בלאט 1 פון 10

פרישע פראבלעמען?!

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 12, 2010 11:20 pm
דורך arender
ביטע נאר שרייבן דא פראבלעמען וואס זענען דא זינט די קראך.

פאר מער אינפארמאציע זעהט די אשכול.

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 12, 2010 11:59 pm
דורך פונקטליך
נאר צו דערמאנען די פראבלעמען פון די לעצטע פאר טאג
1) תגובה מהירה ארבעט נישט פון מאל צו מאל
2) פריוואטע הודעה ארבעט (ביי מיר עכ"פ) כלל נישט.

מ'האף מיר אויף א שנעלע ערהוילונג

ישר כוח

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 13, 2010 12:02 am
דורך אויפריכטיג
ביי מיר לאודט זיך נישט די פעידזש אויפן קאמפיוטער, ווי איך האב געשריבן אין אישי.
(אצינדער שרייב איך פונעם בלעקבערי.)

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 13, 2010 1:29 am
דורך וויכטיג מאכער
תגובה מהירה איז שוין פארראכטן, ס'מאכט נאך אמאל אמאל פראבלעמען, אבער רוב מאל ארבייטעס.

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 13, 2010 2:02 am
דורך שמויגער
מיט מיין בערל בלייב איך נישט אינגעסיינט ווען איך גיי אריין דורך YIDDISHWORLD
די פראבלעם ווערט ווען איינער לינקט דורך YIDDISHWORLD צו א אנדערע ארטיקל קען איך נישט מגיב זיין
גייט עס ווערן פאראכטן?

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 13, 2010 6:39 am
דורך טאבאקא
שמויגער האט געשריבן: ווען איינער לינקט דורך YIDDISHWORLD צו א אנדערע ארטיקל קען איך דארט נישט מגיב זיין


דאס פאסירט אסאך מאל ביי א קאמפיוטער אויך.

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 13, 2010 8:52 am
דורך געלעגער
פון די וויכטיגסטע זאכן ביי מיר איז אז 'זוך אקטיווע אשכולות' זאל ארויפ ברענגן אלע אשכולות. יעצט ברענגט עס נישט ארויף געוויסע אשכולות

דאנקע

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 13, 2010 10:07 am
דורך לב טוב
ווען מ'קליקט אויף א לינק עפענט זיך נישט קיין פרישע פעיזש

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 13, 2010 10:39 am
דורך באמבאסטיש
איך ווייס נישט וויאזוי עס איז געווען בעפאר, אבער איך האב באמערקט א פראבלעם אז ווען מען האט אפן 'איי וועלט' אין א טעב, און מען זוכט עפעס מיט גוגל אין א אנדערע טעב, דאן אויב וועט גוגל געבן א רעזאלט פון איי וועלט און מען קליקט דערויף, וועט מען נישט זיין אריינגעסיינט, כאטשיג מען איז באמת אריינגעסיינט אין א אנדערע טעב. ביטע פארריכטן.

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 13, 2010 11:08 am
דורך leiby
די url קנעפל ארבעט נאכנישט

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 13, 2010 11:18 am
דורך האניג
אין אימעיל באקום איך טייל אימעילס אלס ivelt וואס דאס איז א מחי', אבער טייל אימעילס זענען אלס yiddishworld וואס דאן דארף איך פון פריש ארויפסיינען יעדעס מאל פון דאס ניי.

א געוואלדיגן יישר כח!

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 13, 2010 12:46 pm
דורך פאטאקי08
אינטערסאנט קיינער דערמאנט נישט

ווען מדריקט א לינק פון א אימעיל אז עס סדא א נייע תגובה דארף מען נאכאמאל אריינסיינען

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 13, 2010 12:48 pm
דורך שמויגער
האניג האט געשריבן:אין אימעיל באקום איך טייל אימעילס אלס ivelt וואס דאס איז א מחי', אבער טייל אימעילס זענען אלס yiddishworld וואס דאן דארף איך פון פריש ארויפסיינען יעדעס מאל פון דאס ניי.

א געוואלדיגן יישר כח!


ברוך שכוונתי

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 13, 2010 12:51 pm
דורך שמעלקא טויב
ס'איז געווארן זייער שטאט, דהיינו, ס'נעמט זייער לאנג ווילאנג די פעידזש לאוד זיך.

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 13, 2010 8:36 pm
דורך פארשריבן
ביי א קאמפיוטער אויך?

