ניגונים און זינגערס
דאנערשטאג נובמבר 26, 2009 3:44 pm
איך וועל אנפאנגען מיט א משל. ס'איז געווען אמאל א זינגער, זיין אמת'ער נאמען איז נישט באקאנט, אבער זיין ניק איז געווען "דוב האפמאן". ער האט ארויסגעגעבן איין טעיפ, נאכדעם האט ער ארויסגעגעבן נאך א טעיפ. (טעיפ איז אזא זאך אזוי ווי א סידי נאר באקסעדיג, און מ'דארף האבן א ספעשל מאשין עס צו קענען הערן). עניוועי, ער האט געזונגען זייער שיין, און זיין שטימע איז געווען מורא'דיג קלאר און גליטשיג, ממש ווי א פידעלע. נאכ'ן ארויסגעבן צוויי טעיפס האט מען מער נישט געהערט זיין נאמען.
איין מינוט, יעצט דערמאן איך מיך: ס'איז נישט קיין משל; ס'איז אן עכטע מעשה וואס איז געשען אין אונזערע צייטן!
וואס איך וויל וויסן איז: וואו איז ער? וואס איז מיט אים היינט? פארוואס הערט מען מער נישט פון אים? זינגט ער אמאל אויף חתונות? פלאנט ער ארויסצוגעבן נאך א טעיפ (סידי)?
Advertisement
דאנערשטאג נובמבר 26, 2009 3:53 pm
ער איז א גוטער ידיד מיינער, אזויווי די זאגסט ער הייסט דוב האפפמאן אין ער איז בעה"ב פון האפפמאן'ס אפטיקל אין וויליאמסבורג...
לכאורה האט ער אויפגעהערט ארויסצוגעבן זיינע סחורה וויבאלד כמעט קיינער האט שוין נישט די מאשין מיט וואס מ'הערט דעם באקסעדיגן סי די...
אין ניין ער האט קיינמאל אויף קיין חתונות נישט געזינגען, ער איז אן עלטערע יונגערמאן....
קאפויער.. העפי נאו? :)
דאנערשטאג נובמבר 26, 2009 3:56 pm
מאשקע, ביי ממיך איז דאס יא א משל! ווייל דאס ניץ איך אלעמאל פאר א משל ווען כ'וויל ארויס ברענגן אז אלעס ווענדט זיך אין מזל און נאר אין מזל!
דאנערשטאג נובמבר 26, 2009 4:15 pm
וואס גייט דא פאר היינט? איינער זיכט לייבוש, א צווייטער פייבוש, און די זוכסט גאר דוב...
קודם די שבת פייפער..
איי טרארארם שבת טראראראם שבת!
איי בא שבת בא מנוחה, אויסגערוהט איז יעדער איד מעין עולם הבא, לאמיר לויבן דעם פון אויבן אשר שבת ברא...
איינער געדענקט נאך???
דאנערשטאג נובמבר 26, 2009 4:31 pm
יא יא ארעסטאנט די דערמאנסט מיך דעי ניגין איז דוב'ס ניגין , עס איז זייער שיין
דאנערשטאג נובמבר 26, 2009 4:44 pm
איך וועל אנפאנגען מיט א משל. ס'איז געווען אמאל א זינגער, זיין אמת'ער נאמען איז נישט באקאנט, אבער זיין ניק איז געווען "מאשקע". ער האט ארויסגעגעבן תגובות איינס נאכןצווייטן אין דער עולם האט זיך באלעקט די אצבעות . (עניוועי, ער האט געשריבן זייער שיין, און זיין שריפט איז געווען מורא'דיג קלאר און גליטשיג, ממש ווי א פידעלע. נאכ'ן מהנה זיין דעם עולם פאר א שטיק צייט האט מען מער נישט געהערט זיין נאמען.
איין מינוט, יעצט דערמאן איך מיך: ס'איז נישט קיין משל; ס'איז אן עכטע מעשה וואס איז געשען אין אונזערע צייטן!
וואס איך וויל וויסן איז: וואו איז ער? וואס איז מיט אים היינט? פארוואס הערט מען מער נישט פון אים? שרייבט ער נאך אמאל? פלאנט ער אונז נאך אמאל מהנה צו זיין?
דאנערשטאג נובמבר 26, 2009 6:34 pm
די גאנצע היכל שרייט פון זיך אליינס איפה מאשקע, ס'פעלט נישט אויס צו שרייבן...
פרייטאג נובמבר 27, 2009 8:49 am
אוי דענק מיר נאך איין יאר ווען מוצאי שמחת תורה ביים באגלייטן אויף בעדפארד איז ר' דוב ארויף אויף ר' שלום סאנדעלס טראק און געזינגען אזאש ס'געווע ןא געשמאק!
פרייטאג נובמבר 27, 2009 10:56 am
מאשקע האט געשריבן:איפה דוב?
נו! עברית!!!
זונטאג נובמבר 29, 2009 11:05 am
אקעי, כ'הער וואס די מעשה איז. אפשר ווען איך וועל אנפאנגען צו גיין מיט ברילן, וועל איך גיין באזוכן דעם דוב.
דינסטאג מאי 04, 2010 6:56 am
ברעקינג נייעס: די בארימטע זינגער ר' דוב האפמאן (הצלחה אפטיקעל) פאנגט יעצט אן צו ארבייטען אויף א פרישע טעיפ מיט נייע ניגונים
סטעי טונד פאר מאר אפדעיטס
דינסטאג מאי 04, 2010 7:12 am
אה, קוק נאר וואס א פשוט'ע אשכול פון א מאשקע קען אויפטון! נעווער גיוו אפ!
דינסטאג מאי 04, 2010 12:11 pm
איך דערמאן זיך אויך פין אזא זינגער אין די טעיפ ליגט ערגעץ פארשטויבט אין מיין מאמעס הויז יעצט כאפט מיר א חשק עס צי נעמען פין דארט איןעס אויסהערן
מיטוואך מרץ 23, 2011 1:36 pm
ליינער האט געשריבן:ברעקינג נייעס: די בארימטע זינגער ר' דוב האפמאן (הצלחה אפטיקעל) פאנגט יעצט אן צו ארבייטען אויף א פרישע טעיפ מיט נייע ניגונים
סטעי טונד פאר מאר אפדעיטס
..Still waiting for updates
מיטוואך מרץ 23, 2011 1:47 pm
לפי זכרוני האט רביה"ק בעל ברך משה זצ"ל אים אמאל געזאגט ער זאל טוהן עפעס אנדערש פאר פרנסה ווייל א זינגער קען פארלירן די קול און פארלירן די הצלחה, דערפאר האט ער זיך ארויסגעלאזט דערפון.
זיין אפטיקל הייסט הצלחה, ווייל ער האט עס געעפנט צו האבן הצלחה...
כך שמעתי, כ'נעם נישט אחריות...
לעצט פאראכטן דורך
יגעתי ומצאתי אום מיטוואך מרץ 23, 2011 2:15 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
מיטוואך מרץ 23, 2011 1:50 pm
יגעתי ומצאתי האט געשריבן:זיין אפטיקל הייסט הצלחה ע"ש זה.
ע"ש וואס?
מיטוואך מרץ 23, 2011 10:48 pm
דאכט זיך מיר אז אויף די טעיפ "משוררים" איז ער דער וואס זינגט דארט אזוי שיין די ניגן פון פינקי "למה ד'"
דאנערשטאג מרץ 24, 2011 7:11 pm
יוסי גיל שפילא אסאך ניגונים פין אים נעכטן האט ער געשפילט 2 ניגונים