בלאט 1 פון 1

קען מען טוישן א ניק

געשריבן: דינסטאג ינואר 08, 2019 12:46 pm
דורך מאן דכר שמיה
איך וואלט געוואלט טוישן מיין ניק. איז דא א וועג דאס צו טוהן?

געשריבן: דינסטאג ינואר 08, 2019 12:48 pm
דורך nmi
קענסטוך ווילן וועלן. ס'נישטא אזא זאך אויף דעם וועלט. ס'איז דיר גרינגער צו טוישן דיין סאושעל סעקיורעטי נאמבער ווי דיין ניק אויף אייוועלט

געשריבן: דינסטאג ינואר 08, 2019 12:50 pm
דורך fiena nieas
מאן דכר שמיה האט געשריבן:איך וואלט געוואלט טוישן מיין ניק. איז דא א וועג דאס צו טוהן?

אפשר גוגל עס ..
די ענטפער איז ניין . האסט איין ברירה עפען א צווייטע ניק

געשריבן: דינסטאג ינואר 08, 2019 1:46 pm
דורך מאן דכר שמיה
nmi האט געשריבן:קענסטוך ווילן וועלן. ס'נישטא אזא זאך אויף דעם וועלט. ס'איז דיר גרינגער צו טוישן דיין סאושעל סעקיורעטי נאמבער ווי דיין ניק אויף אייוועלט

:lol: :lol: :lol:

געשריבן: דינסטאג ינואר 08, 2019 2:56 pm
דורך איינס
מאן דכר שמיה האט געשריבן:איך וואלט געוואלט טוישן מיין ניק. איז דא א וועג דאס צו טוהן?

טוישן?
מאן דכר שמיה!

אבער וואס איז די פראבלעם מיט דיין ניק?
אפשר קען מען דיר העלפן פון א צווייטע זייט,
די עולם זאל ארויף קומען געבן פידבעק אז "מאן דכר שמיה" איז א קנאק פון א נאמען פאר א ניק!

געשריבן: דינסטאג ינואר 08, 2019 3:10 pm
דורך שטאלצער יוד

געשריבן: דינסטאג ינואר 08, 2019 3:15 pm
דורך יש בו
איינס האט געשריבן:
מאן דכר שמיה האט געשריבן:איך וואלט געוואלט טוישן מיין ניק. איז דא א וועג דאס צו טוהן?

טוישן?
מאן דכר שמיה!

אבער וואס איז די פראבלעם מיט דיין ניק?
אפשר קען מען דיר העלפן פון א צווייטע זייט,
די עולם זאל ארויף קומען געבן פידבעק אז "מאן דכר שמיה" איז א קנאק פון א נאמען פאר א ניק!

קענסט בעטן @אליעזר קרויס, ער וועט דיר זיכער העלפן

געשריבן: דינסטאג ינואר 08, 2019 4:57 pm
דורך מאן דכר שמיה
איך בין זייער העפי מיט מיין ניק, איך וויל פשוט אנפאנגן באשרייבן לאקאלע הייקס, וויבאלד איך הייק אסאך. האבעך געוואלט א ניק נענטער צום ענין. כאנישט עקספעקטעד אזאלכע פעטש דערפאר!

געשריבן: דינסטאג ינואר 08, 2019 7:10 pm
דורך nmi
מאן דכר שמיה האט געשריבן:איך בין זייער העפי מיט מיין ניק, איך וויל פשוט אנפאנגן באשרייבן לאקאלע הייקס, וויבאלד איך הייק אסאך. האבעך געוואלט א ניק נענטער צום ענין. כאנישט עקספעקטעד אזאלכע פעטש דערפאר!

עפן דיר אויף א נייע ניק מיט א צווייטע אימעיל.
בד"וו די פלאנסט דיר צו עפענען א נייע ניק ביי יעדע נושא וואס די גייסט ארויפברענגען???...

געשריבן: דינסטאג ינואר 08, 2019 8:23 pm
דורך מאן דכר שמיה
ניין, דאס איז אבער די נושא וואס איך וויל זיך בעיקר אריין לייגען. דאכצעך אז עס איז נאכניש דא קיין אשכול אויף דעם, און איך וואלט זיך זייער געוואלט טרעפן מיט אנ"ש וואס זענען הייקערס.

געשריבן: דינסטאג ינואר 08, 2019 8:28 pm
דורך nmi
מאן דכר שמיה האט געשריבן:ניין, דאס איז אבער די נושא וואס איך וויל זיך בעיקר אריין לייגען. דאכצעך אז עס איז נאכניש דא קיין אשכול אויף דעם, און איך וואלט זיך זייער געוואלט טרעפן מיט אנ"ש וואס זענען הייקערס.

עפן דיר אויף א נייע ניק מיט א נייע אימעיל און א גוט שבת

געשריבן: דינסטאג ינואר 08, 2019 8:29 pm
דורך fiena nieas
גראדע מן דכר שמיה איז בגמטריה הייקערס מיטן כולל

געשריבן: דינסטאג ינואר 08, 2019 8:37 pm
דורך פעטער שמואל
fiena nieas האט געשריבן:גראדע מן דכר שמיה איז בגמטריה הייקערס מיטן כולל

דאס וואלט געשטימט ווען די גאנצע כולל וואלט געגאנגען הייקן. למעשה זוכט ער נאך די הייקערס.

געשריבן: דינסטאג ינואר 08, 2019 8:38 pm
דורך פעטער שמואל
צ/ק

טעכניש קענען די מנהלים טוישן א ניק. שיק אן אישי צו איינע פון די מנהלים.

געשריבן: דינסטאג ינואר 08, 2019 8:57 pm
דורך לאז געמאכט
פעטער שמואל האט געשריבן:צ/ק

טעכניש קענען די מנהלים טוישן א ניק. שיק אן אישי צו איינע פון די מנהלים.

טעכניש קען מען טאקע, עס איז אבער דער לאנגיעריגע פאליסי נישט אזוי צו טון.

געשריבן: מיטוואך ינואר 09, 2019 1:26 am
דורך איינפאכער איד
מאן דכר שמיה האט געשריבן:איך וואלט געוואלט טוישן מיין ניק. איז דא א וועג דאס צו טוהן?

כ'מיין זאלסט גיין צו "ניק נעקס" אין בארא פארק קעגנאיבער סקולען, זיי קענען אפשר האבן אזוינס אין סטאַק...

געשריבן: מיטוואך ינואר 09, 2019 2:05 pm
דורך היימישער הייקער
nmi האט געשריבן:
מאן דכר שמיה האט געשריבן:ניין, דאס איז אבער די נושא וואס איך וויל זיך בעיקר אריין לייגען. דאכצעך אז עס איז נאכניש דא קיין אשכול אויף דעם, און איך וואלט זיך זייער געוואלט טרעפן מיט אנ"ש וואס זענען הייקערס.

עפן דיר אויף א נייע ניק מיט א נייע אימעיל און א גוט שבת


האבעך דיר געפאלגט. געפעלטיר? ב.ד.וו. די בילד אינעם אוועטאר האבעך געכאפט אין הערימען סטעיט פארק אין א שפאציר וואס כ'אב באגעגענט נאך 5 בערן...

געשריבן: מיטוואך ינואר 09, 2019 2:11 pm
דורך איינס
גייען מיר אויף א הייק מיט מיסטער הייקער.

געשריבן: מיטוואך ינואר 09, 2019 2:24 pm
דורך SPUSMN
בערען!

און ווילסט נאך אז איך זאל מיט דיר גיין הייקען; מאן דכר שמיה?

געשריבן: מיטוואך ינואר 09, 2019 2:25 pm
דורך SPUSMN
איינס האט געשריבן:גייען מיר אויף א הייק מיט מיסטער הייקער.

יעצט ווארט מען נאר אז עס זאל זיך מעלדען צוויי מיט דריי.

געשריבן: מיטוואך ינואר 09, 2019 2:28 pm
דורך nmi
היימישער הייקער האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:
מאן דכר שמיה האט געשריבן:ניין, דאס איז אבער די נושא וואס איך וויל זיך בעיקר אריין לייגען. דאכצעך אז עס איז נאכניש דא קיין אשכול אויף דעם, און איך וואלט זיך זייער געוואלט טרעפן מיט אנ"ש וואס זענען הייקערס.

עפן דיר אויף א נייע ניק מיט א נייע אימעיל און א גוט שבת


האבעך דיר געפאלגט. געפעלטיר? ב.ד.וו. די בילד אינעם אוועטאר האבעך געכאפט אין הערימען סטעיט פארק אין א שפאציר וואס כ'אב באגעגענט נאך 5 בערן...

די דערשרעקסט מיר. פאריגן זימער בינעך געווען אין hunters פאר א וויקענד. פרייטיג צו נאכטס בינעך געגאנגן מיט די רעביצין שפאצירן אביסל אין די טינקעלע גאסן דארט ווען פליצלינג זעהן מיר דיין אוועטור קומט אונז אקעגן... יו זענען מיר אנטלאפן מיט די נשמה אין די נאז

געשריבן: מיטוואך ינואר 09, 2019 3:05 pm
דורך דוד משה