אונטערשרייבן פעטיציע...

פארוואלטונג מעלדונגען, און טעכנישע הילף אויפן זייטל

אחראי: אחראי

אוועטאר
נעכטן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

אונטערשרייבן פעטיציע...

תגובהדורך נעכטן » מאנטאג פאברואר 17, 2020 2:20 pm

כ'וויל פארשלאגן א געדאנק וואס וואלט מיר און מתסמא אנדערע אביסל גרינגער געמאכט צו ליינען דא.

לעצטנס דערזע איך מיר זייער אסאך מאל צוריק-ארויפ-סקראולען צו זען ווער ס'האט אפגעשריבן דעם נארוואס אפגעליינטן תגובה, צי ווייל ס'געווען א לענגערע ארטיקל צי ווייל ס'געווען א תגובה נאך קוואוטען עטליכע אנדערע תגובות און דער אריגינעלע תגובה ניק נאמען פליעט ארויס פון זכרון, ס'מאכט נערוועז און שטערט די פלאו פון ליינען ווייטער.

איז מיר בייגעפאלן א פשוטע עצה צו נוצן די אונטערשריפט קעסטל און אריינשרייבן דעם ניק נאמען אזוי ווי איך האב יעצט געטון דא.

אפילו איר האט א שטענדיגע אונטערשריפט, מאכט ביטע א שטיקל ספעיס און שרייבט אייער ניק.

א דאנק אלע חשוב'ע שרייבער.
געשריבן דורך: נעכטן

צוריק צו “הילף - און וויכטיגע מודעות”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט