נחל אשכול

פארוואלטונג מעלדונגען, און טעכנישע הילף אויפן זייטל

אחראי: אחראי

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

נחל אשכול

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג יוני 20, 2011 2:15 am

אן איידיע איז מיר דורכגעלאפן ליינענדיג די וואך די סדרת שלח ביים פסוק למקום ההוא קרא נחל אשכול על אודות האשכול אשר כרתו משם בני ישראל.

מאכט זיך אז מען שרייבט און מען מעקט, דאן ווערט די אשכול ערזעצט מיט א ליידיגקייט, א פוסטקייט, האשכול לא נמצא וואס באדייט אז ס'יז מער נישטא. אדער טרעפט מען זיך מיט א 'איר זענט נישט ערלויבט צו ליינען דעם פארום' וואס באדייט געווענליך אז די אשכול איז אריבערגעפירט געווארן אין אחראי צימער פאר נייטיגע פאררעכטונגען, דאן פול מאל בלייבט עס ביים לא נעלה.

א פלאן וואלט געווען ווען אנשטאט פארמעקן, זאל מען דאס פארשפארן אין אריבערפירן אין "נחל אשכול", א טאאל, א באגרעבענישט ארט, א צימער גאנץ אונטן פון איי-וועלט.

דאס וועט דינען אן ענליכע ציהל ווי וואס דער פסוק זאגט 'על אודות האשכול אשר כרתו משם בני ישראל' אז מען זאל געדענקען למשמרת לדורותיכם אז דאס איז פארשניטן געווארן פון אונזער וועלטל אפגעזען די סיבה. ווי אויך וועט דאס דינען אלס התראה אז אזוי וועט געשען צו יעדן אשכול וואס פאסט נישט אהער אריין כדי אנדערע זאלן זיך מונע זיין אין די צוקונפט.

א האנעסט פראגע וואס מען פרעגט שטיל, אויב איז א אשכול נישט פאסיג פארוואס מעג עס אין אחראי צימער יא פארבלייבן, אחראים מעגן דען יא אלעס?
אבער מיט "נחל אשכול" איז די פראגע געלייזט, יעדע אומפאסיגער אשכול פארט אראפ צום נחל, צו דינען די אויבנדערמאנטע צוועקן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

תגובהדורך יואל ווייס » מאנטאג יוני 20, 2011 8:44 am

(דער אשכול געפינט זיך אין "נחל אשכול")
__________________________________
This signature was intentionally left blank

אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 16, 2011 9:54 am
לאקאציע: צווישן זשאווא און זשאווא סקריפט...

תגובהדורך בחורהזעצער » מאנטאג יוני 20, 2011 10:37 am

א געניאלע בייפאל, איך האלט שטארק פון דעם,
דאכט זיך אז אזאנס איז דא אויף פרוג,
ממנו ילמדו וכן יעשו

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מאנטאג יוני 20, 2011 10:41 am

וואס שועמל פאלט נישט אלץ ביי...

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1459
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » מאנטאג יוני 20, 2011 1:07 pm

איר מיינט צו זאגן אז מען זאל עפענען א עקסטערע לשון הרע רכילות אשכול?

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22354
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג יוני 20, 2011 1:38 pm

שוועמל, יעצט גערעדט מיט PHP מ'קעניש מאכן א פארום וואס זאל אנטהאלטן אזויפיהל תגובות...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » מאנטאג יוני 20, 2011 2:50 pm

שוועמל, פונקט נעכטן שפאצירנדיג אין פרוג, איז מיר איינגעפאלן די זעלבע פראגע, פארוואס מען מאכט עס נישט דא.

אבער נישט מיט דעם קלינגענדיגן שיינעם נאמען נחל אשכול...
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3200
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » מאנטאג יוני 20, 2011 2:57 pm

סאדע_באטל האט געשריבן:שוועמל, פונקט נעכטן שפאצירנדיג אין פרוג, איז מיר איינגעפאלן די זעלבע פראגע, פארוואס מען מאכט עס נישט דא.

לכאורה טאקע וועגן יגעתי'ס אויבנדערמאנטע תגובה. משא"כ אין פרוג איז דאך די גאנצע סייט לכתחילה נישט געבויעט אויף קיין נייעס און ארטיקלען, דארט ווערט נאר אריינגעווארפן תגובות וואס זענען נישט צו די זאך געשריבן וכדומה.
הנותן לשכוי בינה...

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » דינסטאג יוני 21, 2011 2:58 pm

שוועמל דו דערמאנסט מיך פון די שיינע אידן וואס האבן קודם זיך געטראפן א שיינעם קלינגעדיגן נאמען פאר א ספר וואס איז שטארק פאסיג צו זייער נאמען, און דערנאך זיך געיאוועט צו טרעפן די אינהאלט אריינצולייגן אינעם ספר...

דו אויך, קודם האסטו געטראפן א גוטע נאמען "נחל אשכול" און דערנאך געטראפן וואס צו טון דערמיט....

רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 568
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

תגובהדורך רב טקסט » דינסטאג יוני 21, 2011 3:57 pm

מ'קען גיין אביסל ווייטער מיט'ן נחל אשכול און מאכן א אשכול נחיל של דבורים, און א באזונדערע אשכול הכופר וד"ל.

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » דינסטאג יוני 21, 2011 4:07 pm

אינטערעסאנט מיין בעל קורא האט געלייגט מער דגוש אויף דעם 'וישאוהו במוט בשניים', עס האט זיך מיר אויסגע'משל'ט ווי קרעמער און צייטליך כאפן אן א אשכול ביים קארג און קוילערן עס אראפ דעם עזאזל

אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

תגובהדורך איזעי » דינסטאג יוני 21, 2011 5:33 pm

רב טקסט האט געשריבן:מ'קען גיין אביסל ווייטער מיט'ן נחל אשכול און מאכן א אשכול נחיל של דבורים, און א באזונדערע אשכול הכופר וד"ל.


עס איז שוין געווען כמה וכמה פעמים, עס ליגט אין "נחל אשכול".....


צוריק צו “הילף - און וויכטיגע מודעות”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט