אייערע פארשלאגן!

טעכנישע סייט הילף און אפדעיטס

אחראי: אחראי

אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

ווער וויל זיך יאווען דא און מאכן א סך הכל פון אלע פארשלאגן ביז יעצט?

מ'האלט שוין ביים צווייטן/דריטן מאל פארשלאגן די זעלבע זאך צוליבן נישט וויסן אז עס שטייט שוין.

די זעלבע (אדער נאך ערגער) איז ביים פראבלעמען אשכול.

ולישועה יחשב!
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3052
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער בין איך? »

שיפט מאכט אויף א נייע ווינדאו.

קאנטראל מאכט אויף א נייע טעב.
אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2808
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האניג »

מיטל-קליק איז נאך גרינגער.
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

האניג האט געשריבן:מיטל-קליק איז נאך גרינגער.

פאר א נייע טעב
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2808
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האניג »

יאפ.
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

אפשר זאל ארענדער עפענן די נייע פייל פאר בעטא טעסטערס, וועט גרינגער זיין צו געבן הערות.

איידיע?
די קאץ ארויס פון זאק
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2011 8:38 pm

זיך מיטטיילען אלע סארט געזינטהייט און מיחושים אינפארמאציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די קאץ ארויס פון זאק »

אלס א שטארקע שטופ אויפ פאראויס צו פארברייטען פולפאכיג מער אונזער וועלטל ,וואלט געווען א היסטארשער דערגרייכאונג צו עפענען א צענטראלען פלאץ ,ווי דער עולם זאל קענען ליפטערן אלע ערליי געזונטהייט אינפארמעשיען אויף א שטייגער ווי די פאפולערע המספיק געזאט בריווען אפטיילונג וואס דעקט במשך די צייט אן א שיער ניצבארא סחורה וואס יעדעס מאל איז עס גילטיג פאר א צווייטען ,דער ליין פון מאטריאל פון געזינטהייט אין מיחושים איז גרויעס ברייעט און ריזיג ,זאל דער עולם אנפרעגען סיי וואספארא נושא אין די יעניגע מיט עקספריענס זאלען אפיערקומען מיט זייער שטאף
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:אלס א שטארקע שטופ אויפ פאראויס צו פארברייטען פולפאכיג מער אונזער וועלטל ,וואלט געווען א היסטארשער דערגרייכאונג צו עפענען א צענטראלען פלאץ ,ווי דער עולם זאל קענען ליפטערן אלע ערליי געזונטהייט אינפארמעשיען אויף א שטייגער ווי די פאפולערע המספיק געזאט בריווען אפטיילונג וואס דעקט במשך די צייט אן א שיער ניצבארא סחורה וואס יעדעס מאל איז עס גילטיג פאר א צווייטען ,דער ליין פון מאטריאל פון געזינטהייט אין מיחושים איז גרויעס ברייעט און ריזיג ,זאל דער עולם אנפרעגען סיי וואספארא נושא אין די יעניגע מיט עקספריענס זאלען אפיערקומען מיט זייער שטאף

מיר פארמאגן שוין לאנג א געזונטהייט פארום, זוך עס אויף אין די "ואיש את רעהו יעזורו" אפטיילונג
די קאץ ארויס פון זאק
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2011 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די קאץ ארויס פון זאק »

[מיר פארמאגן שוין לאנג א געזונטהייט פארום, זוך עס אויף אין די "ואיש את רעהו יעזורו" אפטיילונג[/quote] ישר כוח א מיליאן!!! נישט באמערקט ,איך בין נאך א גרינער
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3343
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

הרב ר' קאץ פון די זאק, אויב דו מיינסט אז דו ביסט אריינגעפאלן אין אזא קליינעם קרעטשמעלע מיט צוויי דריי פורומ'לעך, מיט קוים עפעס א ביסל לעקח און בראנפן,זאלסטו וויסן אז באמת ביסטו דא אין א ריזיגע מאלל, דו קענסט דא טרעפן פון אלעס וואס פאלט דיר נאר ביי, און טאקע אויב דו זעסט עפעס וואס איז נאך נישט דא און דו פיהלסט אז ס'קען זיין אינטרעסאנט פאר די ליינער דא,, זיי נישט פויל און הייב גלייך אהן א נייע נושא. דזשאסט פיהל יורסעלף @ האום.
הנותן לשכוי בינה...
געלינקטער
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 12, 2010 9:08 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלינקטער »

אוועטאר
ים רויבער
שר האלפיים
תגובות: 2177
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2011 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ים רויבער »

