סייט אפדעיט'ס

פארוואלטונג מעלדונגען, און טעכנישע הילף אויפן זייטל

אחראי: אחראי

אוועטאר
arender
Site Admin
תגובות: 1306
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2006 10:17 pm

סייט אפדעיט'ס

תגובהדורך arender » מאנטאג אוגוסט 01, 2016 7:35 am

א גוטן חשובע חברים.

היות מיר האלטן און איין צולייגן נייע הוספות צו די סייט און נישט אלעס ווערט גלייך באמערקט, אזוי אויך די אנדערע אשכולות ווערן שנעל פול מיט אנדערע פארלאנגען, וויל איך ווידמען די אשכול וואו איך וועל פון צייט צו צייט ווען עפעס קומט צו, מעלדן די טוישונגען און הוספות.

די אשכול וועט בלייבן פארשפארט אז עס זאל בלויז זיין פאר פרישע מעלדונגען, איבער פראבלעמען און פארלאנגן ביטע שרייבן אין די אנדערע אשכולות ווצבש"פ די אשכול.

אינאיינוועגס וויל איך מודע זיין, כאטש וואס איך קום נישט אלץ אן צו ראגירן אויף אלעס וואס ווערט אויפגעברענגט, דאך וויל איך פארזיכערן אז איך זעה עס און יעדע פארשלאג און קאמפלעין ווערט ערנסט גענומען אין באטראכט.

איצטערט די פרישע הוספות זינט איך האב דאס לעצטע מאל געמאלדן.

1) "פארצייכן אלץ אומגעליינט" - "מארק אנריעד" יעדע תגובה וואס איז אינגער פון 30 טעג קען פארצייכענט ווערן אלץ אומגעליינט, (עס איז גענונג דאס צו טוהן מיט איין תגובה אינעם אשכול), די סיבה פארוואס נאר פון ווייניגער פון 30 טעג, איז ווייל עס איז זייער א העווי פיטשער וואס קען זייער פארלאנגזאמען די דאטא בעיס, כ'האף אז אזוי וועט עס יא גיין געשיקט אבער מיר טוהן עס אבזעווירן כסדר.

2) ווארענונג ווען מען דריקט פארצייכען אלעס ווי געליינט, ווען דו דריקטסט בטעות פארצייכען אלע אשכולות ווי געליינט, ווער נישט פארלוירן מיר האבן אנגעשטעלט אז דו זאלאסט באקומען א באשטעטיגונג מעסעדזש וואס וועט דיך פרעגן צו די בוזסט זיכער.

3) באהאלט דיין נאמען און אוועטאר אויף מאביל, עס איז נישט אזוי פשוט ווי געמיינט, האב איך דערווייל געמאכט א שטיקל אומוועג אבער די רעזולטאטן זענען דאס זעלבע, עס איז דא א פרישע גרופע מיטן נאמען "באהאלט מיין ניק" דו קענסט אריינגיין אין די גרופע אין די באנוצער קאנטראל צימער די לעצטע טעב "באנוצער גרופעס" סעלעקט די גרופע "באהאלט מיין ניק" דאן סעלעקט אינטן "שטעל זיך צוזאם מיט די אויסגעקליבענע" און דריק "שיק", פון אימטערט אן וועט דיין ניק און אוועטאר זיין באהאלטען יעדעס מאל וואס דו זעהסט די סייט אויף די מאביל סייזעס, דו קענסט עניטיים פארלאזן די גרופע און אלעס וועט צוריק גיין צום אלטן.

4) ברייטער אויס די סייט צו די סקריין ברייטקייט, אין די באנוצער קאנטראל צימער די דריטע טעב "סייט פרעפערענצען" די דריטע מעניו לינק "שטעל אן די אויסשטעל" גאנץ אינטן איז דא א פרישע סעלעציע "נוץ די מאקסימום ברייטקייט" סעלעקט "יא" און שיק, פון איצטערט וועסטו זעהן די סייט אויף די מאקסימום ברייטקייט, "אבער" היות כ'האב זיך נישט געראכטן ביים בויען די סייט אז כ'גיי דאס סופארטען, וויל איך מודע זיין אז יא איר קענט עס טוהן אבער אויב עפעס איז נישט געהעריג מסודר, און עס וועט פארלאנגען צו אסאך עס צו פארעכטן, נעם איך זיך נישט אונטער לעת עתה עס צו סופארטן ווי די געהעריגע סייזעס.

5) גרינגע לינקס און מער, מיר האבן צוגעלייגט אסאך צו די שרייב א תגובה קעסטל (די עדיטער) ווען דו ווילסט מאכן א לינק דריק און די לינק באטעו און דארט קענסטו אריין לייגען די אינפארמאציע, בערך ווי עס איז אמאל געווען, אזוי אויך האבן מיר צוגעלייגט נייע אפציעס דערצו, כ'האף אז דער עולם וועט עס נישט אביוזען.

עס איז דא נאך קלענערע זאכן וואס כ'האב פאראכטן ווי די שפראך וכדומה, אויף דערווייל דאס איז עס, אי"ה בקרוב נאך.

צוריק צו “הילף - און וויכטיגע מודעות”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט