איך וויל אנפרעגן דעם ארענדער אויב עס איז מעגליך צו גרינדן אזא סארט גרופע פון ידידים וואס קענען זיך און ווילן זיך פריוואט אדורכשמועסן, אינערהאלב די קרעטשמע.
אויך וויל איך פרעגן אויב דער מנהל קען מיטהאלטן אלע געשפרעכן, א זאך וואס וועט מסתמא נישט געפעלן ווערן פאר אלעמען, אויסער אויב זיי קענען זיך שוין מיטן מנהל פערזענליך.
יישר כח פון פאראויס.
קבוצות משתמשים
אחראי: אחראי
א מנהל קען אלעס זעהן אפי' דאס וואס עס שטייט ביי א באהאלטענע פארום, במילא טראכט איך אז די ערשטע קשיא איז נישט רעלעוואנט,
אבער אויב מ'וויל קען איך מאכן נאך א אפטיילונג צו די קרעטשמע (א נייע סייט ) וואו דארט וועט נישט זיין קיינער מנהל נאר וועם מ'וועט וועלן אין אריין צו קומען דארט וועט מען נאר קענען מיט די תנאים וואס מ'לייגט פאר,
אבער פאר איך מאך עס מיין איך אז מ'זאל מאכען וואלן און וואס דער עולם וועט זאגען וועט מען טוהן.