קודם כל א גרויסע שכויח פאר די געטרייע מנהלים/אחראים/כל אחד בשמו יתברך פארן צושטעלן די הערליכע פארום אויפן דרך היהדות.
אפאר Features וואס איך גלייב קען שטארק צוהעלפן פאר די "שרייבערס" פון די סייט.
- Spoilers = דאס איז א קנעפל ווען מען קוועטש עס מאכט זיך עס אויף און מען קען זעהן וואס ליגט אינדערמיט. (דאס איז א נאכבעסערע spoiler משא"כ די ערשטע וואס איז זייער Basic)
- Anchors = דאס איז גוט פאר ווען מען שרייבט א לאנגע פאוסט, און מען וויל קענען מאכן א תוכן ענינים אדער שיקן איינעם צי א ספעסיפישע שטיקל.
- Strikethrough = א ליין אויף די טעקסט.
- ווען מען קוועטשט אויף א פיקטשער זאל זיך עס אויפמאכן אין די Page אליינס אין נישט אין די גאנצע tab (וואס ד"מ ארויסגיין פון די פארום אין ווייזן די פיקטשער)[דאס ווייס איך שוין נישט ווי מקען דאס טרעפן אבער איך ווייס אז עס איז דא]
דאס איז ביזדערווייל
א גרויסע שכויח נאכאמאל פאר די הערליכע סייט.