרעטשמע אויף די אידישע וועלט פון די אלע האלבע ווערטער, טענה'ען, פלעכטן און 2:00 אזייגער אשכולות.........
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ליפא,

פון מיר שעמסטו דיך נישט ביים פלעכטן און טענה'ען 2:00 אזייגער?

לאדיך אפ, כמה ליפא'ס איכא בשוקא מיינסט איינער וועט וויסן ווער דו ביסט באמת, ווען דו וועסט וויסן אז איינער ווייסט יא, וועסטו געוואור ווערן אז יענער פלעכט און טענה'עט 3:00 אזייגער.......
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

ליפא, שעים אן יו!! א קרעטשמעריסט טאר זיך פאר קיינעם נישט שעמען, בקיצר, מעגסטעך שעמען פארן זיך שעמען,

עניוועי, וויפיל ליינער האט די אידישע וועלט?

מ'וועט קענען שרייבן אויכעט אין די אידישע וועלט? אדער נאר אין קרעטשמע שב'אידישע וועלט?

ארענדער, כ'טוה שעצן דיין עפארד, צו ענטפערן אלע קשיות.
לעצט פארראכטן דורך וויכטיג מאכער אום דאנערשטאג אפריל 03, 2008 11:24 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

ליפא איז אויך א חלק פון היימישע קרעטשמע, און אויב קען מען גרינגער מאכן זיין פראבלעם דארף מען דאס טאן, פון זאגן שעם זיך נישט, וועט ער זיך נישט אויפהערן צו שעמען, אז ס'איז נישטא קיין ברירה איז א אנדערע מעשה.

אפשר קען מען פרובירן סאלוון די פראבלעם אויף א צווייטע אופן. [אויב דער פראבלעם איז טאקע נאר וועגן דאס לעצטיגע צואוואקסעכטץ].

ווען א ביזנעס איז אויף צרות, די ערשטע זאך קאט מען, נישט מ'מערדזשט.

און אז מ'וויל קאטן, טרעפט מען שוין
מ'זעט רוב עולם זארגט זיך אויפן שינוי, אויפן אומהיימישקייט, און אומרואיגקייט וואס וועט זיין, ווען מ'וועט גיין צו די אדווערטייזדטע ריעל וועלט פון אידישע וועלט, און אפלאזן די אור אלטע קרעטשמערישע וועלט פון היימישע קרעטשמע
עטליכע עצות.

קודם שניידן.

די אלע האלבע איינצעלנע ווערטער אשכולות.
אלע חח ככ ךךך לא"ה תגובות.
אלע הוזז דאבלטע אשכולות.

והשנית
צוטיילן היימישע קרעטשמע אין צוויי.
די חלק וואס איז אנציקלופדיה, ווי אוצר הספרים, אדער אלע תורות מעשיות בילדער צדיקים וכדומה, קען אריבערגיין צום אידישע וועלט
די שיעור היום קען אויך אריבער גיין.
טעקניקל העלפ סענטער מיט די ביזנעס איז אויך מער א זאך וואס קען אריבערגיין.

בלייבן דא אין קרעטשמע, מיטן אלטן ארגינעלן היימישן שטייגער, זאל זיין די אלע פארברענגען און ארטיקלען אשכולות, די דיסקאשען אשכולות, ווי היימישע קרעטשמע, היימישע פארברענגען, ברוכים הבאים, ידיעות התורה נאר נושא ונותן זיין, און אזוי אויך שבת בשבתו נושא ונותן זיין במילי דשבתא, און די שאר ירקות ווי הילף פארן קרעטשמע איז קליין געלט, און די ראש הקהל וואלן האלט שוין סייווי זארעך אז ס'איז נישטא פארוואס, און ס'איז אויך קליין געלט.

אזוי וועט עס זיין א דבר השוה לכל נפש.
לעצט פארראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 02, 2008 10:54 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בני היכלא,

איך בין קעגן דעם טיילונג, אדער-אדער.

די שאלה איז צו מ'קען נישט נוצן דעם סערווער פון אידישע וועלט אן ברויכן זיין צאמגעשמאלצן.
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

נוצן די סערווער, און לאזן היימישע קרעטשמע כמו שהוא איז נישט קיין שלעכטע בייפאל, אבער אז ער רעדט נישט פון אזא פשוט'ע זאך, מסתמא איז דא א סיבה.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

מיינע בוימער און מיינע ווייבער.... מיי האולי פעלאוס, מסתמא איז זיכער דא א סיבה פארוואס ער קען נישט נאר ארויפלייגן די קרעטשמע אויפן סערווער, און פערטיג..., אלזא כ'וועל פרעגן ארענדעאר אויב האט ער אן אויסקוק פונ'ם נייעם קרעטשמע, ביטע לייג עס ארויף לאז כאטש זעהן פון וואס מ'רעדט
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
פיקח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 01, 2008 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיקח »

מורי ורבותי!!! אין פיר ווערטער איך בין נישט מסכים.....
איי ווער פרעגט מיך, גערעכט, קיינער פרעגט מיר נישט, אבער זאגן מיין חוות דעת מעג איך, נישט אזוי???

