פארגעשריטענע זוכעניש - וויאזוי?

פארוואלטונג מעלדונגען, און טעכנישע הילף אויפן זייטל

אחראי: אחראי

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

פארגעשריטענע זוכעניש - וויאזוי?

תגובהדורך צום זאך » זונטאג יוני 06, 2010 10:01 pm

איך זוך יעצט -קרוב לחצות הלילה- ווי אימער אין היימישע קרעטשמע עס ווערט דערמאנט די צוויי ווערטער 'שבת זייגער' צוזאמען.

איז דא די "פארגעשריטענע זוכעניש" אפציע, וואס ווי כ'שטעל זיך פאר קען מען אנשטעלן אז איך זאל נאר באקומען די רעזולטאטן ווען די צוויי ווערטער ווערן דערמאנט בב"א. ווייל אז ער זאל מיר אפירברענגן יעדן הודעה וואס עס ווערט דערמאנט די ווארט 'שבת' צו 'זייגער' וועל איך -ש'מיר ש'דיר- האבן דורכגעליינט האלב קרעטשמע אין א אויגן בליק. אלזא וואס ברויך איך טוהן אז כ'זאל באקומען די ריכטיגע רעזולטאטן?

און אז מ'רעדט שוין, וואס איז פשט פון די צוויי אפציעס ביים זוכן?:
• זוך לויט אלע תנאים אדער דוקא די אויסגעקליבענע תנאי.
• זוך לויט אלע תנאים.

איר פארשטייט די נפק"מ פון די צוויי אפציעס? איך נישט. (מאך נישט קיין תנאים וואס דו ברויכט נישט און פטר-אן-עסק.)

---
מנהלים, ביטע מוחל זיין אויב ס'שוין פארהאן אזא אשכול. מיט א שנעלע זוכעניש האב איך נישט געפונען. און מיט 'פארגעשריטענע זוכעניש' בין איך דערווייל נישט באהאוונט - ווי איר זעהט דא.

פינטעל
שר חמש מאות
תגובות: 616
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 22, 2009 5:41 pm

תגובהדורך פינטעל » זונטאג יוני 06, 2010 10:05 pm

זיך ביי נייגיס מפתח מיט קאנטראל 5

דאס איז די איינציגסטע אשכול וועגן שבת זייגער:
http://www.yiddishworld.com/forum/index ... =viewtopic

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » זונטאג יוני 06, 2010 10:07 pm

פיין שכח.

מיין שאלה איז אבער א כלליות'דיגער אויף ווען אימער כ'זוך 2 ווערטער צו מער און כ'וויל נאר די רעזולטאטן ווען זיי ערשיינען ביינעזאם.

יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

תגובהדורך יוםטובערליך » מאנטאג יוני 07, 2010 7:27 am

צום זאך,

ביי גוגל און לכאורה אויך די אנדערע סוירטש ענדזשינס ארבייט עס אז מ'לייגט אויבערשטרעכלעך בעפאר און נאך די צוויי ווערטער אזוי זוכט עס נאר די צוויי ווערטער צוזאמען.

למשל, "יום טוב"

אויב מ'זוכט די צוויי ווערטער אבער לאו דוקא צוזאמען, לייגט מען א פלאס אינצווישן, ווי יום[פלאס]טוב.

פארשטייסט?


-

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מיטוואך יוני 09, 2010 6:21 pm

אין אייוועלט לייגט מען א | אפצוטיילן צו זוכן יעדע סערטש עקסטער.
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:17 pm

תגובהדורך ניק ניק » דאנארשטאג דעצמבער 15, 2011 6:25 pm

איז דעס א נייע זאך אדער איז עס נאר ניי פאר מיר?
צוגעלייגטע
213.JPG
213.JPG (16.25 KiB) געזעהן 4578 מאל
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15119
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דאנארשטאג דעצמבער 15, 2011 6:29 pm

קודם האט דאס גארנישט מיט זוכעניש, און צווייטענס דאס איז נישט קיין נייע זאך
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15119
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מיטוואך ינואר 25, 2012 4:41 pm

די קומענדיגע ווערטער זענען נישט אריין גערעכנט געווארן אין דיין זוכעניש ווייל זיי זענען צופיל באנוצטע ווערטער: קרעמער.
דארפסט אריין לייגן כאטש איין ווארט צו קענען זוכן. יעדע ווארט דארף ענהאלטן כאטש 3 אותיות און נישט מער פון 14 אותיות, לא כולל תווים משלימים.
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך ינואר 25, 2012 4:42 pm

דו זוכסט מיך?

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15119
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מיטוואך ינואר 25, 2012 4:53 pm

איך האב פרובירט דיך צו זוכן.. איי וועלט לאטעך נישט
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך ינואר 25, 2012 9:59 pm

פרוביר אין אנשי שלומינו.

אוועטאר
גוגל
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

תגובהדורך גוגל » דינסטאג ינואר 01, 2013 9:08 pm

צום זאך האט געשריבן:איך זוך יעצט -קרוב לחצות הלילה- ווי אימער אין היימישע קרעטשמע עס ווערט דערמאנט די צוויי ווערטער 'שבת זייגער' צוזאמען.

איז דא די "פארגעשריטענע זוכעניש" אפציע, וואס ווי כ'שטעל זיך פאר קען מען אנשטעלן אז איך זאל נאר באקומען די רעזולטאטן ווען די צוויי ווערטער ווערן דערמאנט בב"א. ווייל אז ער זאל מיר אפירברענגן יעדן הודעה וואס עס ווערט דערמאנט די ווארט 'שבת' צו 'זייגער' וועל איך -ש'מיר ש'דיר- האבן דורכגעליינט האלב קרעטשמע אין א אויגן בליק. אלזא וואס ברויך איך טוהן אז כ'זאל באקומען די ריכטיגע רעזולטאטן?

און אז מ'רעדט שוין, וואס איז פשט פון די צוויי אפציעס ביים זוכן?:
• זוך לויט אלע תנאים אדער דוקא די אויסגעקליבענע תנאי.
• זוך לויט אלע תנאים.

איר פארשטייט די נפק"מ פון די צוויי אפציעס? איך נישט. (מאך נישט קיין תנאים וואס דו ברויכט נישט און פטר-אן-עסק.)

---
מנהלים, ביטע מוחל זיין אויב ס'שוין פארהאן אזא אשכול. מיט א שנעלע זוכעניש האב איך נישט געפונען. און מיט 'פארגעשריטענע זוכעניש' בין איך דערווייל נישט באהאוונט - ווי איר זעהט דא.

i agree
פארוואס קען מען עס נישט פארעכטען?

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10553
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דינסטאג ינואר 01, 2013 11:27 pm

וואס איך טוה ווען איך וויל זוכן צוויי ווערטער וואס זאלן זיין צוזאמען, איז אז קודם מאך איז א זוכעניש אויף די ווארט שבת און דאס ברענגט שטייצעך ארויף צענדליגע(ר) (באלד וועט סאכדעס פרעגן צו בלעטער איז א זכר אדער נקיבה) בלעטער מיט רעזולטאטן, און דערנאך מאך איך א זוכעניש אין די רעזולטאטן אויף די ווארט זייגער, אזוי האב איך כאטש אלע תגובות ווי ס'געפונען זיך ביידע ווערטער, טאקע נישט נאר בבת אחת אבער עפעס בעסער איז עס.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15119
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מיטוואך ינואר 02, 2013 8:33 am

קענסטאך שוין אריינלייגן די ווערטער שבת זייגער גלייך אינעם סירטש באקס?
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
תרגום יונתן
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 1:40 pm

תגובהדורך תרגום יונתן » מיטוואך ינואר 02, 2013 10:07 am


אוועטאר
מומחה עצום
שר שבעת אלפים
תגובות: 7387
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2011 2:26 pm

תגובהדורך מומחה עצום » מיטוואך ינואר 02, 2013 10:22 am

אמת תרגום, צו טרעפן עפעס אויף אונזער וועלטל איז גוגל געווענליך בעסער. מען דארף צומאל צולייגן די ווארט "אייוועלט" למשל ווען מען זוכט "מילתא דבדיחותא" וועט אייוועלט זיין די 5'טע אדער 6'טע ריזאלט אויפן צווייטן פעידזש, אויב ווילט איר אז ס'זאל זיין פון די ערשטע ריזאלטס דארף מען סוירטשען אזוי "מילתא דבדיחותא אייוועלט", ווי אויך דארף מען ספעלן ריכטיג (אמאל האט מען נישט געדארפט, אבער גוגל האט געטוישט די algorithm).
לייק                    וועבזייטל | צדקה קאסע | סטאטיסטיקס                    דיסלייק

מיר שטעלן צו קאמפיוטער און טעכנאלאגיע הילף, טעק סופארט, וועב דיזיין, פראגראמינג, גראפיקס, אדער סיי וואס איר ווילט פאר די בעסטע פרייזן.

צושויער
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 12, 2014 6:29 pm

תגובהדורך צושויער » מאנטאג מאי 05, 2014 7:48 pm

איז דא א וועג צו זוכן אויף אייוועלט צוויי ווערטער זאלן זיין צוזאמען??
געווענליך שרייבט מען אזוי "ראובן שמעון"

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3808
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » מאנטאג מאי 05, 2014 10:40 pm

קוק די לעצטע צוויי תגובות פאר דיינס.

צושויער
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 12, 2014 6:29 pm

תגובהדורך צושויער » דינסטאג מאי 06, 2014 4:50 pm

ידיד האט געשריבן:קוק די לעצטע צוויי תגובות פאר דיינס.

שכוח

אוועטאר
מומחה עצום
שר שבעת אלפים
תגובות: 7387
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2011 2:26 pm

תגובהדורך מומחה עצום » דינסטאג מאי 06, 2014 7:01 pm

צושויער האט געשריבן:איז דא א וועג צו זוכן אויף אייוועלט צוויי ווערטער זאלן זיין צוזאמען??
געווענליך שרייבט מען אזוי "ראובן שמעון"

ראובן&שמעון
לייק                    וועבזייטל | צדקה קאסע | סטאטיסטיקס                    דיסלייק

מיר שטעלן צו קאמפיוטער און טעכנאלאגיע הילף, טעק סופארט, וועב דיזיין, פראגראמינג, גראפיקס, אדער סיי וואס איר ווילט פאר די בעסטע פרייזן.

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלף
תגובות: 1720
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » דינסטאג מאי 06, 2014 9:20 pm

שלום עליכם ר'מומחה! כ'פריי זיך אייך צו זעהן דא צוריק אזוי שנעל, און כ'האף אז איר פלאנט אונז נישט נאכאמאל אזוי צו דערשרעקן!
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
מומחה עצום
שר שבעת אלפים
תגובות: 7387
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2011 2:26 pm

תגובהדורך מומחה עצום » דינסטאג מאי 06, 2014 9:24 pm

זעה וואס איך האב דא געשריבן (פיצי ווערטער)
לייק                    וועבזייטל | צדקה קאסע | סטאטיסטיקס                    דיסלייק

מיר שטעלן צו קאמפיוטער און טעכנאלאגיע הילף, טעק סופארט, וועב דיזיין, פראגראמינג, גראפיקס, אדער סיי וואס איר ווילט פאר די בעסטע פרייזן.

אוועטאר
מומחה עצום
שר שבעת אלפים
תגובות: 7387
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2011 2:26 pm

תגובהדורך מומחה עצום » דינסטאג מאי 06, 2014 9:28 pm

צושויער האט געשריבן:איז דא א וועג צו זוכן אויף אייוועלט צוויי ווערטער זאלן זיין צוזאמען??
געווענליך שרייבט מען אזוי "ראובן שמעון"

אויב מען וויל זוכן ראובן אדער שמעון דאן לייגט א | צווישן די ווערטער

חילי|לכתחילה
לייק                    וועבזייטל | צדקה קאסע | סטאטיסטיקס                    דיסלייק

מיר שטעלן צו קאמפיוטער און טעכנאלאגיע הילף, טעק סופארט, וועב דיזיין, פראגראמינג, גראפיקס, אדער סיי וואס איר ווילט פאר די בעסטע פרייזן.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג מאי 06, 2014 9:46 pm

מומחה עצום האט געשריבן:
צושויער האט געשריבן:איז דא א וועג צו זוכן אויף אייוועלט צוויי ווערטער זאלן זיין צוזאמען??
געווענליך שרייבט מען אזוי "ראובן שמעון"

אויב מען וויל זוכן ראובן אדער שמעון דאן לייגט א | צווישן די ווערטער

חילי|לכתחילה

האסט מיך געזיכט? אויב וויל מען זיכען.....
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:17 pm

תגובהדורך ניק ניק » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:19 pm

איז דא א וועג צו זיכן אלע אשכולות סורטירט לויט מספר התגובות, מספר הצפיות, מספר הדפים?
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.


צוריק צו “הילף - און וויכטיגע מודעות”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט