נאטיצן פון אחראי טישל
אחראי: אחראי
נאטיצן פון אחראי טישל
דער אשכול ווערט אויפגעמאכט מיטן ציל צו לאזן מעלדן נייעס און קרישקעלעך, איבער די ארבעט פונעם אחראי, און צומאהל דברי פיוס, פונעם אחראי'ס טישל.
ביטע נישט אנפירקעלן דעם אשכול מיט דברי הבאי, ווען איר פילט אויף א תגובה אז ס'מיינט אייך, און איר דארפט מער אינפאו דערוועגן, אדער איר פילט אז איר זענט נישט בייהאנדלט געווארן מיט יושר, רעאגירט אויפן תגובה מיט אן אישי, און מ'וועט רעספאנדן בעזהשי"ת.

א הארציגע דאנק פאר די אשכול עס ווערט ווארעם אויפגענומען ביי די שטענדיגע שרייבער פון אייוועלט
לעצט פארראכטן דורך נגיד אום מוצ"ש פעברואר 04, 2017 11:56 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
I reserve the right to disagree
12:56לעצטערע טעג, האט מען אנגעהויבן מעקן שמועסערייען אין נייעס אשכולות, וואס פארן אוועק אינגאנצן פונעם ענין, דאס הייסט אז אויב יעדע נייעס פון טראמפ בעד אדער כנגד הייבט צוריק אן מיט עלעקראל ווס פאפולערע שטימען וכדו', הייסט דאס מאלן וואסער.
אייוועלט איז א סייט וואס טויזענטער יודן קומען ליינען נייעס, און זיי זענען טאקע דאנקבאר פאר די שרייבערס פון די נייעס, אבער ביטע רעספעקטירן דעם אוידענץ, און עס נישט נוצן אלץ אייער פריוואטע בלעטל, האלט אייך צום ענין , ברענגט ארויס וואס איר ווילט ארויסברענגן, פון וועלכע קוק ווינקל איר פארשטייט, אבער הייבט נישט אן צוריק פון בראשית ברא, כדי מסביר צו זיין וואס כצפיחית בדבש מיינט.

גאר רעספעקטירטע ניקס רעדן זיך אפ אז מ'מעקט זייערע תגובות, און ס'ליגט באמת ארבעט דערין, איז פשוט כדאי צו לאזן וויסן אז מ'מעקט נישט קיין תגובה מיט קיין לייכטן הארץ, ס'טוט וויי צו נעמען די ארבעט פון א יוד און אוועקווארפן, איז כדי שלא נגע לריק, ווען איר זעהט אז א שמועס פארט סתם אין די זייט איז א שאד מיטצוהאלטן, ווייל אויב דער גאנצער שמועס איז אףף טאפיק, און ס'איז שוין געווארן איבערגעקייט פיל מאהל, ליבערשט טוט רעפארטן די תגובה, מיטן דווח קנעפל, ס'וועט פיל מער אויפטוען, ווי אנצופירקלען תגובות און ס'זאל דערנאך גיין לבטלה.
#סיק דאנעלד, #קראקעד הילערי וכדומה צו #ליבעראליזם איז א מענטל דיסארדער, טוט גארנישט צוגעבן צו ניווא פונעם סייט, ווען איר שרייבט א תגובה מיט נעים קאלינג, הייבט זיך די טשאנסן אז מ'זאל עס פשוט פארמעקן, צומאהל וועט זיך דער אחראי שפילן אויסצומעקן די ווערטער, אבער נישט אייביג וועט ער האבן די געדולד און צייט.
- אויסגערעכנט
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6858
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm
- געשמאקער
- שר האלף
- תגובות: 1576
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
- לאקאציע: נישט צום געפונען
א גרויסן שכח פאר אונזער געטרייע אחראים וואס געבן זיך אזוי אפ מיטן האלטן די פלאטפארמע אזוי ריין און געשמאק.
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....
קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
-
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8004
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם התורה
ענדליך שרייבן שוין די אחראים נאטיצן, ביטע לאזן דעם אשכול פריי פאר דעם צוועק.
א דאנק.
א דאנק.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
נא_שכל האט געשריבן:ענדליך שרייבן שוין די אחראים נאטיצן, ביטע לאזן דעם אשכול פריי פאר דעם צוועק.
א דאנק.
דעמאלס פארוואס איז דאס אפען פארן פובליק צו שרייבן?
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
א שמועס פונעם טראוועל פארבאט אשכול ווא סהאט בעסיקלי איבערגעחזר'ט דעם שמועס דעם חילוק צווישן אבמא'ס בען און טראמפ'ס בען, ווי אויך א פערזענליכע שמועס צווישן צוויי ניקס זענען אריבערגעפירט געווארן צו א נייעם אשכול אין "פארברענגן".
און דארטן וועט אי"ה אריבערגעפירט ווערן פון יעצט און ווייטער זייטיגע טענה'רייען און שמועסען.
און דארטן וועט אי"ה אריבערגעפירט ווערן פון יעצט און ווייטער זייטיגע טענה'רייען און שמועסען.
... האט געשריבן:עס כאפט א שרעק וואספארא טרעיד דיעלס אמעריקע האט געהאט ביז יעצט און אויך די וואס זענען געווען אויף די וועג
די תגובה איז א קלאסישער ביישפיל פון א תגובה וואס האט זילטש צוגעגעבן צום נושא, ניטאמאהל מסביר געווען פארוואס ער האלט אז ס'איז א שרעק, און פון אזוינע תגובות ווערן אונזערע ליינער מיעד, און מיר בעטן זייער די שרייבערס שיחיו נישט צו באמוטשענען מיט אזוינע סארט תגובות.
מיט פארשטענדעניש
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2190
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am
די תגובה איז זייער שיין אריינגעקומען דארט איינער האט געברענגט א תגובה פארדעם א לינק וואס דערציילט וואספארא טרעיד דיעלס אמעריקע האט געהאט און וואס פרעזידענט טראמפ טוט דערצו און עס איז א נארמאלע תגובה
און עס קומט אסאך מער אריין דארט ווי דאס וואס איינער האט געשריבען אין "דאנאלד טראמפ ערוויילט אלס 45'סטע פרעזידענט פון USA" אשכול אז טשעלסי קלינטאן לאזט זיך לעצטנס צופיל הערן אויף סושיל מידיא
און עס קומט אסאך מער אריין דארט ווי דאס וואס איינער האט געשריבען אין "דאנאלד טראמפ ערוויילט אלס 45'סטע פרעזידענט פון USA" אשכול אז טשעלסי קלינטאן לאזט זיך לעצטנס צופיל הערן אויף סושיל מידיא
אחראי האט געשריבן:דער אשכול ווערט אויפגעמאכט מיטן ציל צו לאזן מעלדן נייעס און קרישקעלעך, איבער די ארבעט פונעם אחראי, און צומאהל דברי פיוס, פונעם אחראי'ס טישל.
ביטע נישט אנפירקעלן דעם אשכול מיט דברי הבאי, ווען איר פילט אויף א תגובה אז ס'מיינט אייך, און איר דארפט מער אינפאו דערוועגן, אדער איר פילט אז איר זענט נישט בייהאנדלט געווארן מיט יושר, רעאגירט אויפן תגובה מיט אן אישי, און מ'וועט רעספאנדן בעזהשי"ת.
ביטע קומט אריין מיטטיילן אייער מיינונג איבערן אלטערנאטיוו פאקטן אשכול
אפגעטיילט פון קאבינאט אשכול א זייטיגע שמועס אין א נייעם אשכול, דארט וועט זיין דער מקום פאר שמועסען איבער פאליטיק, און אלעס ארום און ארום, מענין לענין שלא באותו ענין, (צוליב וואס דער עולם רעדט זיך אפ אז דער אשכול אין פארברענגן זעהט מען נישט).
ווילאנג א שמועס פארט אויף די פאליטיק נישט פערזענליכע פליקערייען, כאטש מ'וועט עס ארויספירן פונעם אריגינאלן פלאץ, צוליב ס'האט נישט קיין שייכות מיט די נייעס, אדער צוליב מ'מאלט שוין סתם וואסער, וועט עס אבער באקומען זיין רעספעקטירטן פלאץ אין דעם אשכול.

- שמעלקא זאפטיגער
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3321
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
- לאקאציע: איינגעטונקען
- ענדע צדיק!
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8114
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
- פארבינד זיך:
לכאורה האט געשריבן:א נחת צו מיטהאלטן ווי עס הייבט אן הערשן א שטיקל ארדענונג דא. יישר כח אנאנימע אחראים, מען דערקענט די פרישע כוחות.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
בלאג - מיינע ארכיוון