די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:
א וויליאמסבורגער איד האט געשריבן:אלס א נייע חבר אין אידישע וועלט, און איך ווייס אז די סייט גייט שוין אן פאר לאנגע יארן ב״ה, קען איך מיר פארשטעלן אז אין לויף פון די יארן זענען פארגעקומען פארשידע ״מערכות״ דא, און בכלל געשעהענישן.
עס זענען דא ניקס וואס האבן קונה געוועהן נעמען פאר ספשעליסטס איו ענינים, און אשכולות וואס האבען זיך געצויגן פאר לאנגע בלעטער.
יעצט אנשטאטס אז יעדע נייע מעמבער זאל דארפן ארוממישען איבעראל און דארכקוקן די גאנצע היסטארי פון אידישע וועלט, וואלט אפשר געוועהן א פלאן אז די אלטגעזעצענע עולם זאל געבן א שטיקל אינטרעדאקשען וואס די נייע מעמבערס האבן פארפאסט אין לויף פון די יארן, און אפשר אויך לינק׳ס פון אשכולת ווי סלוינט זיך צו קוקען.

גם אני הקטן מצטרף לדברי הנ"ל ,אז די אלט געזעסענע יושבים וואס קוועטשען שוין יארען די באנק אינעם קרעטשמע ,זאלן מקרב זיין די נייע עולים וואס מערן זיך כסדר בלע"ה אין אנצייגען אין מאכן א סך הכל פון די גאר געלונגענע זאפטיגע ארטיקעלן און מקומות וואס דער עולם האט געקוואלען,,
און פאר די פארוואלטשאפט וויל איך עצהנען ,צו מאכן אן אפציע פון ווי מען וועט קענען זיכן ,און אנקומען גרינג צו די ערטער וואס האט געהאט א שטארקע נאכפאלגערשאפט,מיט אסאך וויזעטערס,וואס בדרך כלל די סארט פלעצער אינטערסאנט


איך וואלט פארגעשלאגען אז מ'זאל קענען רעיטען א אשכול (צו יעדער זאל קענען רעיטען, צו נאר די מנהלים/אחראים) און ס'זאל דערנאך זיין א אפשען פון
"זוך אינטערסאנטע אשכולות"
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jkup50 »

jkup50 האט געשריבן:ווען מען דרייד זיך דא א שטיק צייט ווייסט מען שוין בערך וואס אינטרעסירט מיר יא און וואס נישט וואלט איך געוואלט פארשלאגן פאר די באמטע דא זוי ווי מיר האבן דעס הצג קנעפל וואס זאגט מיר עפעס ווארט אויף דיר זאל מען קענען מאכן אז די אשכול וואס אינטרעסירט מיר נישט זאל נישט אריין קומען אהער אין זוי אויך זאל עס נישט רויט ווערן
יאנקעל די פופציגער
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

איז שייך צו מאכן אז נייע מעמבערס זאלן נישט האבן די מעגליכקייט צו עפענען א נייע אשכול - נאר שרייבן תגובות אין אלטע אשכולות - ביז א באשטימטע צייט, אדער ביז א מנהל וועט איינזעהן אז ער איז שוין איינגעגלידערט, כמעט יעדע נייע מעמבער עפענט אשכולות אויף די זעלבע פאר אישוס אין ס'מאכט אביסל קאפוויי סיי פאר די מנהילים אין סיי פאר די אלט געזעסענע
(אדער וואלט איך אפילו געזאגט אז ס'פארטרייבט)
העכסטענס זאלן זיי נאר קענען עפענען אין א באזינדערע פארום פאר נייע מעמבערס אדער מאכן די ברוכים הבאים פארום ספעציעל פאר דעם.

כ'מיין נישט קיינעם פערזענליך, כ'זעה נאר וואס ס'גייט פאר ביי יעדע נייע ניק


נ.ב. כ'רעד בשם אפאר אלט געזעסענע.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
אוועטאר
ים רויבער
שר האלפיים
תגובות: 2177
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2011 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ים רויבער »

א אנדערע עצה
ארויפצוקלעבן גאנץ אויבן די אשכול איך זיך די אשכול פון......
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

leiby האט געשריבן:איז שייך צו מאכן אז נייע מעמבערס זאלן נישט האבן די מעגליכקייט צו עפענען א נייע אשכול - נאר שרייבן תגובות אין אלטע אשכולות - ביז א באשטימטע צייט, אדער ביז א מנהל וועט איינזעהן אז ער איז שוין איינגעגלידערט, כמעט יעדע נייע מעמבער עפענט אשכולות אויף די זעלבע פאר אישוס אין ס'מאכט אביסל קאפוויי סיי פאר די מנהילים אין סיי פאר די אלט געזעסענע
(אדער וואלט איך אפילו געזאגט אז ס'פארטרייבט)
העכסטענס זאלן זיי נאר קענען עפענען אין א באזינדערע פארום פאר נייע מעמבערס אדער מאכן די ברוכים הבאים פארום ספעציעל פאר דעם.

