וואס איז געווען, וואס גייט אי"ה זיין + וויכטיגע אינפארמאציע

פארוואלטונג מעלדונגען, און טעכנישע הילף אויפן זייטל

אחראי: אחראי

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » מיטוואך יולי 28, 2010 1:44 pm

יאפס, ארענדער מיר עפרישיעטן דיין ארבעט און מיר זענען דיר באמת מכיר טובה!
אויב איז דא עפעס וואס איך קען דיר העלפן, פליז זאג מיר, איך וויל א חלק אין דיין הייליגע ארבעט.

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » מיטוואך יולי 28, 2010 1:51 pm

יוש, בלי מילים!!

ארענדער; דער אייבערשטער זאל דיר פארדעם באצאלן. מען זעהט אז א גוטע זאך קומט אן ביטער שווער, לויט מיין אינפארמעשן האט co.il קיינמאל נישט געכאפט אזא פראסק.. עפעס מיינט עס.

האט נאך איינער באמערקט אויסער מיר אז "ארענדער" דערמאנט נישט קיין איין ווארט וועגן געלט?!!

אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1616
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

תגובהדורך ליינער » מיטוואך יולי 28, 2010 1:53 pm

וועלקאם בעק טו די איי וועלט קלאב.

א גראבע שכח פאר אלע וואס האבן געהאלפען אין די שווערע צייטען שפעיציעל פאר די ארענדער פון די קרעטשמע

איך בין געווארען אויס שר חמש מאות :cry: :oops: :x :shock: :? :-(
לעצט פאראכטן דורך ליינער אום מיטוואך יולי 28, 2010 1:55 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » מיטוואך יולי 28, 2010 1:55 pm

איך וויל דא מקבל פנים זיין דעם נייעם סערווער קראכער, א ברודער מיט'ן אלטן AK, כמר גוגל פידפעטשער! יהא בואכם לברכה און איך בעט א בקשה, קראך ביטע נישט אויס אויף דעם סארווירער!

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4955
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » מיטוואך יולי 28, 2010 1:59 pm

מי יתן
די אלטע סייט

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך יולי 28, 2010 2:03 pm

נא אלע צוזאמען הויך!! (איינס צוויי דריי)

חסדי השם כי לא תמנו, כי לא כלו רחמיו,
חסדי השם כי לא תמנו, כי לא כלו רחמיו,
אוי, אוי,
(ארויף) חסדי השם כי לא תמנו, כי לא כלו רחמיו,
(אראפ) חסדי השם כי לא תמנו, כי לא כלו רחמיו!!!

באמת א גרויסן ישר כח פאר די געטרייע הנהלה, פאר די שווערע ארבייט וואס ווערט דא ארייל געלייגט בכלל, און ביי די יעצטיגע קריזיס בפרט!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » מיטוואך יולי 28, 2010 2:04 pm

שלום עליכם טייערע ברודער!

פותחין בכבוד אכסניא אונזער געשעצטער ארענדער וואס נעמט אונז אריין צו זיך אין קרעטשמע אויך נאך די קאטעסטראפע וואס זי האט געליטן, אויך בשעת די קאנסטראציע לאזט ער אונז אריין פאר גלזעל שנאפס. א גרויסן יישר כח, תחזקנה ידיכם!

אצינד לאמיך זיך אויסגעבן די דמיונות...

מיר קוקען דא אויס ווי די אידן נאך די גרויזאמע צווייטע וועלט מלחמה... עס קערן זיך צוריק נאכן חורבן צוביסלעך, אחד מעיר ושניים ממשפחה, מען זוכט עפעס חיות....

דער אויסשטעל פונעם וועב זייטל קומט מיר פאר ווי ביים צווייטן בית מקדש, וואו עס האט געפעלט גאר וויכטיגע חלקים.

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » מיטוואך יולי 28, 2010 2:27 pm

Thanks arenderr
http://www.teoria.com/ Music Theory

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » מיטוואך יולי 28, 2010 2:28 pm

אויפריכטיג האט געשריבן:מיר קוקען דא אויס ווי די אידן נאך די גרויזאמע צווייטע וועלט מלחמה...


נאך איידל גערעדט, דעמאלטס האט מען נאך געהאט א געפיל אז מ'גייט כאטש נקמה נעמען אין די דייטשן, היינט האבן מיר דאס אויך נישט! כליפ כליפ כליפ

אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

תגובהדורך פונקטליך » מיטוואך יולי 28, 2010 2:34 pm

שלום עליכם אייך אלע טייערע חבירים וידידים

ווי יעדער וויל איך מיך דא באדאנקען פאר אונזער ידיד דער אנפירער פונעם אידישן הייזקע ה"ה ארענדער ני"ו פארן זיך אוועקגעבן בלב ובנפש פאר די הצלחה פון דעם סייט נאך בעפאר די ששת ימי אפילה און אוודאי אויף די איבערמידליכע ארבייט וואס ער האט אריינגעלייגט און לייגט ווייטער אריין לטובת קהילתנו הקדושה, און א עקסטערן ישר כח פאר אים פארן זיך פערזענליך אנשטרענגען אז אני הקטן זאל ווערן ערמעגליכט צו שרייבן די דאזיגע שירות, השי"ת זאל ממלא זיין כל משאלות לבו לטובה און ער זאל דא קענען סערווירן גרינגערהייט ביז משיח'ס טאג, אמן.

פאר די וואס רעדן זיך אפ אויפן אויסקוק פונעם סייט, האט שוין איינער דא פריער געשריבן וויאזוי מ'קען דאס טוישן צום נארמאלן אויסקוק, עס קוקט אויס כמעט די זעלבע ווי פארן קראך. 
לעצט פאראכטן דורך פונקטליך אום דאנארשטאג יולי 29, 2010 8:12 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מיטוואך יולי 28, 2010 2:40 pm

מיר קענען טאקע אלע אפאטעמען אז עס ארבייט שוין און מ'קען שוין שרייבן. אבער ארענדער איז נאכנישט אויף דער פריי. ער האט זיך צוגעבינדן צו א פלאץ און ער גייט נישט ארויס דערפון ווילאנג עס איז נישט גענצליך פאראכטן.

עס קומט אום א ריזיגען יישר כח און גיגאנטישער הכרות הטוב פאר די ארבייט וואס ער האט אריינגעלייגט די לעצטע וואך. מיר געפעלט נאר ווי ער באדאנקט די וואס האבן אום ארויסגעהאלפן "שלא על מנת לקבל פרס" כאילו ארענדער זעלבסט איז א באצאלטער ארבייטער..
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » מיטוואך יולי 28, 2010 3:09 pm

הגם וואס מיין ריזיגע געזעגענונגס ארטיקל איז דערטראנקען געווארן ביינעזאם (וועא"מ) מיט אלע אנדערע הערליכע דזשורנאל ארטיקלן אין די טיפענישן פונעם פונעם האדסאן, און ס'וועלן זיין מאנכע וואס וועלן עס אפילו פרובירן לייקענען והא ראי' אז כ'שרייב דא געהעריג. דאך שפיר איך אז כ'מוז פאר א מינוט אראפלייגן די פעדער פונעם האנט און עס פלאצירן אויפן קיבאורד זיך אויסצודריקן א ריזן יישר כח פארן ארענדער פארן
















מיך שיקן א נייע פעססווארד אין אימעל. א הארציגן דאנק!

---
העי! ווער האט דא געפעלטשט מיין חתימה??! כ'האב שוין 10 מאל געטוישט זינט יענע.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך יולי 28, 2010 3:15 pm

יוא, איך בין זוי מאושענעל. וואו הייב איך אן? ארענדער, קענסט ענגליש? "ווי לאוו יו". אין די צייט וואס מיר האבן גענומען א שטיקל וואקאציע פון מעקן תגובות און באשטעטיגן ניקס, האסטו דיך איבערגעארבעט פאר אונזערטוועגן. דער עולם שמועסט - הלואי זאל מען אין הימל מסכים זיין - אז עס איז אוועקגעלייגט פאר דיר אסאך שכר פארן אויפשטעלן און אנפירן אזא נאבעלע אויסגעהאלטענע סייט וואס טוהט צוזאמהאלטן די שארית הפליטה וואס קלאמערן זיך אויף אויסגעהאלטענע נייעס און שמועסן אין די לעצטע גלות מינוטן.

איך האלט טיף אינמיטן ארבעטן - אוי ווי מיינע קונדן דערקוויקן זיך ווען אייוועלט איז דאון, זיי וואונדערן זיך פארוואס א גאנץ יאר קומען דעדליינס און זיי גייען און דאס ארבעט שטייט... און יעצט באקומען זיי אלעס ביים ערשטן מאל הייסן - וועל איך דא מפסיק זיין, און ברצות ה' וועלן מיר צוריקקומען ביתר שאת ועז.

אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1908
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

תגובהדורך ראמני 08 » מיטוואך יולי 28, 2010 3:17 pm

וואס גייט דא פאר?

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » מיטוואך יולי 28, 2010 4:04 pm

קיין ווערטער צו באדאנקן,
קיין מתנות און געשאנקן,
צו דעם ארענדער,
און נישט צו גאו דעדי און אנדערע לענדער,
פאר די טירחה,
נאך דעם גרויסן סירחה,
וואטעווער, סגראמט נישט,
עס הערשט דערין א טרוקעניש,
איך וועל נאכאמאל טרייען,
- ווען די קרעטשמע מיטגלידער האבן געטון קרייען,
אייוועלט ארבעט נישט געוואלד!
מען פילט זיך ווי אין א וואלד!
אבער אין די זעלבע צייט,
דארט אין אפיס גאר ווייט,
זיצט דער ארענדער,
און נישט גאו דעדי און אנדערע לענדער,
און ארבעט אן אויפהער,
ווען יעדע רגע ער באקומט א טעקסט און א אנדערע שטער,
ער וויל נישט אויפגעבן,
לא אמות כי אחיה, אייוועלט וועט לעבן!
טעג און נעכט,
ער האט פיבער און ברעכט,
ווער אינוועסטירט דא געלט?
עס ווייסט נישט קיינער אויף אייוועלט,
פארוואס טוט ער דאס?
אזא געטרייע בעל בוס,
ווילן מיר אים באדאנקן,
נישט מיט ווערטער אדער געשאנקן,
נאר מיט ווערטער,
פון אלע ערטער,
ווערטערלאז,
גלאז,
נעמען,
קלעמען,
צונעמען,
צוזאמעננעמען,
צוגענעמען,
הכ"ד אני המיני,
איני מיני,
גרויזאמער,
שויס קלאמער.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מיטוואך יולי 28, 2010 4:11 pm

ראמני 08 האט געשריבן:וואס גייט דא פאר?

איינער ווייסט וואס ראמני פרעגט דא ????

ראמני מען גייט געבען טשאלעט מיט קיגל, סא פליז ווארט לויף נישט אוועק
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

11211
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 09, 2009 3:52 pm

תגובהדורך 11211 » מיטוואך יולי 28, 2010 4:21 pm

א גרויסן שכוח פאר אלע וואס האבן ארויסגעהאלפן אין אי"ה בקרוב מיט א שלימות
לעצט פאראכטן דורך 11211 אום מאנטאג סעפטעמבער 26, 2011 11:14 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
"וויליאמסבורג, א מחי’ גאר, וואוינען דארט פיינע אידן, אויך מיר אזא יאר"

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » מיטוואך יולי 28, 2010 4:28 pm

איך וויל נאר זאגן איין ווארט פארן חשוב'ן ארענדאר

א-ריזיגן-דאנק

פאר דיין אוממערמידליכן ארבעט צוצושטעלן אזא פלאץ פאר אונזערע היימישע אידן

כה לחי!! יו אר די מען!!

אוועטאר
קאר אינשורענס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 04, 2008 5:48 pm

תגובהדורך קאר אינשורענס » מיטוואך יולי 28, 2010 4:29 pm

i don't have yiddish so please excuse me!!!

thanks arender and every 1 for working overtime to bring us back alive,
now we have to go in rehab for full recovery

thank you thank you

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21829
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך יולי 28, 2010 4:35 pm

ווערטער פון וואו
פאר די פיל פלאג מיה
דער ארענדער לייגט אריין דאהי
זאל דער בורא עולם דיך באצאלן
השפעות טובות פולע שאלן
פאר אלע דיינע ווערק כל פעלין

וכל העוסקים בצרכי צבור באמונה
יתנם ה' דעת חכמה ובינה
ווי אזוי פון פראבלעמען ארויסצוקריכן
און אהערשטעלן א געלונגענע ארבעט מזומן ומוכן
וישלח ברכה והצלחה בכל מעשי ידיהם
רוב שמחה ונחת שטענדיג און אייער היים.

בברכת אדיוט
הק' פארשלאפן
פה קהל עולם היהודי דסקרענטאן יצ"ו.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
פעטריטשקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2009 6:37 am

תגובהדורך פעטריטשקע » מיטוואך יולי 28, 2010 4:48 pm

ארענדער טייערע!
ואני ברוב חסדיך אבוא ביתך!!!
ס'איז נישט פארצושטעלן די הכרת הטוב וואס כ'פיל יעצט מער פון אלעמאל וואס דו לייגסט אריין אזויפיל כוחות ל"הביאני אל בית היין"

ישלם ה' פעלך ומשכירתך שלימה מעם ה'!!!!

נ.ב. אויב איז דא גרויסע קאסטן אפשר איז כדאי צו מאכן א שטיקל מגבית מיט א קרעדיט קארד סיסטעם און דער עוילעם זאל זיך ווארעם אנרופן!!.....

