בלאט 3 פון 7

Re: 10 יאר - סייט אפדעיט

געשריבן: מאנטאג יולי 11, 2016 12:52 pm
דורך בייגעפאלן
ממש א ברכה צו מאכן !!! געטוישט פון קאפ ביז פיס ;l;p-

Re:

געשריבן: מאנטאג יולי 11, 2016 1:26 pm
דורך farshlufen
derech eretz האט געשריבן:(די קענען אריינשלעפן פיילס אינעם תגובה, איז געוואלדיג!)

טעסטינג

Re: 10 יאר - סייט אפדעיט

געשריבן: מאנטאג יולי 11, 2016 1:44 pm
דורך הילולא דצדיקיא
זעה איך א התחדשות, און ס'קוקט אויס אז ס'איז צום פארבעסערונג,


אבער די פייל'ס אריין שלעפונג (לייג צו א פייל) האב איך נאכנישט ארויס ווי אזוי ס'גייט צו יעצט

Re:

געשריבן: מאנטאג יולי 11, 2016 1:49 pm
דורך ווינקל
שנאפס האט געשריבן:WOW WOW פיינעלי

א ריזיגן ייש"כ פארן צושטעלן אזא אויסגעהאלטענע פלאץ! ווי אלל גרעיטלי אפרישיעט איט

אסאך הצלחה אין אלעם וואס דו טוסט

Re: Re:

געשריבן: מאנטאג יולי 11, 2016 1:53 pm
דורך מטעמים
נגיד האט געשריבן:
א גראם מיט טעם האט געשריבן:דארף מען זיך נאך אביסל צוגעוויינען , אבער טענק יו טענק יו מיסטער ארענדער , ישלם ה' פאר עוסקים בצרכי ציבור דא שלא על מנס לקבל פרס ,זייער פארדינטע באצאלדינג פון הימל.

געשריבן: מאנטאג יולי 11, 2016 3:06 pm
דורך אויסגערעכנט
איין מינוט... וואס דא גייט נישט פאר.... עס זעט אויס זייער געשמאק... גיימער אויס טרייען די נייע ווערסיע און צוריקומען מיט פידבעק...

געשריבן: מאנטאג יולי 11, 2016 3:23 pm
דורך אדיר איום
;l;p- זייער שיינע אויסשטעל פאר די mobile version

געשריבן: מאנטאג יולי 11, 2016 3:29 pm
דורך אויסגערעכנט
פארוואס ווען איך גיי אריין אין א אשכול וואס איך האב שוין געליינט, אבער עס איז צוגעקומען נאך א תגובה, מישט זיך עס נישט צו ווי איך האב לעצט געליינט, אזוי ווי די מאביל סייט פלעגט זיין, נאר איך דארף אנהויבן פון די ערשטע תגובה און מישן ביז ווי איך האלט, וואס אויב איז שוין צוגעקומען דריי בלעטער זייט איך בין געווען דארט די לעצטע בין איך פאזיכערט נישט צו כאפן ווי איך האב געהאלטן...

געשריבן: מאנטאג יולי 11, 2016 3:44 pm
דורך אויסגערעכנט
בה איך האב שוין די ענפער... יאפ די סייט ראקט

געשריבן: מאנטאג יולי 11, 2016 3:46 pm
דורך מה פתאום???
אויסגערעכנט, ביז די ביסט אנגעקומען האט די סייט געפלויגן! עפעס ווערטשאפסטו אהן..

געשריבן: מאנטאג יולי 11, 2016 4:49 pm
דורך גאלדגרוב
יישר כח ארענדער

יישר כח

געשריבן: מאנטאג יולי 11, 2016 4:54 pm
דורך מתבונן
אלס א נהנה פון דעם מקום שוין קרוב צו 5 יאר, וויל איך אויסדריקן מיין טיפע הכרת הטוב פאר מו"ה ר' ארענדער שיחיה לאוי"ט, צו אונז ווייטער קענען מהנה זיין צו לאנגע געזונטע יארן.

געשריבן: מאנטאג יולי 11, 2016 5:33 pm
דורך שמערי בערי
מורי ורבותי, מיר זענען זיך אלע צוזאמען געקומען דא צו פייערן דעם יובל העשירי פון דעם "היימישע קרעטשמע" זייטל, דאס ערשטע און ריינסטע פון אזא סארט אויפ'ן מארקעט.

חכלילי עיניים מיין (די פסוק זאגט מען?) ס'לאזט זיך ממש נישט גלייבן די אויגן, ווי א ווינד-שאוועל אויפ'ן שטרוי בארג באנעמען זיך די געפילן, צי קענט זיך טאקע'ן גלייבן אז ס'איז שוין צען יארע? אוי די גוטע צייטן, אנגעהויבן האט זיך עס ווי א שטיל ווינקעלע ערגעץ וואו אין די הרי חושך, ווי א בלאסע ליכטיגקייט האט געשיינט, מיט א ענגע צאל איינגעשריבענע, וואס האבן זיך צוזאמגעהאלטן ווי א חבורה שנה ראשונה יונגעלייט ביים שיעור, ס'איז ממש געווען א נחת אריינצוקומען. און ווי די יארן זענען פארלאפן איז עס געווארן פיל שענער און רייכער, מיט הערליכע תורה'דיגע אפטיילונגען, נגינה'דיגע אפטיילונג, און די הילף פארומ'ס וואס קומען צונוץ פאר יעדן דורש ומבקש, און ווער קען פארגעסן פון די גראפיק אפטיילונג... שוין...

כ'וועל נאך זאגן א ווארט און מיט דעם וועל איך אנהייבן (קרעדיט: שא"ד), מיר האבן דא הונטער די קוליסן א איד וועלכער האט "שלא על מנת לקבל פרס" זיך אוועק געגעבן מיט לייב און לעבן די לעצטע צען יאר אהער צו שטעלן דעם פלאץ, עס איז דער וואונטש פון אונזער גאנצע חברייא קדישא פאר אונזער טייערן "ארענדאר", השי"ת זאל אים שענקען ברכה והצלחה בכל מעשי ידיו עד מאה ועשרים שנה, ועד בכלל.

במהרה בימינו אמן

געשריבן: מאנטאג יולי 11, 2016 5:35 pm
דורך מה פתאום???
העלאו שמערי, איך האב שטארק הנאה פון דיינע זאכן אין בעיסמענט, גיב אויף דיין דשאב און קום אהער ארבעטן פול טיים...

געשריבן: מאנטאג יולי 11, 2016 5:36 pm
דורך אויסגערעכנט
מה פתאום??? האט געשריבן:העלאו שמערי, איך האב שטארק הנאה פון דיינע זאכן אין בעיסמענט, גיב אויף דיין דשאב און קום אהער ארבעטן פול טיים...

געשריבן: מאנטאג יולי 11, 2016 5:38 pm
דורך הגאון
WOW... צופיל אויף א מאל אינעם זעלבן טאג סיי IVELT און סיי CHASE

געשריבן: מאנטאג יולי 11, 2016 5:39 pm
דורך מה פתאום???
הגאון האט געשריבן:WOW... צופיל אויף א מאל אינעם זעלבן טאג סיי IVELT און סיי CHASE

:lol:

געשריבן: מאנטאג יולי 11, 2016 5:41 pm
דורך יאנקעלע קליגער
שוין שמערי איז שוין דא געווען,

יעצט קענען אלע אלטע חברה ארויסקומען פון די באהעלטעניש און ארויסברענגען זייערע געפילען לכבוד'ן חנוכת הבית און יובל העשור,

קרעמער, יענטאאש, מאשקע, זארעכפעפער, איך הער, יאנאש, מאשקע וכו' וכו' ווי זענט עטץ?????????

געשריבן: מאנטאג יולי 11, 2016 5:42 pm
דורך טריסקער
האלו!!! שרייב שנעל ביי די מעלות פונעם נייעם סייט נאך א מעלה: @שמערי האט זיך באוויזן!!!

געשריבן: מאנטאג יולי 11, 2016 5:43 pm
דורך טריסקער
כ'מיין אז @מיסטריעז האט אנדעקט יעצט נאכן פנקס הקהילה דעם פנקס הפעסווארדס...

געשריבן: מאנטאג יולי 11, 2016 5:44 pm
דורך מיסטעריעז
איך האב עס צוגענומען פון גרויזי... זאל איך ארויסגעבן דיינס?

געשריבן: מאנטאג יולי 11, 2016 5:49 pm
דורך טריסקער
האסט דאך מיר עס שוין ארויסגעגעבן...

געשריבן: מאנטאג יולי 11, 2016 5:55 pm
דורך זאכליך
הגאון האט געשריבן:WOW... צופיל אויף א מאל אינעם זעלבן טאג סיי IVELT און סיי CHASE

;l;p-

מיין קרעדיט קארד איז due היינט, איינער קען מיר העלפן מאכן א פעימענט...

געשריבן: מאנטאג יולי 11, 2016 5:56 pm
דורך אידיש גערעדט
יאנקעלע קליגער האט געשריבן:שוין שמערי איז שוין דא געווען,

יעצט קענען אלע אלטע חברה ארויסקומען פון די באהעלטעניש און ארויסברענגען זייערע געפילען לכבוד'ן חנוכת הבית און יובל העשור,

קרעמער, יענטאאש, מאשקע, זארעכפעפער, איך הער, יאנאש, מאשקע וכו' וכו' ווי זענט עטץ?????????


מיין איך אין דעם אשכול האבן זיך קיינער פון דעי כעוורע באוויזן

נו... דעי אלע מיט די קאלערדיגע ניקס זאלן שוין ארויסקומען...זאפארט!!!!!!!!!!

געשריבן: מאנטאג יולי 11, 2016 6:58 pm
דורך בעאבאכטער
הערליך גאר און שיין
נאבעל איידל און ריין
אן ארבייט גוט און פיין
קיינע ווערטער עס קען אריין