מנהלים און זייער אויפגאבע

פארוואלטונג מעלדונגען, און טעכנישע הילף אויפן זייטל

אחראי: אחראי

אוועטאר
קהל'ס נאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 11:38 am
לאקאציע: זיצענדיג אויפן טרעפ

מנהלים און זייער אויפגאבע

תגובהדורך קהל'ס נאר » זונטאג אוגוסט 27, 2006 2:53 pm

פארוואס פעלט אויס מנהלים?

יעדעס אוועקגעשטעלטע פארום סייט האט מנהלים אדער אחראים, די סיבה איז צווייפאכיג. ערשטענס א סייט דארף ווערן געסערוויסט, אלץ מאכט זיך באג'ס אדער אפדעיטס וואס מען דארף אינסטאלירן, פאר דעם נעמט מען אויף טעכניקער אדער איינער וואס קען כאטש סקריפט. די צווייטע און וויכטיגערע סיבה איז ווייל בורא נפשות רבות וחסרונן, אין יעדע פלאץ געפינט זיך אפאר יונגען וואס מאכן אן א חורבן דורך פארשידענע אופנים.


1. פאוסט באסטינג. דאס הייסט מען שרייבט אסאך איין ווארטיגע אדער איבער חזרנ'דיגע הודעות צו ברענגען א געוויסע אשכול צום אויבערפלאך, אדער מיטן ציהל צו האבן אסאך תגובות אויפן ניק.


2. אפענסיוו שפראך. וואו איין ניק טשעפעט א צווייטן אפטמאל באזירט אויף ראסע.

3. גילו שמות. מאנכע שרייבן נעמען פון אנדערע מיטגלידער אויפן פארום.

4. אביוז. מענטשען וואס האבן ליב צו אביוזן די סיסטעם. א ביישפיל איז ווען צוויי ניקים נעמען זיך פירן א פרוואטע שמועס אויף א פובליק אשכול.

5. אויפף טאפיק. ווען איינער טוט במזיד פארדרייען נושאים.

געוועדליך ווערט אויף גענומען אלץ מנהל א באזעסענע מענטש וואס אבעזערווירט אז ארדענונג זאל געהאלטן ווערן. ווען א ניק קען נישט זיך האלטן צום נארמאלקייט טראץ אפאר ווארענונגען ווערט ער פארווארפן פונעם סייט קודם פאר וואך און טאמער עס איז נישט גענוג פליעט ער פונעם סייט צוזאמען מיט זיין אייפלי אדרעסס ווי א הינדל לעולמי עד.

שטעלט זיך ארויס א פאראדאקס, עס איז דא דא אסאך מער מנהלים ווי שרייבערס. ס'רוב אשכולות וואס ווערן פארדרייט איז דאס דורך מנהלים, כ'מצן אז אלע איין ווארטיגע תגובות זענען געשריבן געווארן דורך מענטשען וואס זענען כלומרשט געשטעלט געווארן צו האלטן ארדענונג דא. די מנהלים האבן זייער ליב צו פירן אשכולות אויף פריוואטע טעמעס. די קרעטשמע בלוטיגט. לעצטע וואך האבן צוויי מענטשען פון די הנהלה אביוזט אן אשכול מיטן ציטט קנעפל, איך האב געווארט עס זאל זיך יאווענען איינער פון די צען טויזענט מנהלים, א נארמאלע מענטש א שטייגער ווי קרעמער אדער בעני, און סדר מאכן אבער גארנישט איז געשעהן. צו ביסלעכווייז ווערט די קרעטשמע מער און מער פראבלעמאטיש איין טאג וועט מען זיך ארום מיט א צוחרובטע קרעטשמע, די ווענט אנגעשפריצט מיט קעטשאפ די בענק הינקענדיג און קיין איין נארמאלע מענטש. מען מוז עפעס טוהן דא ווילאנג מען קען נאך.
בעני, קום ארויס פון גרויסווארדיין אוואו דו האסט אנגעשריבן האלב פון דיינע תגובות און העלף ארויס אונז קליין-שטעטלדיגע אידן. ישר כח

אוועטאר
קהל'ס נאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 11:38 am
לאקאציע: זיצענדיג אויפן טרעפ

תגובהדורך קהל'ס נאר » זונטאג אוגוסט 27, 2006 3:41 pm

אין א וויכטיגע שריט לטובת הענין איז יענטאש געווארן אן אחראי

אוועטאר
arender
Site Admin
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2006 10:17 pm

תגובהדורך arender » זונטאג אוגוסט 27, 2006 4:02 pm

איך גיי נישט ענטפערן אויף אלע דיינע טענות, דאס לאז איך איבער פאר די חשובע מנהלים, אבער בנוגע דיין הערה אז ס'דארף זיין איינער וואס נעמט קעיר פון די טעקניקעל פראבלעמען, איז דער תשובה אז איך נעם קעיר דערפון, און אדרבה אויב באמערקט איינער עפעס א פראבלעם קען ער עס טאקע דא אין דעם פארום אריינשרייבען, און מ'וועט אי"ה קעיר נעמען דערפון, און אזוי אויך אויב איינער פארשטייט נישט א געוויסע אפציע אדער שפראך , וכדומה אין די קרעטשמע קען ער עס אויך דא אנפרעגען און מ'וועט אים מיטן אייבירשטענ'ס הילף ארויס העלפען, (כדוגמת יגר).

אגב די זעלבע תקנות וואס האט געהערשט אויף הייד פארק הערשט דא אויך,

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג אוגוסט 27, 2006 5:48 pm

איך האב געוואלדיג הנאה פון דעם דאזיגן אשכול - קהל'ס נאר - איך האף טאקע אז עס וועט האבן די ריכטיגע רעזולטאטן.

בנוגע פארוואס איך האב נישט געמעקט די "ציטוט אביוז" אשכול, ווייל איך באטראכט דאס אלץ ART... (דא אין אמעריקע ווערן זייער אסאך אומלעגאליטעטן טאלערירט אונטער דעם אויסרייד, כידוע ליודעים).

אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

תגובהדורך מעסטערמיינד » זונטאג אוגוסט 27, 2006 9:21 pm

שנאפס נעקסט טיים אז דו זעהסט א זאך וואס קיינער טוט נאך נישט ביטע קלער נישט אויף דעם עולם
יישר

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דאנארשטאג יולי 18, 2013 3:01 pm

מעסטערמיינד האט גערעדט צו מיר?
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » דאנארשטאג יולי 18, 2013 3:40 pm

חיטוטי שכבי אין פולסטען זין פון ווארט.

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3415
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » זונטאג יולי 21, 2013 2:02 pm

חמנא לצלן

אוועטאר
ים רויבער
שר האלף
תגובות: 1927
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובהדורך ים רויבער » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2013 5:13 pm

שנאפס האט געשריבן:מעסטערמיינד האט גערעדט צו מיר?

viewtopic.php?f=3&t=769&p=13033
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
pirate.ivelt@gmail.com

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2013 5:14 pm

הממממ...
kraitchmah עט גימעיל


צוריק צו “הילף - און וויכטיגע מודעות”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט