בלאט 1 פון 2

קרעטשמע סערווער פראבלעמען

געשריבן: מאנטאג מארטש 31, 2008 3:50 pm
דורך arender
פאר די וואס וואונדערן זיך וואס עס גייט היינט פאר מיט די קרעטשמע, דא האט איר וואס מיין קאמפאני האט מיר אריין געשיקט.

After detecting that there is a problem with the network connectivity to some of our servers we have run extensive verifications and checks to establish the nature and the severity of the issue. It turned out that there is an unexpected network failure in our data center that affected your host server.

Network failures like this are rare but unfortunately totally unpredictable. However, we would like to assure you that our server administrators have all the needed expertise and follow strict procedures to minimize the negative effect of such an event.

We are now working together with the technicians from our data center on fixing the network problem as quickly as possible. For now, it seems there is a major problem somewhere along the route to some providers around the world, however we will keep you updated on the progress of our work

מיר נעמען זייער ערנסט די פראבלעמן, און אי"ה גאר אין נאנטן וועט איר הערן די פלענער.

געשריבן: מאנטאג מארטש 31, 2008 3:57 pm
דורך וויכטיג מאכער
יודיש פליז?

געשריבן: מאנטאג מארטש 31, 2008 4:01 pm
דורך farshlufen
ארענדאר:
א דאנק פאר די עפפארט וואס דו לייגסט אריין

געשריבן: מאנטאג מארטש 31, 2008 4:13 pm
דורך איך_הער
וויכטיג, זייער סימפעל, די וואס האוסטען דעם סערווער, ענטפערן אז זיי האבן פראבלעמען וואס זיי קענען נישט אלץ פאראויס זעהן, און זיי טוהען אלעס, דאס צו פאררעכטן, און אויף דעם זאגט ארענדער, אז ער האט ערענסטע פלענער, אז ס'זאל מער נישט פאסירן.

ארענדאר, שכוח.

געשריבן: מאנטאג מארטש 31, 2008 4:15 pm
דורך וויכטיג מאכער
איך הער שכוח,

ארענדער, א שיינעם דאנק, מיר עפרישיעטן אייער ארבייט,

געשריבן: מאנטאג מארטש 31, 2008 4:33 pm
דורך דארפסמאן
ארענדער ישר כח , איך האב געמיינט אז נאר ביי מיר ארבעט עס נישט געהעריג, אבער איך פארלאז מיך אויף דיר אז עס ליגט און גיטע הענט די וועסט זען אז עס זאל ארבעטן עצהי"ט

נאכאמאל שכוח

געשריבן: מאנטאג מארטש 31, 2008 4:42 pm
דורך צייטליך
ארענדער, יישר כח פאר אייער ארבייט און פאר אייער מודעה דא.

געשריבן: דינסטאג יולי 15, 2008 2:40 pm
דורך זארעכפעפער
די קרעטשמע נוגט היינט, קוים ס'רירט זיך. איך קען כמעט נישט אריינגיין סיי אין די פורמים און סיי אין די אשכולות. עס דויערט מיר א יאר מיט מיטוואך ביז איך דערזעה מיך ענדליך אין דערין.

איז דאס מיין פראבלעם אדער אן אל-קרעטשמערישער פראבלעם?

געשריבן: דינסטאג יולי 15, 2008 2:43 pm
דורך איך_הער
ביי מיר א טראפ שטייטער ווי נארמאל, אבער מ'האמער שוין געהאט ערגער'ס.

געשריבן: דינסטאג יולי 15, 2008 3:02 pm
דורך שלעפער
סארבעט א מחי' ביי מיר.

געשריבן: דינסטאג יולי 15, 2008 3:05 pm
דורך אלעקסיי
ביי מיר איז אלעס ב"ה אין בעסטען ארדענונג, אויפדערווייל.

געשריבן: דינסטאג יולי 15, 2008 3:07 pm
דורך איך_הער
יעצט איזעס ביי מיר אויך גוט.

געשריבן: דינסטאג יולי 15, 2008 8:31 pm
דורך פאטאקי08
איך האב זיך געואונדערט ווען איך האב געזעין אזויפיל אירע זענען מחובר יעצט

דערווייל האב געדריקט התנתק און איך זע מיך נאך אלץ דארט אפילו איך בין ארויסגעסיינט!!!!??
א נייער ערארר?

געשריבן: דינסטאג יולי 15, 2008 8:36 pm
דורך איך_הער
נע, ס'נעמט בערך פינף מינוט, ביז מ'דיסעפירט, נאכן זיך ארויס סיינען.

געשריבן: דינסטאג יולי 15, 2008 11:17 pm
דורך קרעמער
גראדע גייט עס יעצט שטייטליך ביי מיר.

געשריבן: דינסטאג יולי 15, 2008 11:45 pm
דורך איך_הער
ביי מיר אויך.

געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2008 12:27 am
דורך סאכדעס
זארעכ, עס ווענד זיך וויסאך מ'דרייעט זיך דא, דרייעט מען זיך אסאך, האט מען אסאך דעם שגיאה קללות, ווייניג האט מען עס ווייניק.

געשריבן: מאנטאג יולי 21, 2008 10:27 am
דורך שלעפער
סארבעט היינט זייער שטייט.

געשריבן: מאנטאג יולי 21, 2008 1:50 pm
דורך לעווי
ביי מיר איז אויך געווען שטייט ביז איך האב געטוישט פון איי אי צו פייערפאקס, אלעס איז גוט יעצט.

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 24, 2017 4:00 pm
דורך טראבל מעיקער
העי וואס איז נייעס?

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 24, 2017 4:02 pm
דורך עין טובה
שלעפער האט געשריבן:סארבעט היינט זייער שטייט.

זוכן קען מען נישט, אבער כאטש לאודט זיך די פעידזש.

#קוק בעין טובה

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 24, 2017 6:08 pm
דורך יענקעלע
עין טובה האט געשריבן:
שלעפער האט געשריבן:סארבעט היינט זייער שטייט.

זוכן קען מען נישט, אבער כאטש לאודט זיך די פעידזש.

#קוק בעין טובה

פון וואו ווייסטו? האסט שוין דעמאלטס געוויסט פון אייוועלט?

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 24, 2017 6:31 pm
דורך Haklal
שוין נעכטן אויך געהאט א סערווער אווערלאויד

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 24, 2017 6:35 pm
דורך יעקב צוקערמאן
שעיפעלע אדמיניסטראטאר פונעם סייט, האוסט דיין סייט אויף מייקראסאפט Azure, דארטן האסטו גענוג און נאך אויסוואלן, אין וועלכע דער סייט איז עלאסטיש, עס ברייטערט זיך אויס לויט אירע מעגליכקייטן, און דו צאלסט נאר פאר וואס די נוצט און פארוואס דו דארפסט, אן זיך קאמיטן צו גרויסע ריסארסעס וואס פעלט נישט אויס. אויך האבן זיי גוטע מיטלען צו זען דעם לאוד וואס מען האט און אפמאכן צי מען דארף מער פאוער צי נישט.

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 24, 2017 6:43 pm
דורך עין טובה
איך גלייב נישט אז Azure וועט זיין עפעס ביליגער בכלל. אויב עפעס דארף מען א נייע סערווער און א נייע דאטאבעיס, אפשר אויך אביסל העכערן די בענדוויט, אבער נישט דאס איז די עיקר.

דאס איז א חשבון פון צענדליגע טויזנטע דאלארן.

אפשר קען מען טאקע בעטן אררענדער צו ארויסלייגן די נאמבערס... ווי גרויס איז די דאטאבעיס? וויפיל בענדוויט איז אוועיליבל פאר די סערווער?

דאס איז ווידער נישט די עיקר.. די עיקר איז אז אונז, שרייבער און קאמענטארער זאלן מאכן דאס פלאץ אנגענעם