כ'מיין נישט קיינעם פערזענליך, כ'זעה נאר וואס ס'גייט פאר ביי יעדע נייע ניק


נ.ב. כ'רעד בשם אפאר אלט געזעסענע.


;l;p- ;l;p-

און מגיב זיין אויך נאר דורך א מאדערעיטער פאר די ערשטע 2 וואכן...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

און איך וואלט פארגעשלאגן אז די אלטגעזעסענע זאלן האבן אביסל מער סבלנות און מיטלייד מיט די פרישגעקומענע. וואס זענען די אינגע חברה שולדיג אז אין די ישיבות און כוללים לערנט מען נישט אויס וויאזוי צו שרייבן תגובות אויף אייוועלט? עס דויערט צייט ביז מען גלידערט זיך איין, אדער כאפט מען זיך אז נאופס, מען איז אנגעקומען אין די אומריכטיגע פלאץ (אדער מעלדט מען זיי דאס איין אין פריוואטע הודעות).
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

קרעמער, ביזט גערעכט... אבער ס'דא וואס... שוין כעל נישט שאגן גארניש...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

איינער וואס קען זיך נישט אויס אין פרעגט אן איז יעדער גרייט צו העלפן, (אין איך העלף אויך אסאך נייע, אויב נישט אין פאבליק איז עס אין אישית)
ווען ס'קומט אבער איינער אין הערט/כאפט נישט וואס מ'רעדט צו אים אין פארשטייט נישט אז ער מעג זיין אביסל איינגעהאלטן שטערט עס יא אביסל אין מער ווי אביסל...

======

אגב כ'רעד אויך פין על הצדקיקם וכדו' אפילו כ'שרייב נישט, ליין איך, אין ווען ס'איז דא נייע מוזן זיך די גבאים אויפוועקן,
אקעי דאס איז שוין א צווייטע פראבלעם.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

לייבי, קרעמער האלט אז מען דארף יא לאזן יעדעם שרייבן (גערעכט... )

אפשר וואלט געווען א מהלך אז מען קען איבעראל מגיב זיין, און אפילו עפענען נייע אשכולות.

אבער די נומער פון די מספר הודעות קומט נישט ארויף נאר ביז די מנהלים זענען מאשר....
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3318
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

ים רויבער האט געשריבן:איך וואלט פארגעשלאגען אז מ'זאל קענען רעיטען א אשכול (צו יעדער זאל קענען רעיטען, צו נאר די מנהלים/אחראים) און ס'זאל דערנאך זיין א אפשען פון
"זוך אינטערסאנטע אשכולות"

ביי יעדעם איינעם האט די ווארט "אינטערעסאנט" א אנדערע דעפינישען.
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3318
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

ווען מ'באקומט א נייע הודעה אישית זאל עס מאכן א סאונד (אזויווי אין גוגל טאלק).

שייך?
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

אין אינטערנעט עקספלארער מאכט עס ווען מ'גייט צו א צווייטע פעידזש, ס'אזוי ווי א פאפאפ.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jkup50 »

ביי מיר אין פייער פאקס מאכט עס אויך פאפ אפ
יאנקעל די פופציגער
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

סאדע_באטל האט געשריבן:לייבי, קרעמער האלט אז מען דארף יא לאזן יעדעם שרייבן (גערעכט... )

אפשר וואלט געווען א מהלך אז מען קען איבעראל מגיב זיין, און אפילו עפענען נייע אשכולות.

אבער די נומער פון די מספר הודעות קומט נישט ארויף נאר ביז די מנהלים זענען מאשר....


אלץ ניי געקומענער, וואס קען זיכער אריינגיין אין כלל פון אלע אנגעגעבענע טענות.... טו איך באשטעטיגן אז די עצות וואס מען האט דא פארגעשלאגן זענען אלע גוטע אויסער דיינס, דו גייסט שוין צו פערזענליך....

די בעסטע עצה איז די וואס ים רויבער האט געגעבן, כאטשיג דאס וועט נישט לעזן דעם גאנצן פראבלעם, וועט דאס אבער נישט שטערן קיינעם, און לייכטער מאכן אפי' פאר די אלט געזעסענע.
שרייב תגובה

צוריק צו “טעכנישע ווינקל”