יעצט צוריק צום ענין, ווער דארף עס, און פארוואס פעלט עס אויס. אין די רגע וואס מען מאכט אזא גרויסע שפרינג דאס איז די ערשטע מקום לירידה, די שפרינג איז צו גרויס,

לשיטתי, דארט אין אידישע וועלט איז דא צופיל אריינקומערס און מען וועט נישט קענען האלטן א קאנטראל אויפ'ן סדר און אויפ'ן אמת'ן פראכט אזוי ווי עס איז דא געווען אין די היימישע קרעטשמע.
און פאר די אלע וואס באנוצען זיך מיט זייער מאבייל פאון'ס אריינצוקומען דא אין שטאט, אידאך אגערעדט אז סאיז א מוראידיגע פראבלעם די שווערע פעידזעס וואס נעמן לאנג זיך צו לאודען ביי זייער סייט.
און אויך לגבי די עדווערטייזמענטס, געוואלד און געשריגן פאר דעם זענען מיר דא און נישט אינעם טריפה'נעם היידפארק, ווייל דארט איז דא עדס, און מיר דארפן דאס נישט ווייל עס מאכט נערוועז סיי פארן שרייבער און סיי פאר'ן ליינער.

איז טא פארוואס אריבער גיין???????

די וועלט זאגט, אז מען איז צופרידן אויף איין פלאץ זיכט מען נישט קיין נייע גליקן ערגעץ אנדערש, ווייל געווענליך האט מען חרטה.

וכי תאמרו מה נאכל בשנה השלישית, וכסף מנלן? קיינע פראבלעם ניט....
מען ניצט אונזער אלטן טאקטיט, המסורה לנו דור דור הלכה למשה מסיני, מען מאכט א מגבית אדער אן אפיל, לאמיר צאמנעמן פון יעדען דא אין קרעטשמע אפאר זלאטעס און זיך קויפן אן אייגענע סערווער, עס קאסט נישט אזוי פיל, איך בין זיכער אז סעט זיין אפאר נדיבי עם וואס וועלן זיך באשטייערען מיט גרעסער נתינות.
הערט אויס וואס איך זאג, טראכט גוט איבער וואס איר טוט, ווייל צוריק גייט א קאזע!!!

והעיכר שכחתי עס קומט אייך גרויס קרעדיט פאר אהער שטעלן אזא מעכטיגן פאלאץ ממש כל העובר בה ישתומם מה יפה ומה נעים, דער אויבישטער זאל אייך העלפן איר זאלט זוכה זיין צו מצליח זיין בכל מקום אשר כף רגליכם דורכים, בבני ובני בנים ברב ממון וכל טוב וטוב,

אהין צו אהער אסאך הצלחה.

להתחלת המגבית איך שטעל צו $30,,,,
און אז דער עולם איז מיט מיר ,רופט אייך אהן ווארעם.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אויב געלט איז טאקע דער פראבלעם, בין איך מנדב $100.00 צום אפיעל.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

וויפיל איז די פרייז פון א גוטע סערווער?
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

צום אלעם ערשט שטעל איך זיך אויך צו מיינע ברכות און דאנק אויסדריקן צום חשובן 'ארענדער'. ס'איז באמת נישט דא קיין ווערטער ארויסצוברענגען אין אזא קורצער תגובה וואס אלץ מיר איינוואוינער זענען שולדיג פאר ארענדער. פשוט און גראד, אלס מענטשליכקייט אויס שפירן מיר זיך לפניו ווי איינפאכע 'בעלי חובות', ניין! איך רעד נישט בעלי חובות 'מדיני ממונות' (פארוואס טאקע נישט? למעשה קאסט דאך אפ אויפצוהאלטן דעם פלאץ אן א שיעור געלט און צייט, וכדאמרי אינשי "טיים איז מאני"...) מיר רעדן גראדע בעלי חובות 'מדיני אדם' – מענטשליכקייט!

ווער עס שפירט אז ער פארמאגט אין זיך די מעגליכקייט ארויסצוברענגען אין א געשריבענעם תגובה די פולע דאנקבארקייטן פאר אונזער ארענדער נ"י, ווערט געבעטן דאס צו טוהן. איך שפיר אז כ'האב פשוט נישט די ריכטיגע קוואליפיקאציעס דערצו, דעריבער האב איך אנגענומען דעם כלל פון "דמוי' תהלה".

און אצינד לעצם הענין:
1] איך בין נישט אזוי באקאנט וויפיל באזוכער די 'אידישע וועלט' האט און וויפיל באזוכער די 'היימישע קרעטשמע האט', אבער דאס איז איינמאל זיכער אז 'די אידישע וועלט' שטעלט מיט זיך פאר, און טראגט אונטער זיך, מער אן ערנסטערער כאראקטער ווי די 'היימישע קרעטשמע'. בעת די קרעטשמע איז לכתחלה געשטעלט אויף הומאר, איז די אידישע וועלט לכתחלה געשטעלט אויף מער ערנסטערע נושאים און באהאנדלונגען. אין מיין מח איז אנגענומען, אז פאר די סארט באזוכער פונעם אידישן וועלט, וועלכע זענען לגמרי נישט אינטערסירט אינעם געשמאק און מהלך פון די קרעטשמע, וועט דאס זייער שטערן. זיי ווילן זיך באגעגענען מיט די נייעס אפהאנדלונגען און געגאנגען ווייטער, זיי ווילן נישט אז די אידישע וועלט זאל פארוואנדלט ווערן אין א הומאריסטישע אויסלופטערונג פארוויילונג פלאץ, א שטייגער ווי די קרעטשמע. ס'טייטש אין איין ווארט זאג איך, אז דער טויש קען מעגליך מער שאדן פאר די אידישע וועלט איידער פאר די קרעטשמע. כך נראין הדברים בעיני.

2] מיין ערשטע שאלה, פון וועלכער מקום ס'האט מער אויפגעכאפט און מער באזוכער, קען מען לכאורה גרינג אנטשיידן. די אידישע וועלט האט לצדם אהערגעשטעלט דעם 'אוצר הספרים' סיסטעם, פרעגט זיך: זענען פארהאן דארט באזוכער? ווען א מענטש זוכט א תורה סייט, זוכט ער דאס בכלל אינעם אידישן וועלט? כשאני לעצמי בין איך נאך קיינמאל נישט אהינגעלאפן, קיין אידישע וועלט, נאכזוכן א תורה סייט, אויב שוין יא טוה איך דאס פון די קרעטשמע לינקס.

3] איך שטעל מיך דא אויך צו צום אלגעמיינעם ווייטאג פון די פילע חברי הקרעטשמע, אז זינט דער צוזאמענשטעל פון די אידישע וועלט מיטן אידישן וויקיפעדיע איז דער לעצטער געגאנגען פופ... און דאס איז שוין א חוץ מזה וואס דער גאנצער וויקיפעדיע סיסטעם איז ביי מיר פארקריפלט געווארן זינטן שמעלץ; אינמיטן בלאט קומט מיר אלץ ארויף דאס בילד פון א 'קליינטשיק' קאמפיוטער'ל, ביים סקראלן א בלאט שפרינגט דער בלאט מיט א כבידות אזש ס'שווינדלט אביסל אין די אויגן, ועוד.

4] אגב, איך זע כלל נישט קיין אדווערטייזמענטס אויף די אידישע וועלט. ביי מיר איז דא א קליינטשיג ד' על ד' קעסטל, וואס העכער דעם קעסטל ליינט זיך א שילד 'אדווערטייזמענט', דער קעסטל זעלבסט איז אבער ליידיג.

5] דער עצם טויש צי ס'וועט שאדן 'פאר אונז קרעטשמע' מיטגלידער, קען מען נישט אויסרעכענען פון פאראויס. כ'דענק ווען די פארוואלטונג האט אריבער געצויגן דאס דערפל ארויס פונעם גרויסן שטאטישן גערויש, זענען אויך געווען שטערנזעהר'ס, א שטייגער ווי חיים חייקל און נחמן נטע, וועלכע האבן פארגאסן טייכן דמעות לבטלה רח"ל צוליבן איבערגאנג. זיי האבן געהאלטן אז דער טויש וועט זיין א דער סתימת הגולל אויף דער קרעטשמע. וואס ס'איז למעשה געווארן זעהן מיר דאך ב"ה אליין מיט די אויגן. דעריבער, צי דער עצם טויש וועט שאדן צי נישט, איז שווער פאראויסצוזאגן.

בכל אופן איז אונזער ווינטש צום 'ארענדער' און זיין סטעף, אז זיי זאלן האבן הצלחה בכל אשר ישליסו - וויאזוי איר זאלט נאר באשלוסן. מיר גלייבן אז דער ארענדער מיט זיין סטעף ווייסן אויך פון די אלע אויבנדערמאנטע פראבלעמען וואס די מעמבער האבן אנגעמערקט דערויף, און אויב ער איז געקומען צום באשלוס דאס צוטוהן איז פשט אז ס'איז א הכרח! איי וואס וועט זיין מיט די אויבנדערמאנטע פראבלעמען? נו, פאר דעם האט ער דאך דאס געמאלדן פארן ציבור, בכדי צו הערן וואס ס'קוועטש זיי און דערויף דאס צו קענטעניס נעמען און דאס פאררעכטן, לשמחת לבב כל השיכורים תושבי קרעטשמתינו.

רבותי, נישט פארגעסן: היינט-מארגן אדר אויס, אבער פון שמחה גייען מיר נישט ארויס... א גאנץ יאר פרייליך!
לעצט פארראכטן דורך זארעכפעפער אום דאנערשטאג אפריל 03, 2008 11:35 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “טעכנישע ווינקל”