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מיטוואך יולי 28, 2010 4:57 pm

א הארציגען ישר כוח פאר אינזער חשובער ארענדער.
the SCY is the limit

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3154
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » מיטוואך יולי 28, 2010 5:25 pm

בשם כל הקהל הקודש ווילען מיר זיך הערצליך באדאנקען פאר די באהערדע דא אין דעם פארום, את אשר ישנו פה ואת אשר איננו.
איצט וועט דער עולם זעהן וואספארא געטרייע ארבעט עס ווערט דא אריינגעלייגט
א גרויסען דאנק
לחיים
בוי זיך זעלבסט

באזעסענער
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 24, 2009 10:00 am

תגובהדורך באזעסענער » מיטוואך יולי 28, 2010 6:02 pm

לכבוד בעל הקרעטשמע.
מיר האבן ב"ה הנאה געהאט, זיך גוט אנגעשעפט פרישע כוחות.
איצט צום תכלית, מה יקר!

- מאכט אייך נישט נאריש, איך מיין דען אייך, אז ער וועט פון מיר גארנישט נעמען איצט, ווער ווייסט צו איר וועט מיך נאך אריינלאזן אהער.
בקיצור איך מיין מיך - און די מיין דיך, עס איז גארנישט קיין בושה דאס איז פשוט דער סדר העולם, בחנם באקומט מען כנם פלעגט מען זאגן.

הציץ עליו בעל הקרעטשמע, יש מנהיג!

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3173
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » מיטוואך יולי 28, 2010 6:06 pm

א מענטש טראכט אין גאט לאכט!!

יא דער רבוש"ע וויל אז אינז זאלמער ווייטער קענען פארברענגן אין אזא היימישע אטמאספער, האט ער אינז ציגעשטעלט דעם חשוב'ן ארענדער שיחיו לאי"ט כדאי אין צייט פין נויט ( עכט איז עס אייביג, נאר יעצט האמער עס געזען) זאל ער זיך ארויס שטעלן ווי דער גענעראל אויפן פארנט אין פירן מלחמה מיט די מכשולם..

שכח ארענדער שכח!!! ישלם "השם" (איךשרייב השם ווייל פין "אינז" עסטעך נישט זעהן קיין ניקל..... איא ?! ) הקב"ה זאל דיך באצאלן קייפעל קיפלאאים !! אויף אלעם, אויף די אלע כוחות וואס די האסט דא אריין געלייגט, אזא שיינע פלאטץ, א געשמאק !!

איך טראכט יעצט אזוי צי מיר, סדא א ווארט פין הייליגן ישמח משה מיין איך, ער זאגט אז די סבה פאר וואס האט דער אייבישטער געדארפט חרוב מאכען די בית המקדש צוויי מאל ? ער איז דאך ביכולת צי לאזען אויפגעשטעלט דעם בית המקדש אין סזאל קיינמאל נישט חרוב ווערן ?!

ענטפערט ער מיט א משל פין איינער וואס וויל איינפלאנצען א גיטע בוים ביי זיך איו גארטן, וויאזוי קען מען זיכער צי מאכן אז די ערד איז גיט פארן בוים, כדאי די בוים זאל קענען אהער שטעלן די פירות אזוי סאל זיין א נחת ? איז טיט מען אזוי, מאקערט אויף דע ערד, מזייעט אן,איו ווען סבאוויזט זיך דאס קליין ביימל רייסט מען איר ארויס פין די ערד, אזוי טיט מען איין מאל אין א צווייטע מאל, ביז מאיז שוין זיכער אז די ערד איז גיט אין סקען דערהייבן א גרויסן בוים, הערשט יעצט איז די ריכטיגע צייט אהער צישטעלן א פראכטפאלן בוים, די זעלבע זאגט דער הייליגער ישמח משה זי"ע איז מיט די בית המקדש, דער רבןש"ע האט געוואלט אנגרייטען די ערד פארן מקדש השלישי האט ער קודם אויפגעבויט צוויי מאל אין איינגעווארפן צוויי מאל כדאי אז די דריטע בית המקדש זאל שוין זיין לעולם ועד.

לענינינו, כאב געטראכט מהאלט שוין יעצט אויפן דריטען פלאץ פארן קרעטשמע, קען גאר זיין הקב"ה האט געוואלט אז כלל ישראל זאל האבן א פעלזן פעסט פלאץ, האט ער געמאכט מזאל עס דארפן איינפלאנצען צוויי מאל, פארלירן צוויי מאל, אזוי אז ביים דריטען מאל זאל עס שוין זיין קאים וקימא !!!!!
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.


צוריק צו “הילף - און וויכטיגע מודעות”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט