פותחין בכבוד האכסניא, די חשובע פארוואלטונג פון אונזער\אייער וועלטל, אידישע וועלט (ובלע"ז Ivelt).
איך וויל ביטע, בהכנעה, מעורר זיין אויף עפעס וואס באדערט מיך שטארק. עס קען זיין אז די טייערע פארוואלטונג האט שויל געשריבן דערוועגן. און טאמער טאקע יא, בעט איך אנטשולדיגן מיך ביטע.
סוי... וואס באדערט מיהר????
- קום איך (אדער איהר) נאך א שווערע טאג ארבייט און איך וויל פינעף מינוט זיך אויסריען די נערווען - Downtime...
- איהר זענט אן עמעזאן סעללער און איהר האט א קשיא און איהר דארפט הילף...
- איהר ווילט מעורר זיין אויף א נאכגעלאזטע הלכה...
- איהר ווילט ליינען א שיינע ארטיקל וועגען חנוכה פארטיס...
- איהר ווילט אביסל היסטאריע וועגען א חסידישע גזע...
- איהר ווילט סתם אזוי - פאר פלעין - מיטהאלטן וואס טוט זיך אין די חסידישע גאס אהן דארפן טרינקען קאווע און פרעמדע פלעצער...
נו... קומט איהר אריין אין שטיבל און איהר גייט צו אקטיווע אשכולות... איהר ווילט זעהן the latest וואס Ivelt האט צו פארציילען... וואס זעהט איהר? קעפלעך מיט די titles:
מען קען שוין אזוי נישט אהנגיין!
געוואלד!
ווי טרעפט מען דאס
עס איז שוין העסט צייט
נו... פון וואס רעדט איהר?
וויל איך מאכן א קאמפיין אז די חשובע שרייבערס זאלן זיכער מאכן אז מען זאל שרייבן אזאלכע קעפלעך וואס זאגט פאר די עולם "פון וואס רעדט מען דא".
גיטע קעפלעך (titles) זענען קורץ און שארף און מען ווייסט פון וואס מען רעדט. למשל:
בעלזער ישוב אין לעיקוואד
קליפס פון היימישע זינגערס
בילדער פון מצבות
קעפלעך וואס מען האט נישט קיין אנונג פון וואס מען רעדט דא:
עס קען אזוי נישט אהנגיין
איך האלט עס מער נישט אויס
אלע לויפן שנעל
א נייע משוגעת
עס לוינט זיך צו פראבירן
איך האף אז די חברי שרייבערס דא וועלען נעמען מיט ערנסקיין מיין בקשה.
ובזה יצאתי.
וואס איז די נושא? What on earth are you talking about???!!!
אחראי: אחראי
- Kosher Travel
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4276
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
- לאקאציע: Yehupesville
- פארבינד זיך:
וואס איז די נושא? What on earth are you talking about???!!!
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com
~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
http://www.KosherTravelInfo.com
~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
-
- שר מאה
- תגובות: 225
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 23, 2016 2:33 pm
- Horizontal
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 326
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 22, 2016 9:20 pm
- לאקאציע: אין די ברייט