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 13, 2010 9:55 pm
דורך leiby
ביסט חושד שמעלקא מיט א בלעקבערי?

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 14, 2010 10:35 am
דורך jkup50
יעצט באמערעקט אז די קליינע רויטע קעסטלע אין די זייט פון פון די נאמען ווער עס האט געשריבן די לעצטע תגובה איז נישט רויט ווען סידא א נייע תגובה!

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 14, 2010 11:44 am
דורך פונקטליך
די תגובות וואס די ליינסט די ערשטע מאל (למשל: מיין תגובה יעצט) איז די קעסטל אויפן רעכטן זייט פנעם שם הכותב- רויט, אויב האסטו עס שוין געליינט אדער געוועהן אויף די פעידש נאכדעם וואס די תגובה איז געשריבן געווארן- איז עס ווייס
און אגב -אויב ווייסטו נישט- קען מען קליקן אויף די קעסטעלע און די דאזיגע תגובה ווערט יעצט די ערשטע אויפן פעידש און ווען מ'וויל למשל צוצייכענען די תגובה אין א צווייטע אשכול קליקט אויף די תגובה באקס און מ'קאפיעט די לינק און פעיסט עס אריין אינעם אנדערן אשכול

(פארוואס אזוי מאריך זיין מיט דברים פשוטים?...)

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 14, 2010 3:03 pm
דורך jkup50
פונקטליך האט געשריבן:די תגובות וואס די ליינסט די ערשטע מאל (למשל: מיין תגובה יעצט) איז די קעסטל אויפן רעכטן זייט פנעם שם הכותב- רויט, אויב האסטו עס שוין געליינט אדער געוועהן אויף די פעידש נאכדעם וואס די תגובה איז געשריבן געווארן- איז עס ווייס
און אגב -אויב ווייסטו נישט- קען מען קליקן אויף די קעסטעלע און די דאזיגע תגובה ווערט יעצט די ערשטע אויפן פעידש און ווען מ'וויל למשל צוצייכענען די תגובה אין א צווייטע אשכול קליקט אויף די תגובה באקס און מ'קאפיעט די לינק און פעיסט עס אריין אינעם אנדערן אשכול

(פארוואס אזוי מאריך זיין מיט דברים פשוטים?...)

שכוח פאר די צווייטע האלב כהאבס נישט געוויסט, אבער בנוגע די רויטע קעסטלע מיין איך נישט דא נאר אויף די הויפט בלאט ווי די האסט אלע נושאים.

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 14, 2010 9:10 pm
דורך פארשריבן
פונקטליך האט געשריבן:און אגב -אויב ווייסטו נישט- קען מען קליקן אויף די קעסטעלע און די דאזיגע תגובה ווערט יעצט די ערשטע אויפן פעידש און ווען מ'וויל למשל צוצייכענען די תגובה אין א צווייטע אשכול קליקט אויף די תגובה באקס און מ'קאפיעט די לינק און פעיסט עס אריין אינעם אנדערן אשכול

(פארוואס אזוי מאריך זיין מיט דברים פשוטים?...)


מיר איז עס נישט געווען א דבר פשוט, ביז עמיצער האט מיר עס געמאלדן ברחל בתך הגדולה.

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 15, 2010 11:32 am
דורך באמבאסטיש
דא שרייבט למעלה משבעים אז פארן קראך פלעגט נישט צוריק ווערן רויט ביים צוריק גיין צום פריערדיגן פעידזש.

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 15, 2010 12:41 pm
דורך שמערי בערי
אין אנדערע ווערטער, ווען מ'האט געמאכט "בעק" אויפן בראוזער האט זיך אויטאמאטיש ריפרעשד די פריערדיגע בלאט (וואס איז אגב געווען איינס פון די אויפטוהען ביים אריבער מופן פון אלט-שטאט.

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 15, 2010 1:24 pm
דורך ווער בין איך?
ביי מיר ארבעט עס נאר ווען איך נוץ סאפארי, אין פייערפאקס ארבעט עס טאקע נישט.

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 15, 2010 2:06 pm
דורך ווינקל
איך ניץ טאקע נאר סאפארי מהאי טעמא

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2010 9:21 pm
דורך מאקאווער
When i'm writing a t'giva in any eshkol in the miday shabas b'shabatoy imoyad b'moyadoy forum. the eshkol didn't come up by the active eshkolos.